|
|
| נשלח ב-6/2/2006 00:07 |
|
| |
יישר כח ר' נבוכדנצר פאר דיין שיינע מעשה פין ר' סענדער.
לגופו של ענין, אויב מאכט מען אזעלכע פשטלעך, מעג מען נעמען, ווייל דאס געלט קומט פין
אמעריקא, און אמעריקאנער געלט איז דאך מותר.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 00:29 |
|
| |
נבוכדנצר
א ליטווישער ראש הישבה האט אמאל געזאגט אויף חסידים וועלכע זענען שטענדיג פארנימען מיט פארציילען מעשות מיט מופתים פון די רביים בזה הלשון אז קאן זיין אז עס איז ניט קיין ביטול תורה אבער אן עם הארץ בלייבט מען .
די זעלביגע איז מיט אייך איר האט א שיינע מעשה מיט איינער א שרייבער ר' סענדער - וועמען מיר וויסען ניט - אבער רעכענען קאנט איר ניט.
ולא עם הארץ חסיד
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 00:49 |
|
| |
פון אמעריקא? חלילה וחס!
לי הכסף, ולי הזהב, נאום ד' צבקות!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 01:07 |
|
| |
חוזק איינער,
אין די ציוניסטישע געלט איז נישט דער באשעפערס?
וואס איז היינט גישען? האסט זיך צעשלאגען מיט א קלויזענבורגער?
האסט אפשר גיהערט א טעיפ פון קלויזענבורגער רבי און ס'האט גיטראפען אין ציל?
אדער ביסטו בזיווג ראשון גיווען אן איידעם ביי א קלויזענבורגער חסיד?
קענסט דיך שוין שלאגען מיט דיינע "אייגענע"
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 02:14 |
|
| |
נבוכדנצר ביזט גערעכט, ס'איז טאקע יא א שפע חיים תמוה מאוד מאוד, מיר זענען נאר צו נאאיוו נאריש אין סטאפעט עס צי פארשטיין, אין ס'איז פשוט א שאד אויף די שטארק טייערע צייט פין אזא חכם ווי דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 03:22 |
|
| |
נבוכרנצר
די פרומע אין ארץ ישראל האלטען זיך פעסט אז זיי צאלען אסאך מער שטייערן ווי זיי נעמען צוריק, פארגעס נישט אז סעילעס טעקס איז 18% אין יעדער וואס קויפט א דירה אדער ברויט אדער יהיה מה שיהיה, אפילו דער ארימסטע מענטש צאלט דאס, קיינער קען זיך דערפון נישט אויסדרייען.
האלסט אז זייער חשבון שטימט נישט, אדרבה ברענג א CPAוואס זאל דאס איבעררעכענען.
אבער יהיה מה שהיה איז דער שפע חיים בכלל נישט תמוה ווייל די האסט נישטג עברנגט א מקור ווי ער האלט אז מען מעג נעמען געלט פון רשעים.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 18:58 |
|
| |
נבוד ידידי
פשוט אויף די פאקטען ביסטו נישט גערעכט
לפי חוקי מדינת ישראל זענען רוב שטייערן קאלעקטעט דורך SALES TAX וואס דאס רופט מען "מס ערך מוסף" דאס איז אפילו נאך מער ווי אונזער NYC טעקס ווייל דארט איז עס אפילו אויף WHOLESALE אויב איינער קויפט א שיך בענדל צאלט ער [לפי זיכרוני] 16% מס דעראויף
נאר אז מ'אטעמט אין ארץ ישראל צאלט מען שטייער. און דאס האט מען שוין אויף געוויזען אין מערערע ארטיקלען איז אויב מ'זאל צוזאם רעכענען אלע שטייערן וואס די פרומע באצאלען באקומען זיי "חי גארנישט!"
