משה גבאי גייט ווייטער: רוסישע אנטיסעמיטישע מידיא
אויב איינער האט געמיינט אז מיט די משפחה, פארווערטס, ידיעות, הארץ און אלע אנדערע ציוניסטישע און/אדער פרייע צייטונגען וועט משה גבאי'ס רשעות'דיג הארץ בארואיגט ווערן, שטעלט זיך ארויס אז ער איז ווייט פון פארטיג.
די פארגאנגענע וואך האט משה איינגעלאדנט רעפארטערס פון די אנטיסעמיטישע רוסישע מידיא אז זיי זאלן קומען צום רבי'נס הויז און דעקן לעבעדיג וויאזוי די אהרונים ברענגען אונטער דעם רבי'ן.
פאריגע וואך דאנערשטאג פרשת וארא האט די אנטיסעמיטישע רוסישע מידיא טאקע געמאכט מטעמים פון די גאנצע איבערקערעניש און נאכגעברענגט "קוואוטס" פון משה גבאי אז דער רבי איז געזונט און שטארק און די אהרונים זענען די וואס ווילן איינרעדן די וועלט אז ער איז קראנק.
ווער ס'האט מער פרטים זאל ביטע באריכטן.
|
|