Food makers may not want to dwell on it, but the ingredient that gives Dannon Boysenberry yogurt and Tropicana Ruby Red Grapefruit juice their distinctive colors comes from crushed female cochineal beetles.
Pressed by consumer advocates, the FDA is expected to publish a food-labeling proposal online today that would require companies to disclose when a food contains beetle-derived colorings including vivid-red "carmine" and bright-orange "cochineal". And the public has 60 days to comment before a final ruling is made.
כפי הנראה האב איך געמאכט א אפשר א טעות פון דער מקור המתיר המפורש איז דער יטב לב און אבני צדק.
אבער ווען איך האב געזיכט אין דעם ספר אבני צדק האב איך געטראפען אז ער האלט אויך פון דעם עיקר סברה פון דעם היתר אויף דעם זעלבען סמך אז מ'מעג נוצען די 'קיבה' פון א קיא מיט מילכיגס איך וועל עס ברענגען צום סוף און ער ברענגט דעם זעלבען תשובת המתיר [שות תפארת צבי ופתחי תשובה] לגבי תולעים לצבע להלכה.
מיין טעות איז באמת נישט קיין טעות ואולי האב איך געזעהן א מלקט עס נאך ברענגען פון אבני צדק, ווייל עס איז קלאר משמע אז ער שרייבט פונקט ווי פאפא רב וואס איך ברענג דא
דער היתר פון תולעים פאר צבע אדום איז פארהאן אין ספר שו"ת ויען יוסף פון פאפא רב זי"ע און ער ברענגט דער מקור פון פתחי תשובה
הנה קטע מהתשובה שו"ת ויען יוסף יורה דעה סימן נב
בענין פלעווערס שמערבים במיני מאכל, והוא נעשה מדבר הבא מן החי, אבל אינו ראוי לאכילה כמו שהוא.
שלום לכבוד ידידי הרב המאוה"ג בתו"י שלשלת היוחסין חו"ב סועה"ר וכו' מו"ה משה שטערן שליט"א אבדק"ק דעברעצין יע"א וכעת פה ברוקלין יע"א.
אחדשה"ט. לעשות רצונו חפצתי לעיין בענין הנקרא פלעווערס שעושים הכעמיקערס ולאחר החקירה נודע לו שנתהוה מחֵלֶב הבא מן החי, שנעשה ממנו מין משקה חזק מאוד עד שהוא סכנה ליקח ממנו לתוך הפה, ומערבין ממנו מעט בתוך כמה מאות פעמים כמותו שיתן ריח טוב במאכלים ומשקאות....
....אך אולי סדר עשיית המשקה הנ"ל הוא באופן שעושין ממנו מקודם איזה אבק שהוא יבש לגמרי, ושוב עושין מאבק זה המשקה הנ"ל, דכן עושים בכמה מינים כיו"ב, אזי יש לדמותו למה שהביא הפתחי תשובה סי' פ"ז ס"ק כ' בשם ספר תפארת צבי (יו"ד סי' ע"ג) להקל כשעושין אבק מתולעת אדומה לצבוע בו יין שרף. ועיין בתשו' שערי צדק חלק יור"ד סי' [ק'] שסמך ג"כ להקל בזה אלא שהצריך שיתייבש י"ב חודש כדקיימ"ל בהל' תולעים (סי' פ"ד ס"ח) דאחר י"ב חודש עפרא בעלמא הוא, ולענ"ד דכשמייבשין הדבר ע"י המצאות שונות שעושין בזמן הזה ורואין שהוא יבש כעפרא דינו כן גם קודם י"ב חודש, ואף דדין זה לא מצינו בהדיא רק בתולעים, מהיכי תיתי לחלק, דהרי הרמ"א שם (סי' פ"ז ס"ח) הקיל גם בעור הקיבה כשנתייבשה לגמרי כעץ... ... שוב שפיר יש לסמוך אשיטת הפוסקים האחרונים הנ"ל דהיכא דנעשה כעפרא אף אי נתרכך אח"כ על ידי שרייה אינו חוזר לאיסורו כדברי התפארת צבי הנ"ל, דכללא הוא בדרבנן שומעין להקל.
והנראה לענ"ד כתבתי בתנאי שיסכים עמי עוד מורה הוראה מובהק.
