איי יאסל, יאסל! דו רעדסט דאך שוין ווי א פארכאפטער ל"ע!
איך נעם אראפ פון מיין צייט פשוט צו ארויסגעבן מיינע הרגשים. דאס האלט איך אין איין טענה'ן, נישט איך, נאר אזוי האבן גע'טענה'ט די אלע עהרליכע אידן וואס האבן זיך ג ע נ צ ל י ך אפגעשאקלט פון מדינת ישראל און די רעגירונג, אז ס'קען טאקע זיין אז יעצט איז נישטא קיין פראבלעם מיט די אלע זאכן, אבל תוצאותיה מי ישורנה, דער איש אלקים קדוש דער הייליגער בעלזער רב זי"ע, האט געשריבן מען זאל שטיצן די פרומע חברי הכנסת זיי זאלן אויפטון פאר אידישקייט אין די נייע מדינה, נאר א שוטה האט געקענט טראכטן אז דא איז עפעס נישט אין ארדענונג, אזא איינער איז אבער געווען סאטמארער רב זי"ע, ער האט נישט מחדש געווען שיטת ההתבדלות, ער האט נישט מחדש געווען די קעגנערשאפט צו ציונות, נאר ליידער זענען רוב רובם פון די מנהיגים אוועק אין קריג הי"ד, געציילטע קאפיטאנען זענען פארבליבן, ס'רוב זענען געווען טאקע עהרליכע רבנים, אבער ווייט ווייט פון מנהיגים, דער מהרי"ד מבעלזא איז צוגעגאנגען צו כל נדרי יום הקדוש פארנאכטס בזה הלשון: ציונים (כ'ווייס נישט אויב נאך עפעס, כ'האב מורא אז ער האט געזאגט אגודיסטן אויך... כ'בין נישט זיכער) ימח שמם, על דעת המקום ועל דעת הקהל וכו'
בעלזער רב ר' אהר'לע זכותו יגן עלינו האט נישט עולה על הדעת געווען צו כשר'ן א טריפה'נע מדינה, מיט העברה על הדת, מיט שמד חילול שבת תועבה זימה וכו', ער אבער נישט גערעדט דערקעגן ווייל ער האט נישט געוואלט מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, פון דער אנדערער זייט אבער האט ער אודאי געוואלט ראטעווען דעם דת אין מדינת ישראל האט ער געהייסן שטימען פאר פרומע חברי הכנסת, זיכער געווען כוונתו לשמים בלי שום צל ספק
וואס איז געשען מיט בעלז? מען גייט דאך שוין צו די בחירות, גייט מען דאך שוין שטימען אויך פאר ראש הממשלה און אנדערע רעגירונגס פאזיציעס, וועלכער גדול האט דאס מתיר געווען? די בחירות פאר חברי הכנסת זענען דאך א בדיעבד, די מדינה שטייט שוין מוז מען גיין שטימען, אבער פאר ראש המשלה, מאן דכר שמיה? און עולם גולם מאכט א גזירה שוה פון בחירות צו בחירות, און די פלאקאטן שרייען "חוב קדוש" "ככל אשר יורוך" און ווער עס זאגט אנדערש איז א שרעק, הגם וואס די אלע זאכן זענען שקר, ווייל מען האט געהייסן שטימען בלויז פאר חברי הכנסת, און ווי פריער דערמאנט "ויחי ההבדל הקטן"
די אלע "אגודיסטישע" מנהיגים האבן געלעבט בשלום מיט די מתנגדים, יעדער האט געפיהרט זיין מערכה לשם שמים, זיי האבן געטראכט אז סאטמארער רב אין ניו יארק פארשטייט נישט די געברויכן פון אידן אין ארץ ישראל - כ'רעד נישט פון די צואווילדעוועטע חברה וועלכע האבן אלס עקזיסטירט, אבער די עומדים בראש, למשל דער בית ישראל אן אנדערע, זענען געווען גאר נאהנט מיט סאטמארער רב, יעדער פון זיי האט געוואוסט אפצושאצן די אמת'דיגע גדלות פון צווייטן, נאר ס'איז געווען חילוקי דעות וויאזוי צו פיהרן די קריג מיט די רשעים
דער בריף פון ר' יהודה גרינוואלד זצ"ל צו רי"ח זאנענפעלד ווי ער אטאקירט איהם הלמאי ער איז אריין אין די אגודה איז באקאנט (זברון יהודה סימן ר'), און ר' יוסף חיים ענטערט איהם טרעפליך (כ'וועל פרובירן צו סקענען)
