בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דערהארגעט די קינדער פארן רבין'ס געברויך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/2/2006 07:02 לינק ישיר 
דערהארגעט די קינדער פארן רבין'ס געברויך







א אלטער יעקער שפאצירט אין גאס און גייט פארביי א חסידישער קלויז און זעט א ווי די חסידים שטארמען ארום מיט א בלאסער געזיכט, א טרויריג פנים און געשוואלענע אויגען. נא געט ער א פרעג חסידים וואס גייט פאר מיט אייך היינט?  חסידים זענען אלץ פרייליך און זייערע געמיטער שטענדיג הויך און וואס האט פאסירט היינט? ענפערט דער חסיד אז דער רבי איז געשטארבען, דער רעבין האט ביי אים געמיינט אלעסדינג און איצטער איז עס פארלארען געגאנגען.


דער אלטער יעקער האט מיט ווינדער געקוקט אויף די חסידים און זאגט  זיי וואס וויינט איר אזוי "אלע יארען אין די צייט וועט איר קוגעל עסן".


די מעשה טוט אפשפיגלען דער היינטאגער חסידות .


אלע וויסען דאס אז חסידות האט באנקראטירט און האבען גארניט צו פארקויפען און אפילו זיי אליינס טוען דאס ניט לייקענען, פון דעם רבי לאכען זיי זעלבסט און זאגען קלאר אז ער וויל נאר זייער געלט.
 

נאר צו וואס ברויכען זיי היינט דאס גאנצער חסידות ?


דער היינטאגער חסידות איז ניט מער ווי א Costco , ווייל האבענדיג א גרויסע צאל מעמבערס האט מען וואס מען רופט אויף ענגעליש  Buying Power  מען קאן פאר  א יו"ט צושטעלען א פאר מאראנצען  מיט עטליכע פלעשליך וויין  אויף א גאר ביליגער פרייז, און ווי אויך איז יעדער פארזיכערד מיט א שטיקעל מאראסטיג גריבעל  אויף לאחר מאה ועשרים און טאקע אויפן זעלביגען  בית החיים א ווי דער רבי ליגט.


און ווי אויך איז די חסידות א גוטער טרעף פונקט ווי מען טרעפט זיך מיט אלטע פריינט, מיט וועם מען האט פארברייכט די יונגע יארן , און דער גרויסער שול איז ווי געווארען א טרעפ פונקט סטאנציע  פון ווי מען גייט מיט פריינט צו שוווילטוגען.  


איין  זאך  וואס  די חסידות  קאנטרוילירט  און וויל  זיך ניט שיידען דערפון  איז די מוסדות .


מוסדות איז א גרויסער ביזנעס ביי זיי, עס  געט עס רעכט צו שנארען און ווי מען ריפט דאס אין אמעריקע מיט א שיינער נאמען Found Raising  און ווי אויך קימען צו די שטאטישע פראגראמען און פאנדען.


אבער דער עיקר איז אז מיט האבען קאנטרויל אויף מוסדות החינוך איז מען ווי גארענטיד אז אויפן קומענדיגען דור וועט דער דאזיגער חסידות ארגענעזעשאן אנהאלטען מיט די נייע סאלדאטען .



און מיט חינוך אליין איז א אנדער מעשה, דאס איז א זייטוגער טפל וואס איז ביי זיי ניט וויכטוג, וואס וועט זיין  אז דער קינד וועט קאנען אביסעל ווינציגער און אויסוואקסען נאר א תהלים זאגער אדער א חוק לערנער, דער עיקר איז אז עס זאל פארהאן זיין  נאך א שטיק פלייש מיט וואס אנצופילען דעם גרויסען שול  און ווען דער רבי שטארבט זאל זיין נאך איינער וועלכער עסט קוגעל. 

 








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2006 07:15 לינק ישיר 

געווען א ייד אין סַאנז גערופן האט ער זיך הַאלבערשטַאם האט ער שוין פאר אומגעפער הונדערט פופציג יאהר צוריק גערעדט די רייד

זיין ספר רופט זיך דברי חיים

דאסמאל אלזא, ראצער, צום באדויערן, קיינע חידושים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2006 07:35 לינק ישיר 

אוי וויי, איך ווער שוין אויס חסיד, חסידים מאכען נאר חוק לערנערס, אוי וויי, וואס וועט זיין מיט די חסידים. אבער ביי די יעקערס, ביי זיי וואקסט מען אויס צו זיין רשב"א'ס און שאגת ארי'ס, ווער קען פארגלייכען די יעקערישע מוסדות צו די חסידישע, חסידים זענען פרימיטיוו און ציען אויף קינדער צו זיין צוריק געשטאנען. די טיפש די ראצער, חסידות האלט אידישקייט, וועדער יא לייק איט אר נאט. און זעהט אויס אז דיר ר' ראצער האט מען נישט געלערענט קיין קרוי וכתוב, נישט קיין ענגליש נישט קיין אידיש קענסטו שרייבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2006 07:50 לינק ישיר 

וועקטס ענק אויף. פון דער מאמר זעהט אויס, אז ראטזער איז טאקע א תולדה פון די חסידישע הויפן וואס ער באדויערט אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2006 18:24 לינק ישיר 

נבוכדנצר,
אזוי האט דער צאנזער רב געזאגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2006 20:31 לינק ישיר 

ראצער די בעסטע פון דיין גאנצע טיפשות איז דיין ספעלינג... found raiser דו האסט נאר געוויזען אז דו ביסט א אפגעריסענער וויליאמסבורגער... נישט קיין קרוין הייטסער און נישט קיין וועסט סיידער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2006 03:51 לינק ישיר 

"ראטצער" כשמו כן הוא;

א יונגאֿטש ואס ביז לעצטענס פלעגט ער קומען שבת אין שול אין אנמאכען קופקעס אינדרויסען רעדענדיג דברי כפירה און ניבול פה ביים דאוענען:

 ביי זיין איגענע קהילה איז ער אן אויסווארף מוז ער נעבעך קרעמלען אין אן אנדער בית המדרש

מיר זיינען שטארק צופרידען אז ער האט אזעלעכע דיעות ווייל אזוי ארום וועלען כאטש זיינע (יערליכע) שרצים זיך נישט דרייען צווישען אונז




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2006 18:52 לינק ישיר 

נבוכדנצר
כשר גערעכט.

ראצער איז דאסמאל גארנישט מחדש.
אבער מיט דעם אלעם: ראצער

KEEP IT UP. ווייל איך AGREE מיט דיר 100 פראצענט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2006 20:16 לינק ישיר 

אין מיט דעם אלעמען די וואס געהערן צו די גרויסע חסידותן שניידען בעסער אפ מיט די קינדער'ס חינוך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דערהארגעט די קינדער פארן רבין'ס געברויך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext