אגודה, ראלי אין אלבאני, טעקס דידאקשען פאר שכר לימוד
עס איז באקאנט געווארן אז די אגודה האט געמאלדן אז מען גייט מאכן א ראלי אין אלבאני, צי שטיצען פאטאקי'ס פארשלאג צי געבן טעקס קרעדיט פאר די וואס צאלן שכר לימוד,
היות די אישו איז אויך שטארק נוגע פאר די וואס באלאנגן נישט אין די אגודה, וויל איך פרעגן, גייען מיר אויך אהינגיין כדי עס זאל זיין ווי מער מענטשן, כדי די ראלי זאל האבן א גרויסע הצלחה אדער מיר גייען נישט אהין, ווייל מיר גייען נישט אינאיינעם מיט די אגודה אפילו ביי אזא רייין סעקולערע ענין
עס איז באקאנט אז דער סאטמאר רבי זי"ע האט שטארק מחזק געווען די עסקנות -אפילו פון אגודאים - ווען עס האט נישט געשמעקט מיט ציונות. אבער הוא הלך... ואותנו עזב....
אבער די טובה איז זייערא גרויסער. נישט נאר פאר די בארא-פארקער און פלעטבוש'ער וואס צאלען אלפים ורבבות פאר שכר לימוד - און ארבעטן ווייס. נאר די פאנד רעיזערס וועלן שוין נישט דארפען זיכען איינעם וואס דארף כשר'ן אפאר דאלער. וואס דער פארדינסט פונעם נותן איז סך הכל אז פופציג פראצענט דערפון הייסט נישט פארדינט - נאר מען וועט זוכען עלטערן פונעם מוסד וואס וועלן אויסשטעלן שכר לימוד טשעקס פון פינעף אין צוואנציג אלפים און זיי צירוקגעבן פופצען מיינוס די דריי טויזענט דאלער טעקס וואס זיי שפארען זיך אויף פינעף אין צוואנציג אלפים.
און איין ווארט א גוטע פאנד רעיזינג tool
נשלח ב-2/2/2006 22:39
בנין נערים סתירה
סאטמאר רב זי"ע איז געגאנגען מיט די אגודה אויף פראטעסטן, ער האט שטארק געשעצט די אגודה עסקנים, יא, ער האט זיי קריטקירט - אבער אויך שטארק געשעצט
נשלח ב-3/2/2006 03:15
עס פאסט נאך פאר די חברה דא צו שאפען א וועד משמרת וואס וועט לייגען אנאנסען אין די גוי'אישע פעיפערס אז צוויבעל פארטרע נישט כלל ישראל...
נשלח ב-3/2/2006 03:21
נבוכדנאצר.
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען.
אז מ'דארף יא גיין מיט זיי אדער נישט ?!
איך פערזענליך בין נישט איבערצייגט אויב עס איז כדאי צו מאכן אזא ראלי, עס קען אויפוועקן באהאלטענע אנטיסעמיטישע געפילן, און איך זע נישט וואס אזא ראלי קען העלפן אויסער אראפשטעלן כאילו דער פארשלאג איז ספעציעל געצילט צו דינען די ארטאדאקסישע, שטארק רעפובליקאנער געשטימטע, וויילער.
אויסער דעם וואס אפילו אויב עס איז יא א גוטע זאך האלט איך אז מ'טאר נישט גיין צוזאמען מיט די אגודה.
אבער איך לאז איבער די הכרעה פאר אונזערע רבנים.
נשלח ב-3/2/2006 03:32
בא ללמד וואס איז דער איסור צו גיין צו א ראלי מיט אגודה? זענען זיי נישט געשטאנען ביים בארג סיני פונקט ווי דיר? פיין. די האסט מיט אים א געפעכט בנוגע השקפה, מדינה, פשרות.
אבער אידיש געלט איז אויך אסור?
די נושא פון אנטיסעמיטיזעם איז אויך נישט אקטועל, ווייל די קאמפעין איז פאר אלע פריוואטע סקולס וואס נישט נאר אידען זענען א חלק דערפון.
נשלח ב-3/2/2006 03:38
קערי.
די אלע פריוואטע סקולס גייען אויך קומען צו די ראלי ?! אויב נישט, וועט דאס געבן שטאף פאר די באהאלטענע אנטיסעמיטן צו קעמפן שטילערהייט דערקעגן.
בנוגע גיין מיט די אגודה, איז די זאך אזוי.
ליידער בעוה"ר זענען די פיס פון זייערע עלטערן יא געשטאנען ביים בארג סיני, אבער ליידער בעוה"ר האבן זיי געפעלשט אין זייער שליחות און זיי שטופן דעם וואגן פון די גרעסטע כפירה און מינות אפאראט וואס איז געווען זינט קבלת התורה.
און דעריבער איז פאר מיר, און פאר אונז, אוממעגליך צו ארבעטן צוזאמען מיט די אגודי'סטן, לפחות ברבים. איך קען זיי בשום אופן נישט געבן די אינערליכע און אויסערליכע לעגיטימאציע אז מ'קען ארבעטן צוזאמען מיט זיי אויף קיין שום זאך וואס איז נוגע אידישקייט. כאטש איך וועל זיי מוזן געבן קרעדיט פאר די זאכן וואס זיי האבן יא אויפגעטון.
