|
|
| נשלח ב-7/2/2006 16:48 |
|
| |
ווען דער קעניג בעט אן עצה...
קען זיין אז דער קעפל איז זינלאז, אבער כ'האב אינזינען געהאט אז ווי מער קוקערס זאלן דא אריין
ווי איהר ווייסט האב איך געהאט א ניק *מלך_בבל*, איך האב זיך דערמיט באנוצט א שטיקל צייט, ווייל דער ניק *נבוכדנאצר* איז מיר נישט געווען צום הארצן.
פאסירט האט, אז כ'האב פארלוירן דעם פעסוואורד, און זינט דאן קען איך זיך נישט באנוצן דערמיט מער, כ'קען אין קיין פאל זיך נישט דערמאנען וועמענס אימעיל אדרעס כ'האב דאן גענוצט. כ'האב אפילו געהאט געמאכט א נייעם ניק *מלך_שנער* אבער דער מזל איז מיר נאכגעלאפן, און כ'האב אריינגעטייפט א שלעכטן אימעיל אדרעס, פשוט געטייפט .coom אנשטאט .com אבער ביי א קאמפיוטער העלפט נישט קיין שתדלנות..
דעם ניק *נבוכדנאצר* האב איך געמאכט ביי א אימעיל אדרעס וועלכער אנהאלט דעם ניק, ממילא האב איך עס געדענקט, מה שאין כן *מלך_בבל*.
וואס קען מען טוהן? איינער ווייסט צי מען קען טאקע נישט צוריקברענגען א פארלוירענעם פעסוואורד? אפשר האבן די גרויסע שישקעס א ליסטע פון ניקס און אימעיל אדרעסן און מען עפעס מאכן?
יישר כחכם
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 20:21 |
|
| |
נאך א מזל אז עס איז נישט דא קיין עצה אויף דעם,
ווייל אויב מען וואלט געקענט טרעפן א פעס-ווארד אן קיין אימעיל אדרעס, וואלטן זיך שוין אנשי רשע משתלט געווען אויף אנדערע ניקים לפני זמן רב.
פארגעס נישט אז היידפארק פרעגט אפילו נישט קיין באהאלטענע שאלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 21:30 |
|
| |
זעט אז אויס אז די צייט פין דיין מלוכה האט זיך געענדיגט
איך וואלט דיר געראטען זאלסט דיך טוישן צי א נייע מלוכה, ווי למשל דאס
אחשורוש, מלך_טיפוש
וואס עס איז מעניני דיומא
גראדע האב איך שטארק הנאה פין דיינע תגובות
תוקן על ידי - שלום_משה - 07/02/2006 21:31:42
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 01:48 |
|
| |
ידידי מלך בבל, ס'איז אויף דעם נישטא קיין עצה. ס'האבן גרויסע חברה דא אין פארק שוין פארלוירן זייערע ניקס דורך אזוינע טעותים ללא תקנה. א דוגמא אויף דעם, איז דער באקאנטע ניק פון אנדערע פורום'ס "מסתברא", וואס ער האט געדארפט טוישן אויף "אתנחתא".
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 18:42 |
|
| |
עס איז נישט עק וועלט, מען קען אלעמאל מאכען נאך א ניק אין שרייבען ביי די חתימה לשעבר מלך בבל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 18:44 |
|
| |
א עצה טובה אז דאס זאל בכלל נישט פאסירן צו געבן אלע ניקס די זעלבע פעסווארד, דאס הייסט נאך וואס מ'עפענט א ניק זאל מען גיין צו שינוי פרטים און דאס טוישן, נישט פארגעסן צו עקסעפטן די לייסענס ענד אגרימענטס פאר מ'טוט סאבמיטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 23:47 |
|
| |
אין מסורת ארבעט עס נישט
ווער עס האט Jnet האט נישט קיין צוטריט צו נישט איינפאכע היידפארק, אהן מסורת
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 04:19 |
|
| |
אייעם סארי מלך בבל, יאך האב נאך נישט געמאכט קיין שינוי פרטים זינט מסורת האט זיך געגרינדעט.
חוץ מזה יאך האב אייך געשיקט אמאל אין אישית מכתבים, האט איר דאס שוין ערהאלטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 07:06 |
|
| |
סאכדעס;
ליין זיי מוחל איבער דעם גאנצן אשכול 
נבוכדנאצר מלך בבל ושנער;
קענסט בעטן איינער וואס באנוצט זיך (ליידער) יא מיט רעגולער היידפארק זאל דיר טוישן די פעסווארד (פארשטייט זיך, נאר אויב דו טראסט יענעם..)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 15:24 |
|
| |
התאחדות, אייער מעסעדזש איז גענוי ווי די פלאקאטן פון אייער פירמע, פיהלע ווערטער אבער אומפארשטענדליכע
כ'פארשטיי נישט וואס איהר שרייבט
אויב רעדט איהר פון מכתבים וואס איהר האט מיר געשיקט צו *מלך_בבל* האב איך זיי געוויס נישט ערהאלטן, מיר האבן נישט קיין איינטריט צו יענעם קעסטל, אבער מיר געדענקען א קארעספאנדענץ אין *נבוכדנאצר* קעסטל אנבעלאנגט געוויסע ראזענבלאט ניגונים
געדענק איך גוט?
וואס איהר שרייבט פון מסורת האב איך נישט פארשטאנען
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 18:23 |
|
| |
כ'האב אויך געכאפט דעם טעות וואס עס איז געשען די טעות מאכט זיך ביי די שעסטע אידן {ניקס}
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 06:08 |
|
| |
אוי רעד נישט פון דעם פראבלעם דערמאנסט מיך מיין חטאת נעורים כמעט א יאר אצוריק האב איך פארלוירן איין ניק וואס איך האב געוואלט נוצן, לצערי איז די פעסווארד מיט די אימיעל ערגעץ נעלם געווארן אין די הרי חושך. זכותו יגון וברחה. ומדה טובה מרובה, אז איך האב אפילו פארגעסן וויאזוי יענער ניק האט געהייסן . וגזירה על המת שישתכח מעל הלב.
לגוף הענין, מלך_בבלה פארוואס האסטו נישט געגליכן דעם ניק נבוכדנאצר ? גראדע איך גלייך עס בעסער . און בעצם דיין שורש נשמה ציהט צו איראק, ווער ווייסט ווער דו ביסט באמת 
שיחת מלכים
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 16:42 |
|
| |
אי משום הא
...כל הדברים שבתלמוד הבבלי חייבין כל ישראל ללכת בהם וכופין כל עיר ועיר וכל מדינה ומדינה לנהוג בכל המנהגות שנהגו חכמי התלמוד ולגזור גזירותם וללכת בתקנותם הואיל וכל אותם הדברים שבתלמוד הסכימו עליהם כל ישראל... (הקדמת רמב"ם לספר הי"ד, לפי דפוס ראשון)
מיר לעבן אלע פון בבל, אהן דעם תלמוד בבלי האבן מיר גאר קיין חיות נישט
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|