דאס איז סתם איבער די פאקטען. _________
אבער איצט צום עצם ענין. רוב גדולים אין ארץ ישראל האלטן אז דאס איז דער עיקר קאמפף: ווי מער און מער מ'קען ארויס שלעפען פאר תורה פאר ישיבת פאר מקוואות פאר שיעורי תורה איז א חיוב גמור להוציא יקר מזולל.
עס איז איינע פון די גרעסטע סתירות אין דעם "שיטה הקדושה" פון איין זייט שרייט מען אז אויב די חברי הכנסת זענען שותפים און א קא-אליציע פון דער רעגירונג אין מדינת ישראל איז מען א שותף און אלע עבירות און הפרת הדת.
און ווען עס קומט צו געלט איז עס "זיי" געבען פאר "אונז"
ממה נפשך בין איך נאר א שותף צו די עבירות און צום געלט נישט????
MAKE UP YOUR MIND
איז דער אגודה א שותף? דאן וואס שרייסטו אז די כופרים "געבען" ?
EXCUSE ME
א שותף נעמט מיט רעכט וואס איז שלו!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 00:34 |
|
| |
יישר כחכם פאר די שיינע רייד, אבער צוויי נקודות:
1. די קשיא האב איך געפרעגט אליביה דשפע חיים ממפרש בא שנת תשי"ד, (וואס ער האט געהאלטן פאר דעם און נאכדעם ווייס איך נישט) אבער אליבא דער איסור פון די עדה החרדית והקדושים אשר עמהם איז דער טעם אויסדריקליך נישט בלויז אלס כח הפועל בנפעל, מען האט מער מורא געהאט אז די רשעים וועלן זיך אריינמישן אינעם חינוך, איך האב געזעהן אן אלטן קונטרס איבער דעם ענין פון נעמען געלט פון די מדינת ישראל רעגירונג (נישט פרשת הכסף), דער מחבר איז נישט קיין סאטמערער, ס'דא דערין עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן באזירט אויף דאקומענטן, אויב כ'וועל קענען וועל עס שאפן און פרובירן צו סקענען עטליכע גוטע בלעטער לתועלת הרבים, מען קען צולייגן נאך זאכן זינט דאן, כגון תכנית ליבה שר"י, און וואס איז דער ענטפער פון די גדולים און די מועצת דערויף? איז אויך מיט דעם די מציאות אנדערש?
2. קען זיין אז מיטן חשבון בין איך נישט גערעכט, כ'וויל אבער הערן פון מענטשן וואס רעדן צום דבר, כגון טובעין, yhocee718 סתם קללות דרייט אוועק דעם ענין, לאמיר ממשיך זיין
איהר טענה'ט אז מען צאהלט אסאך שטייערן אין מדינת ישראל, און דאס נעמט מען צוריק. לאמיר פארשטיין: איך ווייס נישט וויאזוי עס ארבעט די רעגירונג דארט, אבער ביי אונז אין ניו יארק צאהלט מען עטליכע שטייערן, סיטי, סטעיט, סעילס, פעדעראל, פעיראל, אין אפסטעיט צאהלט מען וויליזש, טאון, סקול און איך ווייס נישט וואס נאך, יעדע שטייער האט א פארוואס, פאר די סיטי צאהלט מען זיי זאלן פארשטאפן לעכער, אוועקטראגן די מיסט, אויפשטעלן לייברעריעס, הלאטן דאס פלאץ זויבער, באצאהלן פאליסלייט און פייערלעשער, העלפן שפיטעלער, און נאך אנדערע זאכן - מיט וועלכע איך בין נישט באקאנט
פאר די פעדעראלע צאהלט מען צו באצאהלן די CIA און FBI, מיליטערישע אינסטאנצן, פליגערס, געווער, און אזי יעדע שטייער האט זיין ציהל, די שטייער צאהלער צאהלן פאר די אלע זאכן וואס די רעגינרונג שטעלט צו, אין אלגעמיין זענען די אויסגאבן פיהל מער ווי די אייקונפטן - פונקט ווי אין א מוסד, שכר לימוד דעקט נישטאמאל האלב פון די אויסגאבן שוין נאך אלע פראגראמען, מען מאכט ווייטער דינערס, מען שנארט, אפיעלס, און מען בארגט שווערע געלטער אזוי איז די מציאות
וועט איינער זיך מאכן א חשבון, כ'האב געצאהלט פופצן מאות דעם פערטל פאר פעיראל פון מיינע ארבעטער, וועל איך אויף דעם חשבון נישט צאהלן Sales Tax פאר דעם פריזשידער וואס איך גיי מארגן קויפן, פשוט איך נעם צוריק די tax וואס כ'האב איינגעלייגט
רעדט ער צו דער זאך, אדער ער מאכט א גזירה שוה פון tax מיט tax אבער עס האט נישט קיין שייכות?
