כ'קען נישט פארשטיין די צעטלעריי
1. זיי מאכן קאליע דעם ענין פון קנאות.
2. אין אמעריקע איז יעדער בירגער בארעכטיגט צו טון וואס דער געזעץ ערלויבט, עס איז זינלאז צו רעדן פון התגרות באומות. מיר זענען נישט אחראי וואס עטליכע נארישע ערלים וועלן זאגן, דער עיקר אז מיר פארלעצן נישט דעם געזעץ, און מיר פארלאנגען נישט זאכן וועלכע זענען מיר זענען נישט בארעכטיגט צו פארלאנגען, צב"ש אז מען זאל נישט אדורכלאזן גויים יעדן פרייטאג נאכמיטאג אויף ליע עוועניו, דעם געזעץ האט יעדער בירגער רעכט אויסצונוצן עד הסוף.
3. מען קען נישט מאכן קיין גזירה שוה פון מרידה באומות מיט מרידה באומות, ביי יעדע אומה איז מרידה אנדערש, אונטערן קאמוניזם האט מרידה געהאט איין באדייט, און אונטער דעמאקראטיע אן אנדערן באדייט, שכל'לאזע מענטשן און פאשקווילן דרוקער מאכן אומגעהויערע שאדנס.
4. דער ענין פון למה תתראו האט נישט דא אהער, ווען אידן אין בארא פארק וומ"ס מאנסי מאנרא בויען זיך פאלאצן, איינער שענער פונעם צווייטן, ארויסצונעמען יענעמס שווארץ אפל פון אויג - דאס איז למה תתראו אין פולן זין פון ווארט, און דאס מיינט דער כלי יקר.
5. דער אמעריקאנער געזעץ-בוך, קאנסטיטוציע, פארלאנגט פון יעדן בירגער ארויסצוקומען און זאגן זיין מיינונג, דאס איז דער וויכטיגסטער טייל פון דעמאקראטיע, די רעגירונגס אינסטאנצן ווילן הערן יעדנס מיינונג, וואס איז דא נישט אויסגעהאלטן?
6. איבער דעם ענין פון שלעפן קינדער בין איך נישט קיין פוסק, פון דעם מוסד אוואו איך שיק מיינע זין און טעכטער האט מען לפי ידיעתי קיינעם נישט געשלעפט, נישט יונגלעך און נישט מיידלעך.
7. דער ענין פון מציצה בפה לאז איך איבער פאר די מבינים (?).
8. דער ענין פון אגודת ישראל איז שוא ושקר, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן. אגב, הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע האט אמאל אין א אוידיענץ מיט הערי גודמאן ע"ה, דער יו"ר פון אגו"י אין אייראפע, איהם געבעטן ער זאל גיין מודיע זיין פאר די אומות אז אידן האבן נישט קיין שייכות מיט מדינת ישראל (כ'מיין ס'איז געדרוקט ערגעץ אין זכר צדיק לברכה), אין אנדערע ווערטער, ער האט זיך באנוצט מיט אן אגודיסט!
איז רבינו סר מן הדרך?
9. די הלכה פון אין מבטלין איז נתונה כחומר ביד היוצר, ווען עס קומט צום באגלייטן אן אדמו"ר אדער א כ"ק אדער א טראסק ביי א הכנסת ס"ת וכו' - פארענטפערט מען דעם מחבר, אדער בלייבט עס שווער; ווען מען פיהרט איין נייע מנהגים צו מאכן summer vacation און winter vacation מיט אנדערע פגעים ומרעין בישין, איז די קשיא אויך נישט שווער; ווען דו האסט א פריוואטע קריג מיט א מענטש קומט דער שלחן ערוך פלוצים צוריק ארויף אויפן אויבערפלאך...
10. "די רעגירונג מיינט" "די רעגירונג טראכט" "זיי וועלן מיינען" איז הכל הבלים פוסטע נארישע רייד, די אלע וועלכע געניסן - און מיט רעכט - פון די פראגראמען וועלכע זענען געאייגנט פאר שוואכע פארדינער, ווילן נישט טראכטן אז "די רעגירונג מיינט" "די רעגירונג טראכט" - און מען רעדט פון טויזנטער משפחות וד"ל.
11. דער ענין פון קנאות איז נישט איבערגעגעבן געווארן פאר צעטל-דרוקער, ווער געדענקט נישט ווי דער רבי זי"ע האט פארפיהרט אין די נשא תורה געגן די "וועלכע עס פאררופן זיך אויפן נאמען פון די נטורי קרתא, זיי רייסן צעטלעך, זיי מאכן קאליע, למען השם נישט רייסן", ווען מען טוט אויף דער אייגענער האנט א זאך וואס קיין שום דעת תורה האט נישט געטראפן קיין פסול דערינען, פארשטויבט עס דעם געבליבענעם אויטאריטעט פון אמת'ע קנאות.
12. כ'האב נאך אסאך נקודות, אבער נישט צייט, אפשר די באזעסענע שרייבער דא וועלן מוסיף אדער גורע זיין.
 |
|
|