נשלח ב-10/2/2006 15:03
יוחי, אינטערסאנט איז אז אויך די גויאישע גרופעס פארשטייען אז ווערים באלאנגט נישט אין עסן
נישט צוליב כשרות ענינים, נאר פשוט ווייל ס'עקלט פאר נארמאלע מענטשן צו עסן ווערים.
אזוי ווייט אז די קאמפאניס שלאגן זיך מיט די FDA אז זיי זאלן נישט דארפן ארויסשרייבן אז ס'איז דא צעמאלענע ווערים אין די עסן.
אבער איין רגע! וואס האקסטו אין טשייניק מיט די התאחדות הרבנים?
די וואס פירן די מערכה קעגן די ווערים זענען גאר די OU
ליין דא די פאראגראף וואס וואסיזנייעס האט פארגעסן נאכצוברענגען: Joining the chorus are vegetarians, who don't want to eat insects, and consumers observing kosher dietary practices. Products containing carmine "may look like kosher," but they aren't, says Rabbi Moshe Elefant, chief operating officer of the kosher division of the Orthodox Union, a leading certifier of kosher products. "There are a lot of people who will not be happy to know that they are eating products that contain dried beetle."
תוקן על ידי - ווארהייט - 10/02/2006 15:03:17
נשלח ב-10/2/2006 15:22
בקיצור, די גויאישע גרופעס זאגן ניין, די קאמפאניס זאגן ניין (צו דארפן ארויסשרייבן אז ס'איז דא צומאלענע ווערים אין די עסן, אזוי ווייט אז אפאר קאמפאניס האבן ענדערש באשלאסן ארויסצונעמען די ווערים פון זייערע פראדוקטן, לויט ווי ס'שטייט אין די זעלבע נייעס) די OU זאגט ניין.
די שרייבסט צווישן אנדערע וז"ל זיכט זיך נישט דער OU אדער התאחדות קיין צרות און מ'אסר'ט קלארע מותר'דיגע זאכען.
זיי זענען מתיר חלב עכו"ם (OUD)
אנער מ'אסר'ט קלארע מותר'דיגע זאכען?
וויאזוי ארבעט דאס?
נשלח ב-10/2/2006 18:00
מי אנכי
פשוט א מפורסם'דיגע "היתר" פון ר' משה מאכט קיינען נישט קיין צרות.
אבער כשר קאנסומערס [לפעמים באבעס מיט עם הארצים] מאכען HEADACHES פאר מכשירים.
עס איז פשוט אין קלאר ווען די ליינסט דעם ארגינעלעם ארטיקל איבער די ווערים אין WALL STREET JOURNAL זעהט מען אז מ'רעדט פון א פראצעס וואס איז אלט הונדערטער יארן.
און עס איז פשוט אז דאס האט מען אנגענומען פאר א היתר גמור דורך רוב פוסקים כמבואר בתשובת היטב לב והויען יוסף
___
אז די קוקסט גוט און די תשובה פון פאפא רב.. רעדט ער פון עפעס א תמצית "חלב עכו"ם" און דאס פסק'נט ער איז נישט חלבי און אודאי נישט קיין חלב עכו"ם.
איך שטעל צו דא א באקאנטע מעשה פון א קינד וואס האט געגעסן א שטיקעלע פרעצעל [וכדומה] מיט די הכשר פון דעברעצינער און ער איז געוועהן אלערדזיק צו מילך און ער האט געהאט אן אטאקע.
די חסידישע וועלט האט געשטורעמט הלמאי דער פרודוקט האט דאך געהאט א "פארעווע" סימבאל און אז דער הכשר פון דעברעצינער איז נישט גוט. אבער לפי תשובה הנ"ל איז דאך דער דעברעצינער געווען פשוט גערעכט!! היינט אבער זענען די בעלי מכשירים פארזיכטיג : זיי מוזען PROTECTען זייער נאמען אויף די גאס און פון עמי הארצים ווי "ווארהייט" פארדעם געבען זיי נישט א הכשר מיט א זעלעכע התירים.
1. Tropicana Red Ruby grapefruit juice does not have a hechsher (obviously, for this reason)
2. The insect color cannot be ladled artificial color. This is a mistake. It can be ladled natural color.