לעכער און קארופציע זענען פארהאן אין יעדן סיסטעם, אבער קארופטירטע ווי ארגענטינע זענען דוכט זיך נישט דא אסאך
אפשר ארבעט דער שטייער סיסטעם אין מדינת ישראל אנדערש, און די פאליציי, פייערלעשער, מיליטערישע אויסגאבן - וואס צוליב איהר מצב צאהלט זי פיהל מער ווי זי דארף, מיסט, טראנספארטאציע, פוצן די שניי (וואו עס איז שייך), ווי אויך פאררעכטן טראטוארן און גאסן, און אלע אנדערע לאקאלע סערוויסעס ווערן באצאהלט פון די איין זעלבע קאסע, און ווען דער ארבייטס געבער באצאהלט שטייערן פארן האלטן ארבעטער (אויב עס איז דא דארט אזא סארט שטייער) צאהלט ער נישט פארן פאררעכטן די גאסן, אויך נישט פאר פאליציי און פייערלעשער, נאר מיטן חשבון אז ער - אדער דער מוסד - זאל דאס צוריקקריגן, און אלע זאכן זאל ער ערהאלטן אומזיסט
פארוואס בלייבט יעדע וועלטליכע מדינה מיט א דעפיציט, און מדינת ישראל מוז צוקומען צו די ביישטייערונגען פון די פאראייניגטע שטאטן אויב מען צאהלט איבער אזויפיהל שטייערן? די מדינה אנשטאלן מוזן ארבעטן אומזיסט? אלע איינגעשטעלטע דארפן נישט קריגן קיין געהאלט- געוואנדן לויט די פאזיציע?
וואו שטעקט מיין טעות?
איך רעד דא אפגעזעהן פון די שיטה הקדושה, כ'וויל פשוט וויסן פאקטן מיט וועלכע איך בין נישט באהאוונט, און איך זעה אז עס זענען דא אידן וואס זאגן אז זיי ווייסן יא וויל איך הערן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 14:42 |
|
| |
דא האסטו אן ארטיקל וואס איז דאס מסביר דער שרייבער איז א בעל תשובה וואס איז געוועהן א סטודענט אין HARVARD און איז היינט א חשוב'ער תלמיד חכם אין ירושלים ער האט א שיינער פעדער און ער נעמט זיך אהן כסדר פאר די אינטערעסן פון די חרדים
ער איז אן איינגעשטעלטער פון אגודת ישראל פון אמעריקע אלס "עם אחד" פאבליציסט און שרייבער. איך האב איהם שוין געטראפען א פאר מאהל דא אין אמעריקע און ער האט געמאכט אויף מיר א שיינעם איינדרוק.
Can we talk seriously about the haredim by Jonathan Rosenblum Jerusalem Post February 21, 2003
Just as every gentile child in Europe knew from a young age that Jews were "Christ-killers, bloodsuckers, and parasites," so every Israeli schoolchild can recite the familiar litany of charges against the chareidim. Tommy Lapid draws upon stereotypes that have been drilled into the public consciousness over decades.
