אויב האט איר געליינט די צייטונג פאריגע וואך, האט איר זיך זיכער באגעגנט מיט ריזיגע מודעות - וואס עס איז אראפגעפאלן דער ראם פון "באצאלטער אנאנס" - אז די עדה החרדית האט גערופן דעם נייעם קאשויער רב צו רעדן אין עניני חינוך אין ארץ ישראל.
עס איז באמת געווען אויפפאלנד וואס עפעס זיי האבן נישט געטראפן קיין בעסערן רעדנער, נאר א מענטש וואס מען הערט קיינמאל נישט פון אים, און ער איז כלל נישט קיין נאמבער אין אמעריקע ?! עס האט גלייך געשמעקט אז דא רעדט מען פון אפאר עקסטרעמיסטן, וועלכע זוכן בלויז אויפצובויען אביסל ר' אליעזר חיים אין ניו יארק, אז מ'רופט אים קיין ארץ ישראל רעדן.
דערווייל קומען די ערשטע באריכטן אז ער האט כדרכו בקודש גערעדט דארטן שטותים אז ס'איז געגאנגען א רויעך.
ער האט געפסק'עט אז מ'דארף שלאגן קינדער ביז עס רינט פון זיי בלוט, און אז "אטענשאן" איז א טריפה'נער מאדערנער אויסטרעף, און דער ווארט טאר ניטאמאל דערמאנט ווערן אין א אידישע שטוב...
ער האט געזאגט אז די מנהלים מוזן זיכער מאכן אז דער חדר איז א גהנם פאר די קינדער, ווייל ס'מוז זיין תינוק הבורח מבית הספר, א קינד טאר נישט וועלן גיין אין חדר.
ער האט זיך אפגעשטעלט קורץ פאר'ן מעורר זיין דעם עולם איבער די געוואלדיגע גרויסקייט פון זיך אויפרייסן פאר אללא'ס וועגן...
(BTW מען האט עיהם יא גערופען פון די עדה אז די ווילסט קאל
אריין אין די עדה אפיס אין פרעג! רעד נישט וואס די ווייסט נישט)
תוקן על ידי - געלט123 - 01/02/2006 4:28:23
נשלח ב-1/2/2006 22:42
אנטשולדיגט בא_ללמד
איך האב דעם אינוועטעישאן נישט געזעהן.
נאר איין זאך האב איך יא געזעהן, דעם פיקטשער פון קבלת פנים. מען זעהט נישט דארט דעם גאב"ד און אויך נישט דעם ראב"ד, און אויך נישט אנדערע פראמינענטע רבנים. מען זעהט מער ווייניגער נאר די דרייווערס פון די רבנים.
עס קען זיין אז איינע פון די קערער'ס האבען אים גערופען.
מייטנט איר אז זיי דארט ווייסען נישט את הדרך ילכו בה את המעשה אשר יעשון?? זיי דארפען הדרכה פון א רב אויף ראסס סט.? און אפשר ווייסט איר פאר א שווארץ יאר ווער דארף דארט ר' מנשה פילאף?
נאר וואס דען קען זיין? - מאקסימום - פון אמעריקע שיקט מען אהין גראצעס. און פארדעם פאדערן זיי - אמאל התאחדות און אמאל די זלונים - אז מען נעמען אהין פון צייט צו צייט זייערע... און נאכדעם זאגט מען פארן עולם: קוקט'ס אונז זענען די וועגווייזער פון כלל ישראל!!
אשרי העם שככה לו
נשלח ב-1/2/2006 22:48
אז מען רעדט שוין פאקטיש פון קאשויער רב [ מלפנים קאשויער רב מאנסי] רבי אליעזר חיים בלום
שליט"א
איז כדאי ארויס צוברענגן, אז חוץ זיינע מעלות, פון די פרשת חלב תשמ"ב, חוץ די
פרשת סקול דיסטריקט תשנ"ג, איז ער אויך געווען פון די ערשטע שטיצער פון דעם 'העלבראנץ'
אין מאנסי, ווייל איז 'סאטמאר' איז דעמאלט געווען קאלט צו העלבראנץ איז ער געווארן
פון זיינע גרעסטע שטיצער
און האט ער אהין געטראגן זיין חשובן איידעם [מלפנים] טעלער,
בשתי ידים ממש, אלץ צו ווייזן אז ער שטיצט יא אלע ערליכע אידן, ממילא נאכדעם ווען ער האט
געוואלט צוריקצוען און דער איידעם איז געבליבן דארט האט ער געהאט טענות אויף יעדן,
חוץ אויב ווער עס איז שולדיג דערין און דאס איז קאשויער רב, רבי אליעזר חיים בלום שליט"א
תוקן על ידי - wassa_dif - 02/02/2006 9:36:43
נשלח ב-2/2/2006 03:22
סטאפ מיט דיין קראנקע "פאקטיש" ווייל דו נעמסט פאקטיש יעדן ארויס פון די כלים.
וויט אלל דו רעספעקט, די דזשאוק וועפט שוין
נשלח ב-2/2/2006 09:44
בא ללמד
איך האלט אז ס'נישט כדאי צו ברענגען לינקס צו פארמאכטע פארום'ס וואו נישט יעדער קען אריינגייען.
נשלח ב-3/2/2006 00:51
ר' דוד אייכלער האט אנגערופען אלע מוסדות התורה אין ירושלים, אז זיי זאלן ארויסלייגן ברוך הבא צעטלען פארן קאשויער, די סאטמאר צעטלען זענען שוין געווען ביים דרוק, און משה גבאי האט גערופען אז מען זאל עס אפשטעלען סאטמאר זאל אים נישט קיין ברוך הבא שטעלען, ער האט מבזה געווען רבינו שליט"א פאר צוויי יאר צוריק ווען הרב מקאשוי זצ"ל איז געלעגן אין שפיטאל, האט משה גבאי געוואלט ברענגען רבינו שליט"א אים באזיכן און ר' אליעזר חיים האט דעמאלס נישט אריינגעלאזט רבינו שליט"א.
נשלח ב-6/2/2006 01:52
איף הער זאגן אז אלע ארץ ישראל'דיגע תלמידי וחסידי קאשוי, מקטן ועד גדול, האבן זיך איינגעזאמעלט און געמאכט א הערליכען קבלת פנים פאר זייער רבין.
צייטונגן שאצן אז צוזאמען מיט די אלע קאשויע געסט פין אמעריקע און איבער דער גארער וועלט, וואס איז געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מסע המלכות, איז געווען דארט אזא גוטע 8 מענטשן אויב נישט מער. כן ירבו.
די ארץ ישראל'דיגע אידן ווייסן אסאך צו פארציילן פון די ארטיגע חסידי קאשוי, מיט זייער אייגנארטיגן חן אין תמימות. ממנו ילמדו.
תוקן על ידי - קושקע - 06/02/2006 1:54:54
Who cares, people are having fun so leave them alone
נשלח ב-21/2/2006 00:39
האט איינער שוין געשאפט א טעיפ?
נשלח ב-21/2/2006 00:45
איך האב געהערט אז תיכף נאך די ערשטע דרשה האבן אלע איבריגע מוסדות וואס האבן אים גערופן צו רעדן אפגערופן זיינע דרשות וואס איז געווען באשטימט אז ער גייט דארט זאגן.