אבער די אלע הייליגע אידן זענען שוין ליידער נישטא, ויקם דור חדש, די פאליטיק האט באשאפן נייע מושגים, ביי די אגודה לאגער איז סאטמאר רב געווארן אפגעסטעמפלט אלס "שונא ישראל" און "קריגער", מען האט געמאכט למפרע א מחלוקת צווישן גדולי הדור, א מחלוקה בדבר הלכה מיינט נישט א פערזענליכע "פייט", כ'בין מודה אז סאטמארער רב איז געווען א גברא קפדנא, ער האט געקענט שרייען און זידלען, אבער ווער עס האט געקענט זיין שפראך האט געוואוסט אז דאס איז בלויז שפראך, ער איז באמת געווען א אוהב ישראל במלוא מובן המלה, ווער עס האט איהם געקענט אפילו בלויז איין טאג וועט דאס מודה זיין, ער האט קיינמאל נישט אין קיין איין איינציגע דרשה גערעדט חלילה שלעכטס אויף אידן, אבער וועס עס קומט צו מחבלים בכרם ד', מוז מען דאך אויסשרייען דעם אמת, וואס האט ער דען געהאט פון דעם, כבוד? געלט? מען האט איהם געסטראשעט מיטן לעבן, סאטמאר אין די ערשטע יאהרן איז געווען אויסגעשפילט אין לשער, ער האט דאך געמוזט אנטלויפן פון ארץ ישראל בשנת תש"ו צוליב די רדיפות פונעם המון עם, כאטש וואס די רבנים האבן איהם יא געשעצט, אבער שטענדיג איז יד הבריונים גוברת, ס'איז זעלטן געווען אזא אוהב ישראל, אין די באקאנטע נשא תורה זאגט ער איינמאל ימח שמם וזכרם, און נישט אויף די ציונים, נאר אויף די דייטשן!
בשנת תשכ"ז אינמיטן די ששת ימי אפילה האט ער זיך גע'ישוב'ט צענדליגער מאל צי ער זאל יא דער נישט רעדן קעגן דער מורא'דיגער בלבול המוחות, כ'האב געהערט דעם טעיפ ווי ער ישוב'ט זיך, ער האט מורא אז מען איהם שלעכט פארשטיין, מען וועט פארשטיין אז ער וויל אז די אראבער זאל זיגן, וכו', זיין אויסגערעכנטקייט איז געווען אין לשער
בקיצור (?) נמרץ, ביי יעדן איד א מאמין, איז געווען פשוט אז די מדינה וועט אונז נישט העלפן, ס'איז פונקט אזוי גלות ווי פריער, משיח וועט נאך האבן וואס צו טון, נאר די שיכרות האט פון צייט צו צייט פארטעמפט די חושים, בעיקר בעיקר ביי די ששת ימי אפילה, און די געציילטע אידן וועלכע זענען נישט געווארן מיטגעריסן מיט שטראם, האבן געוויינט און געקלאגט אויף דעם בלבול המוחות, די מדינה איז די גרעסטע סיבה פאר אנטיסעמיטיזם בזמנינו, בין לאדין האט געשיקט טרענירטע טעראריסטן אריינצוקראכן אין די ניו יארקער וואלקן-קראצער בלויז צוליב אמעריקע'ס שטיצע פאר מדינת ישראל, די מיליאנען אראבער האבן פיינט יעדן איד בלויז צוליב די מדינה (כ'וועל באלד ברענגען א דאקומענט פון מלך בבל... צו ר' יוסף חיים זאנענפעלד א עד נאמן), וואס האט מען דא אויפגעטון? אבער די שיכרות האט אנגעהאלטן לאנגע יאהרן, אידן, פרומע אידן, האבן ביסלעכווייז זיך איינגעגלידערט אין די מדינה, איבערהויפט נאך די ששת ימי אפילה האט אנגעהויבן שפראצן די חילוקי דעות צווישן איין לאגער און די צווייטע, די מדינה איז געווארן "אונזערס", די סאלדאטן באשיצן אונז, בלויז די וועלכע עס זענען געבליבן אפגעטיילט פון די מדינה האבן נישט געכאפט קיין התפעלות פון די אלע זאכן
קומט דאך אויס, אז ווען איינער זאל היינט זאגן אז די מדינה האט גארנישט אויפגעטון, מוז ער דאך זיין א סאטמערער לא עלינו, ווייל די אגודה האלט דאך נישט אזוי!