Haredi politicians have extorted every available shekel in the country, they don't work, they pay no taxes, and they produce nothing. So goes the charge sheet. Yet each one of these claims is a gross distortion.
Just after passage of the 2002 budget, the newspaper headlines blared, "Half a billion to the haredim" (Yediot); "More for the haredim, less for education" (Maariv). Amnon Abramowitz assured his television listeners that the haredim had succeeded in extorting 500 million shekels more from the Treasury.
Ha'aretz's Aryeh Caspi exploded each of these charges in an article entitled "Who really robbed our kitty?: Everyone is blaming the ultra-Orthodox. No one seems interested in the facts." Far from winning an additional half billion shekels, Caspi found, the sole haredi achievement had been avoiding slated budget cuts from the previous year's educational budget. The total amount involved was 20 million shekels.
In fact, Caspi concluded, far from extorting from the state, haredim are actually discriminated against in the budget. The per student educational expeditures for the year 2000, for instance, show that Israel spent for $181 per month for each elementary school student and $241 per student for each student in grades 7-12 in the state educational system. The comparable figure for the Chinuch Atzmai system was $129 per month, and for students in recognized chadorim $84 per month.
Nor do these figures fully state the differentials in educational spending. Another four billion shekels in the education budget went for pedagogic directors and special services that are virtually unknown in the haredi educational sector. That comes to another $70 per month spent on children in the state system.
The most glaring disparities involved the 20,000 students on kibbutzim and moshavim, which operate under a separate educational budget. Monthly expeditures for those students came to $524 per month, more than four times the per student expediture for Chinuch Atzmai.
So how is the image created that the haredim have squeezed a vastly disproportionate share for their educational institutions. Part of the answer lies in the different budgetary process by which haredi institutions are funded. A very large percentage of haredi funding is not included in the regular state budget, where the allocations are renewed each year according to established criteria. Rather haredi institutions are funded from the so-called "budgetary reserves."
Allocations from budgetary reserves are renewed annually, which means that haredi Knesset representatives have to fight for them again each year with all the attendant publicity. In addition, ministers habitually claim that the "reserves" have been exhausted, and again haredim representatives have to resort to pressure to receive what was already promised.
If a journalist reveals that 50,000,000 shekels have been allocated for haredi residential educational institutions from the budgetary reserves, that sounds like a lot of money. But not when compared to well over a billion shekels for comparable non-haredi institutions in the regular budget. The latter figure, however, attracts no notice.
The result of this process, Caspi sums up, is that "an entire segment of the population is indicted without cause . . . [and] politicians and journalists are dragged into the fray with little or no knowledge of the facts."
The rest of the litany of charges also cannot withstand scrutiny. Take, for instance, the claim that haredim pay no taxes. Half of all tax revenues come from VAT collections. Haredim pay VAT like everyone else. And like everyone else, they make national insurance payments.
Half of the adult population of Israel pays no income taxes, either because they earn too little or nothing at all. Haredim may be disproportionately found in this group, but they constitute only a small fraction of those who do not pay taxes. At the same time, there is no evidence that haredim are underrepresented in the two upper deciles of taxpayers, who pay 90% of all income taxes.
We often hear that haredim do not work. That is only true if one resorts to a tautology: Anyone who works is by definition not haredi. On a recent Friday night in shul, I did my own little survey. This congregation is made up exclusively of those who learned for many years in yeshiva. Yet of more than hundred men over thirty, only five were still in full-time learning, and in each of these cases, the wife worked, as did most of the wives of the others. In the other minyan I attend regularly, every member either works or is retired, even though almost all send their children to chareidi schools or yeshivos.
