בית פורומים כל העולם כולו

ר' שמעון זאב-דרשה אקעגען ר' דוד עקשטיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2006 20:30 לינק ישיר 

פאקטיש די מימרא פון א הייליגע פארטיי איז דא א טעיפ ווי רמ"א זאגט עס זאג דעם היסטאריקער זאל פאקטיש זיין אזוי העפליך און צושטעלן א בארד און פיאות צו די מעשה, ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט ווען מען פארציילט, סתם: רמ"א געזאגט ר' אהרן איז א קליפה פאקטיש איז פיל אינטערעסאנטער ווען די מעשה גייט אזוי: יאר תשנ... חודש... שבוע... יום,... בשעה... איז ר' פלוני אריינגעקומען צו רמ"א [אוודאי געבן געלט פאר מוסדות רמ"א] און געשמועסט איבער .... אין מיטן שמועס איז אריינגעקומען א מעשה וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, און דער ר' אהרן האט געזאגט אזוי און אזוי, רמ"א הערנדיג, איז געווארן אינגאנצן אויפגעקאכט, און מיט א חרדת קודש אויסגעשריגן, דער ר' אהרן איז א קליפה, !!!!!!!!!!, און אלע אנוועזענדע וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן מיט וואספארא אש קודש די ווערטער זענען געזאגט געווארן................ איז די צווייטע נישט מער ארגיענעל, קען מען זיך נישט שווערן, באהייליגן מיט דעם פאקטיש אז מען רעדט שוין פון רמ"א, איז מיר פאקטיש איינגעפאלן א פלאן, היות מיר זענען פאקטיש אידן שומרי תורה ומצוות, און לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים איז אזוי הארב, קלער איך פאקטיש, צו מאכן א אשכול איבערן ענין פון מחלוקת והמסתעף, און ווען מען רעדט פאקטיש פון רמ"א זצ"ל, קלער איז אז עס וואלט געווען פאסיג אז די אשכול זאל זיין געווידמעט לזכות, ולרפואת, ולעילו נשמת אביגדור יאקאבאוויטש, וואס האט כל ימיו זיך מוסר נפש געווען איבער דעם ענין, און נאר א דאנק זיין געוואלדיגע חביבות המצוה, דרייט זיך ארום אזאלאכע מימרות בשם רמ"א זצ"ל ועוד מנהלים וואס זאגט איר פאקטיש צו מיין פלאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 21:19 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

ביטע אריינלייגן אין די אשכול פון ר' שמעון זאבס דרשה קעגן דוד עקשטיין.

דוד עקשטיין האט נישט גארנישט מיט דעם דאקטאר יאגען, אפאר פריוואטע יונגעלייט זענען געגאנגען צו אים נעמען לקטשערס, און ער האט זיך אפגערעט אויף "בנעשעקלעך", ער האט בכלל נישט דערמאנט קיין נעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 21:26 לינק ישיר 

פאקטיש פארטראגן זיך נישט די צוויי, דוד עקשטיין פון קרית יואל מיט יעקב יגן פון לעיקוואוד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 03:26 לינק ישיר 

קהל האט ארויסגעלייגט א צעטל שבת זיך צו אנטשולדיגן אז מען האט בטעות געמאכט דעם מנין אויפ'ן ארט וואו ר' שמעון זאב לערנט פאר.

אבער וואס ס'האט געבאדערט פאר דעם גרויסן בעיבי איז געווען אז מען האט נישט געשריבן אויף אים דעם טיטול מו"ץ, און דאס איז געווען די סיבה צו זיין ווילדן אויסברוך.

נעבעך נעבעך, צו וואס נארישע כבוד-געזוכעכץ קען ברענגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 03:37 לינק ישיר 

ווארהייט דו ביסט בכלל נישט גערעכט זיי נישט ברוגז ווייל דער פראבלעם איז נישט אז ס'איז ארויס געפאלן דער ווארט מו"ץ נאר ס'איז במכיוון ארויס געלאזט געווארן און מיט א חשבון און אויב שוין יא חשבון האט ער אויך אויסגערופן בואו ונחשוב חשבונו מאך נישט קיין טעות איך האלט נישט אז ער האט גוט געטוהן אבער סתם אזוי צו שיסן און די וועלט אריין כבוד קענסטו אויך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 03:56 לינק ישיר 

חשבון ארויף, חשבון אראפ.

דער בעל הבית פון כל העולם כולו האט מיר דערציילט אז ס'האט אים אריינגערופן א חשוב'ער רב זיך באקלאגן פארוואס מען לייגט נישט אריין גענוג בילדער פון אים.

"ווייסט דאך," זאגט דער רב, "אז פאר מיר גייט דאס גאר ווייניג אן. איך ליג נישט אין די ביליגע גשמיות'דיגע זאכן, אבער די חסידים, זיי ווערן שוואכער אין אידישקייט, זיי באקומען ספיקות אין די אמונה."

ר' שמעון זאב קוקט מיר נישט אויס צו זיין ווייניגער פערד ווי יענער רב. תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:37:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 05:02 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער טענהט דוד עקשטיין אז ר' שמעון זאב האט זיך אליין אפגעזאגט שוין מיט א יאר צוריק פון זיין מוץ, און ער זיצט שוין נאמאור אין בית הוראה איבער א יאר.
איינער קען עס קאנפירמען?
אויך, ווייסט איינער וואס איז געווען נעכטן ביי די מיטינג פון ר' שמעון זאב מיט קהל? תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:38:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 18:03 לינק ישיר 

משמועסט אז סדארף ארויסקומען א צעטל פון דוד עקשטיין ווי ער בעט איבער ר' שמעון זאב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' שמעון זאב-דרשה אקעגען ר' דוד עקשטיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.