אבער כסילים מתי תשכילו! אז אזוי האבן געהאלטן אלע עהרליכע אידן פון די מועצת גדולי התורה בשנת תש"ט, אויך ר' משה שערער ז"ל ר' יעקב ראזענהיים ז"ל ר' משה בלוי ז"ל וכו' וכו', סאטמארער רב האט זיי זייער שטארק געשעצט, טראצדעם וואס ער האט זיי קריטקירט, וכמים הפנים לפנים, די אגודה פיהרער האבן געשעצט סאטמארער רב, והספדו של הרב שך יוכיח, נאר מיט דער צייט איז געווארן א בלבול המוחות נעבעך, און עס איז געווארן אנגענומען אז די אגודה מיט די מדינה זענען ווי ברידער פון איין מאמען, זיי האבן נאר חילוקי דעות
דאס איז שוא ושקר! דעריבער האט סאטמארער רב זי"ע אזוי געבלוטיגט קעגן די מדינה אין די צייט וואס די גאנצע וועלט איז געווען שיכור, 1954 - תשי"ד האט מען דאך געמיינט אז בעסערס קען נישט זיין, נאך נישטא קיין צעהן יאהר פון היטלער, און אזוי הויך האבן מיר זיך דערדראפעט? מען האט געדארפט זיין א חכם מחוכם און אויסגערופענער מנהיג הדור, א חכם הרואה את הנולד, און דער עיקר, א געוואלד סייעתא דשמיא וואס האט דעם הייליגן רבי'ן זי"ע באגלייט, צו וויסן וואס עס ליגט באמת באהאלטן אונטער די מחולות און טענץ, און וואס עס וועט נאך ברענגען ל"ע
וויפיל אידן זענען שוין ליידער גע'הרג'עט געווארן על קדושת המדינה?
אנשטאט דעם וואס דאס הייליג לאנד זאל זיין ווי זי איז געווען בימים קדמונים, א מקור הקדושה והטהרה ווער עס האט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל האט געהאלטן ביי א מדריגה אין אידישקייט, היינט ליידער איז נהפכה הקערה על פיה, אודאי איז דא א געוואלד תורה און קדושה אין ארץ ישראל, עס איז אבער נישט וואס עס איז געווען, אזא טומאה ווי עס איז דא אין תל אביב איז כמעט נישטא אין די גאנצע וועלט, ישראל כשיורדים וכו', און די גזירות על הדת, ועל זה דוה לבינו, ועל אלה חשכו עינינו, קעגן דעם האבן געקעמפפט ווי לייבן אלע גדולי ישראל, אגודיסטן, סאטמעריסטן, און אפילו געציילטע פון די מזרחי'סטן לדעתם (חוץ ר' קוק וואס האט במכוון אריינגעשטאכן א מעסער אין יהדות החרדית, כמבואר באורך בספר מרא דארעא ישראל, און געהאלפן אז דער שלטון אין הייליגן לאנד זאל ליגן ביי די פרייע, ער האט געשטיצט דעם ועד הלאומי וואס הגרי"ח זאנענפעלד זי"ע ובית דינו האבן געזאגט אז יעדער איז מוז ארויס דערפון ואכמ"ל), אבער מיט די יאהרן איז ארויס דער הבדל, ווייל עולם גולם ווערט דאך מיטגעשלעפט מיט די מציאות, מוז זיין א שטאלענער וואנט וואס זאל האלטן אידן ביי אידישקייט, דיעבד זאל בלייבן דיעבד און לכתחילה זאל בלייבן לכתחילה, און די וועלכע עס האבן נישט דעם דעת, וואס דאס איז רוב המון עם לפי הטבע, ווערן צוטומלט און צומישט
דעריבער האבן די אידן אויסגערופן א מלחמה אין אלעס וואס איז אנבעלאנגט די ציונים, בחירות, געלט נעמען וכו', און ווען זיי האבן איינגענומען דעם כותל - איז אויך דאס אריין אין דעם איסור, פשוט אלס התבדלות, פארשטייט זיך אז נישט יעדער קען מיטטאנצן מיט די אלע זאכן, און דעריבער איז סאטמאר געווארן דער ציהלברעט פון די לצים, אבער דאס איז געווען דער תורת ההתבדלות
כ'מיין אז כ'האב שוין גענוג גערעדט
 |
|
|