What about the charge that haredim contribute nothing economically to Israel? That is not even true of the yeshivos and kollels, whose purposes are purely non-economic. For every dollar paid by the State to students in kollel, for instance, another four to five dollars are raised abroad. All that foreign currency comes into Israel and is spent here. The 6,000 unmarried yeshiva students and seminary students studying annually in Israel represent another major influx of foreign currency into the country. An equal number of young marrieds are living in Israel while the husband continues his Torah learning. They are almost entirely supported by monies from abroad, and are a major force fueling whatever demand remains for new housing.
Were Israel to cease being viewed as the center of Torah learning worldwide this vast infusion of money into the country would come to an end. Without haredi visitors, who keep coming regardless of the security situation, El Al and many Jerusalem hotels would have to shut down.
There is something ugly about subjecting different population groups to a cost-benefit analysis, as if to demand that they justify their continued existence. Perhaps only the haredim are subjected to this treatement– never Ethiopian immigrants, Israeli Arabs, development town dwellers, or, for that matter, the top hundred managers at the Israel Electric Corporation, who draw astronomical salaries and all the electricity they can waste.
Why is it that when film makers or artists complain of budget cuts, they receive nothing but sympathy from the media, but when the basic education budget for haredi children, many of whom learn in caravans, is slashed, everyone reacts with glee? The tickets of wealthy theatergoers and opera lovers are subsidized by the taxpayer at more than $20 per ticket, and no one cares. Yet monies for the study of Torah, our common patrimony, are inevitably treated as a waste.
Whatever the impact of the haredi community on Israel's economy, it pales besides other factors that go almost unnoticed. Treasury officials prescribe a 10% cut in government salaries and in the public sector workforce to cut billions from the budget. But everyone knows that will not happen. The Histadrut would paralyze the country with a series of ruinous strikes were wages touched or workers fired. Yet the participation of Am Echad, Histadrut boss Amir Peretz's party, in the next government is casually accepted, despite the fiscal folly he represents.
The kibbutzim have been repeatedly bailed out to the tune of billions of shekels, and they have been permitted to rent or sell valuable state lands worth billions more. Until the Rainbow Coalition came along no one looked askance at this form of massive welfare.
The economic structure of the haredi community is certainly not above criticism. The community is itself in a state of flux due to both internal and external forces. But as long as the public discussion of haredim is colored by so many distortions and irrationality, there will be no fruitful dialogue. Secular critics will only succeed in retarding, rather than advancing, the very trends they wish to encourage.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 16:49 |
|
| |
ס'קיקט עפעס אויס אז נבוכדנצר קריכט שוין אראף פין זיין קלאץ תמוה מאוד אין איז שוין גרייט ציפאדרייען די אשכול, ווייסט איינער פארוואס ?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 19:10 |
|
| |
נבוכד. ידידי
די בריעף פון ר' וועלוועלע בריסקער האט נישט קיין דאטום אבער פון די ווערטער איז משמע אז ער רעדט פון אן ארגאנאזאציע פון ציונים נישט פון 'מדינת ישראל' ווי בירגער האבען לפי שיטתם אלע רעכט און מ'איז נהנה בזרוע.
דאס זעלבע איז דער צווייטער בריעף וואס איז משנת תש"ב.
בכלל מאן יאמר אז גדולי ישראל קענען נישט האבען קיין חלוקי דיעות איבער דעם.
דער חזון איש האט געהאלטן און געשטיצט חינוך עצמאי, וואס שלעפסטו גדולים פונעם בוים אראפ.
ר' אהרן קאטלער האט אנדערש געהאלטן... צו ר' איסר זלמן... מיין נקודה איז: יחי החלוקי דיעות!
און פאר מיר איז כשמש בצהרים אז רוב שומרי תורה היינט אין ארץ ישראל זענען נאר אזוי אלס א תוצאה פון חינוך עצמאי. רוב אידעלעך פליטי חרב וואס זענען געוועהן דערשלאגען און קוים קוים צוגעבינדען צום דת האבען געוואלט אז זייערע קינדער זאלען האבען א חינוך פון תורה מיט מדע, און אויב נישט וועט ביי זיי זיין נאר מדע, אבי דער זיהן אדער טאכטער זאל נישט אויסוואקסן א פרומער שנארער וואס קען נישט רעכענען 1 מיט 2. א הונדערט קרן הצלה'ס וועט נישט ראטעווען אזעלעכע קינדער.