נשלח ב-3/2/2006 03:55
שוין. בא ללמד די האסט שוין א איזי-פעס אין גן עדן.
די קענסט שוין ווארפען א פאר קללות אויף רעכטס און אפאר אויף לינקס און דעם שרויף קען מען שוין נישט ארויסדרייען. ווייל אז כ'וועל דיר זאגען אז אגודת ישראל איז געפירט געווארען דורך רוב גדולי ישראל - וועסטו מיר זאגען ס'איז נישט רוב, ס'איז נישט גדולים, און גדולים זענען אויך פארכאפט. ומאן יימר? מיין רבי, ער איז געווען דער פוסק דערפון. און אז כ'וועל פרעגן מיין רבי מעג נישט זאגען? וועסטו מיר זאגען נשתכח. אלזא ס'איז נישט דא קיין וועג צוצופלאצען דעם אייטער.
- עס קאסט מיך א קרעכץ מיט א לאך בחדא מחתא =
נשלח ב-3/2/2006 04:06
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.
איך האב דיר געבעטן זאלסט מיר מאכן פלאץ אין גן עדן ?!
איך האב סך הכל מסביר געווען פארוואס איך קען נישט גיין אויף א ראלי צוזאמען מיט די אגודה, עס גייט מיר נישט אן וויפיל גדולים די אגודה האט, סוף כל סוף שטופן זיי אלע צוזאמען דעם וואגן פון די מדינת השמד, ווי אויך זענען זיי רוב פון די איבערגעבליבענע ציונים, וועלכע גלייבן נאך אין די מדינה אלס מדינת ישראל.
און אגב, אז מ'רעדט שוין יא פון די טענה פון רוב, אפשר העלפסטו מיר אויסקלארן דעם בילד, וואס עס שווינדלט מיר שוין א לענגערער צייט:
פון וועמען רעכנט מען דעם רוב ?! יעדע רעוועלע וואס האט א שול ? יעדער קנייטש הוט וואס מאכט זיך א ישיבה ? די ליטווישע אדער די חסידישע ? גער אדער הרב שך ? ר' מענדעלע וויזשניצער אדער ר' ישראל ? הרב שטיינמאן אדער הרב אלישיב ? הרב בערמאן אדער הרב מארקאוויטש ? באיאן אדער סאדיגורא ? ועוד היום גדול.
אגב, די מזרחי האט אסאך מער רבנים ווי די אגודה, אפשר רעכנט מען זיי פאר רוב ?
נשלח ב-3/2/2006 04:16
בא ללמד
פאר די טענה'ריי וועט מען דארפען א באזונדערן אשכול.
אבער איין ווארט איך האב געליינט דיין באשרייבונג וועגן דעם געהויבענעם שבת אין ווילי. אגב, איך בין אויך דארט געווען ביי די באטע. און איך מיין אז כמעט יעדע איינס וואס די האסט דא אויסגערעכענט שטייט העכער ווי דיין רב -אפילו בחסידות-.
נשלח ב-3/2/2006 04:39
אויב דו קלערסט אז מיט פראוואקאציע וועסטו מיר געווינען, שיבושם לך.
אז דו ביזט אינטערעסירט אין א געהעריגע דיסקוסיע, אדרבא, עפן א באזונדערן אשכול דערוועגן.
נשלח ב-3/2/2006 06:37
בא ללמד
פראבאקאציעס איז נישט מיין פראפעשאן.
נאר די האסט געשריבען אז די אגודאים זענען געשטאנען ביים בארג סיני, אבער געפעלשט אין זייער שליחות און געווארען די באן שטופערס פון כפירה.
אלץ דיפלאמאט אויף היידפארק וואלסטו געדארפט שרייבען "לויט די מיינונג פון מיינע רבי'ס מיט נאך גדולים". אבער צו שרייבען מיט א פשטות אז כאילו נאר דאס איז דעת תורה - און די אנדערע איז א מיינונג פון שווארצע קעץ - איז א פראבאקאציע אנגעהויבען פון דיין זייט.
נאר די כ-א-פ-ס-ט- נ-י-ש-ט - ווייל מען האט דיך א-ז-ו-י ג-ע-ל-ע-ר-נ-ט. איך גיי נישט טוישען דיין "עדיטאד" אבער איך מיין אז איך בין גערעכט.
נשלח ב-3/2/2006 12:46
בא ללמד
איך האב נישט גענומען קיין מיינונג איבער די ראלי - סתם איבער די נארישע רייד צי מען "מעג" גיין צו א ראלי מיט די אגודה איז לדעתי פונקט - אדער כמעט פונקט - ווי פרעגן צי מען "מעג" דאוונען מנחה מעריב אין בעלז אדער בית מדרש גבוה
קערי
זוך אויף ביי די ID פון די קנאישע ניקס אויף היידפארק וועסטו טרעפן אלע תירוצים צו דיינע קושיות וואס זענען דיסקוסירט געווארן יאהרן איידער דו ביזט דא געבוירן