רוב גדולי ישראל האבען געהאלטן אז עס איז א צו השעה דעמאלס און היינט, צו צושטעלען פאר אזעלעכע קינדער א תורה'דיגע אלטערנאטיוו, אין דאס איז חינוך עצמאי.
אויב היינט ווייזט דער סטאטיסטיק אז בערך 30% פונעם פאלק אין ארץ ישראל האלטען מצות מער-ווייניגער אבער זיי זענען פארט מאמינים, דאס איז א גרויסען דאנק פאר די וואס האבען זיך מוסר נפש געוועהן זיי נישט לאזען אויף הפקר.
רוב מקואות אין ארץ ישראל האט געבויעט מיט געלט פון די ממשלה און א פרוי וואס נוצט אזא מקוה איז מדאורייתא אין מדרבנן א טהורה! ___________
די האסט געשריבען איבער תכנית הליבה. דאס געזעץ איז דאס זעלבע אויף דער גאנצער וועלט. און אין NY איז תורה ויראה אויך מחיוב , און זיי נעמען געלט (BOOKS )... נאר די ת"ת מאכעט שטיק. אבער מ'מישט זיך אריין אין גרויסען.
מ'מישט זיך אריין ווייל די אין איך ווייסען זייער גוט פארוואס אזוי פול היימישע זענען אויף WALEFARE ווייל גרויסע ערוואקסענע מענטשען קענען נישט אפילו שרייבען זייער נאמען אויף ענגליש. ביז דערווייל מאכט דער GOVERMENT א שווייג אבער מאן יאמר אז לימים וועלען זיי נישט מאכען דא שטרענגער און אנהייבען צו פארלאנגען פון סאטמאר ת"ת צו האלטען דאס געזעץ.
און WHATS WRONG בכלל..
אין ספר שו"ת דברי יואל איז דא א גאנצע שמועס איבער אזא "תכנית" החינוך וואס די אונגארישע רעגירונג האט פארלאנגט אין סיגוט און דער קדושת יו"ט האט מסכים געוועהן צו האבען למודי חול פאר קינדער דורך PUBLIC SCHOOL אין סיגוט. (יא דיין זיידע און באבע זענען געזעסן צוזאם אין קלאס און געלערנט אונגארישע היסטוריע מיט "עט, קעטו, האראם..." בהסכמת הקדושת יו"ט)
פארוואס באמת האט ר' ליפא זי"ע מסכים געוועהן צודעם קען מען אראפ שרייבען א גאנצע מגילה מיט א לאנגע אשכול און שטריכען פון די "כהנא-טייטלבוים" מחלוקה אבער דאס איז פאר NEXT TIME
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 22:35 |
|
| |
* דער בריף פון ר' וועלוול איז יא דאטירט קוק אונטן רעכטס, עס איז קורץ נאך די הכרזת הקמת המדינה ווי דו זעהסט אליין ער רעדט יא פון די רעגירונגס אינסטאנצן כאטש מען האט נישט גערעדט דאן פון די שפע וואס האט זיך אנגעהויבן אין בעגינס צייטן אבער ס'האט זיך גערעדט פון געלט
* וואס דו זאגסט וועגן ליבה אז אין ניו יארק איז אויך אזוי, כ'האב געלייגט א האנט אויף דעם קונטרס פון די ישיבה נתיבות עולם מיט יאהרן צוריק, זיי האבן געוואונען אין קאורט קעגן די רעגירונג איבער לערנען די שפראך וכו' כ'וועל פרובירן עס צו שאפן און סקענעםן עטליכע בלעטער
* כ'האב געברענגט די בריוון אלס א ראיה אז בשעת'ן איסור אויף די געלטער האט מען בפירוש געשריבן אז מען האט מורא אז זיי וועלן באלעטעווען אויף די מוסדות'ער אזוי ווי עס האט פאסירט ביי ווייצמאנ'ען אלעס איז געגאנגען לטמיון - מ'האט נישט גערעדט פון כח הפועל בנפעל
* דאס וואס דו טענה'סט אז רוב שומרי תורה היינט אין מדינת ישראל זענען אדאנק חינוך עצמאי איז ריכטיג, אבער מכאן השהלבת יוצאת, די אונגארישע האבן געהאלטן אז מען טאר נישט מאכן קיין פשרות אפילו אויפן חשבון פון אידישע נשמות, די אנדערע האבן געהאלטן אנדערש (כ'ברענג איין בלעטל פון די באקאנטע תשובה פון טארנאפאלער רב - א בעלזער חסיד - וועגן לערנען נקודות אנדערש ווי די מסורה) ומכאן חילוקי הדעות בענין ההתבדלות מרשעים
* וואס דו שרייבסט וועגן א מקוה פון ממשלה געלטער איז בכלל נישט פארשטענדליך, איינער איז דען מפקפק דערין?
* וואס איז דער שייכות פון חינוך עצמאי צו נעמען שטיצע פאר מוסדות התורה וואס האט נישט מיט די ממשלה? חינוך עצמאי געהער פאר די ממשלה אזוי אויך, אבער גור און בעלז וויזניץ מיר פוניוועזש וכו' וועט דאך געהערן צו די ממשלה בלויז דורך די געלטער
* בנוגע סקולס אין אונגארן איז אמת אז מען האט געלערנט געמישט און מען האט געלערנט אלגעמיינע היסטאריע וויסנשאפט וכו' - נו ובכן? אין די שטעטלעך איז נישט געווען קיין חדרים אין סקול האט מען געמוזט גיין, אבער דו לאזסט אויס האלב פון די תשובה דער ויכוח וואס דער שר האט געהאט מיטן קדושת יום טוב עיין שם כ'פרוביר צו סקענען באלד
* די הלכה איז ביי יהרג ואל יעבור טאמער איז עבר ולא נהרג באקומט ער נישט קיין עונש ווייל עס איז געווען באונס כאטש ער האט עובר געווען אויף ואהבת את ד' אלקיך אפילו הוא נוטל את נפשך און מבטל געווען מצות קידוש השם אבער אונס איז אנדערש
קען מען נישט ברענגען קיין ראיה פון איינעם וואס מען האט געצוואונגען זיך צו בוקן צום געטשקע און ער האט נישט עומד געווען בנסיון און נאכדעם איז בטל געווארן די גזירה און ער איז אריין אין א ישיבה און געווארן א געוואלדיגער גאון - וועט מען דען זאגן אז יהרג ואל יעבור איז א נארישער דין, ווייל שטעל זיך פאר אז דער גאון און ראש ישיבה וואלט זיך געלאזט הרג'ענען וואלט דאך נישט געווען אזויפיל תורה און תלמידים אויף דער וועלט?
פאלש! תורה בלייבט תורה, אי עס געלונגט אסאך מאל פאר עוזבי תורה און פאר מענטשן וואס קענען נישט עומד זיין בנסיון צו זיין שענער און בעסער ווי די שומרי תורה - דאס איז נישט קיין ראיה אז דאס בוקן צום צלם איז נישט געווען יהרג ואל יעבור
קען זיין, אן מן הסתם, וועט זיין כח התורה עפע ברענגען א מליץ יושר אויף די עבירה, אבער מאכן דערפון א לכתחילה איז כנגד התורה!
* דער שטיקל פון ר' ליפא זי"ע (?) כאפ איך נישט
 |
|
|
|
|
|