| נשלח ב-8/2/2006 17:51 |
|
| |
אזהרה! למוד לשונך לומר איני יודע
ווי יעדער זעט אין די לעצטע פאר טעג ווי די זאליס פראבירן אפצישרעקן די ארונים אז ראזענוואסער גייט אונז גארנישט געבן, דארף מען פארשטיין, זענען זיי משוגע געווארן, זיי זארגען זיך פלוצלינג פאר אונז?? הלא דבר הוא.
עס איז אויפדעקט געווארן דער תירוץ, די זאליס פילן זייער סוף איז שוין נאנט , א פראגע פון טעג, די זאליס דרייען איבער יעדען שטיינדעל וואס מען קען נאר, געוואר צי ווערן ווי די זאך האלט, אין פארשטייט זיך שטעלן די זאך אויף די ליניע וואס איז גוט פאר זיי, מען שמירט רעכטס אין לינקס, ליגעל איליגעל, מיט גוטן מיט בייזן, טעראר איז פארשטייט זיך קיין צוריקהאלט ווען עס פעלט זיך אויס, אפילו עס רופט אויס שרעקליך בייז בלוט ביי די פאלעטישאנס אין לויערס אין אפילו דזשאזשעס וד"ל, חילול השם איז ביי זיי ליידער קיין פראבלעם, אבער ווי די זאך קענערס זאגען האבן זיי א שווער פעלד וד"ל, (והם מהדברים שהשתיקה יפה).
האבן זיך די שוטים דערטראכט צי אן עצה, נעמליך אויפצירייצן די ארונים אז זיי גייען פארלירן (אין מכלומרשט, זיי ווייסן עס קראנט), אין אפשר וועט זיך טרעפען אן ארוני וואס איז באקאנט אין פאקטן , וואס די בלוט וועט איהם אנהויבן זידן, אין וועט צוריק ענטפערן, אין מיר האבן א כלל אז ברוב דברים לא יחדל פשע, וועט זיך דער ארוני פאררעדן עפעס וואס קען צינוץ קומען פאר זיי , יא! לאכטס נישט, פון דעם נערישן הייד פארק ווערט מען אסאך מאל געוואר וויכטיגע זאכן , אזוי אומדירעקט, ווען איינער שרייבט וואס מען דארף נישט, איך וועל דא מגלה זיין, עס זענען שוין פארגעקומען מער ווי איינמאל וואס הייד פארק האט חרוב געמאכט א פראיעקט, ווייל עס האט געליקט דורך איינעם.
ע"כ בעט מען פונעם עולם "נישט צוריק ענטפערן" לאזטס דעם "ראדני123" "אנטווערפעןרב" וכל שום וחניכא דאית לי' אויס געבען זיך, סוף כל סוף זענען זיי אויך אידן, לאמיר זיי פארגינען דעם חיי שעה, אבער למען השם נישט צוריק שרייבן גארנישט.
איך זאג ענק איך ווייס וואס איך רעד.
איך שטעל מיך פאר אז די זאליס וועלן יעצט אנהייבן גיסען א קיתון של שופכים פאר די חוצפה פון אויפדעקן זייער סטראטעגיע, מיט לשונות ווי למשל "די ארונים זענען שרעקליך דערביטערט" "די ארונים זענען שרעקליך דערפרעסט" "די ארונים שעלטן" וכו' וכו' , מיט דעם אלעם האב איך מיך נישט צוריק געהאלטן פון צי שרייבן וואס איז וויכטיג פארן הצלחת הענין, זיי זאלן בלייבן די געווינערס אויף הייד פארק, אין אונז אין קארט בעזרת השם יתברך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 18:40 |
|
| |
העטעכל
די קענסט איין וויקלן דיין תירוץ און וועלעכר שפראך די ווילסט, קענסט שרייען מען טאר נישט ענטפערן פאר ראדני ווייל ער זיכט די סוד, קענסט שרייען אז פון הייד פארק איז שוין ארויס גערינען זאכן, קענסט שרייען וואס די ווילסט, עס האט איין תירוץ וואס יעדער זעהט דא, ארוינים מיט סאטמאר, אז עס הערשט א שרעקליכער אנזעטץ ביי די ארוינישע ליגעיל טים, איך ווייס פאר וואס ווייל איך ווייס יא דעם אמת פון ראזענוואסער, נישט ווי מקוה איד פארקויפט דא אז ער ווארט אויפן אפילס קארט, עפשר מיינט העטעכל אז דאס איז א סוד וואס מקוה האט ארויס געגעבן, ניין און נאך א מאל ניין ראזענוואסער ווארט נישט אויפן אפיל, נאר עס קימט א זא זעטץ פאר די ארוינים,
אוי וועט עס זיין א זעטץ, עטס וועטס נישט וויסן ווי זיך א הין צו טון, און העטעכל טרייט נעבך צו איין רעדן די ארוינים נישט ענטפערן פאר ראדני, ווייל יא ענק ווייסן דע אמת און עטס האטס נישט קיין תוריץ
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 20:35 |
|
| |
ווי יעדער זעט איז "ראדני152" געשפרינגען פון די כלים, אז מען פארלויפט איהם דעם וועג, אין חזרט איבער דעם זעלבען פיזמון, ככלב שב על קיאו, דאס איז זייער א גיטער סימן.
אין איך בעט דעם עולם גוט צי געדענקען וואס כ'האב געשריבן.
תוקן על ידי - העטעכפעטעך - 08/02/2006 20:40:30
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 20:51 |
|
| |
איך בין נישט זיכער, אבער ווי עס קוקט מיר אויס איז ראדני152 נישט קיין זאלוני אין אויך נישט קיין ארוני, נאר איינער וואס איז באהאווענט מיט תפיסות וד"ל.
איך מיין ראדני ווייסט פון וואס איך רעד.......
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 21:12 |
|
| |
העטכעל איך האב דיר גיט אפגעפרעגט, יעצט אנשטאטס צו ענפערן געהעריג שעלסטו, דאס הייסט און אידיש די ביסט א טשיקן. די ביסט א טשיקן די ביסט א טשיקן די ביסט א טשיקן די ביסט א טשיקן guor
איך ווייס נישט פון וואס די רעדט'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 21:40 |
|
| |
ראדני , העטעך האט נישט פראבירט דיך אפציווענדן, ער זאגט נאר מען זאל נישט שטיין מיט דיר אין ווארט.
אין צווייטענס....פראביר דיך צי דערמאנען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 21:47 |
|
| |
גיור, ישר כוח פארן פארטיידיגן, אבער איך בעט דיך מער ענטפער נישט לאז דעם צידרייטן ראדני152 וואס באלד גייט ער הייסן אנטווערפעןרב זיך אויסגעבן, בלע בלע בלע טישקען טישקען טישקען טישקען.
דארפסט פארשטיין אז ער האט בויך קרעמפען ווייל ער ווייסט דעם "ריינער" אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 21:48 |
|
| |
העטעכפעטעך די גרעסטע סוד וואס א חרויני האט נאר א מאל ארויס געגעבן ביזטו, פאר וואס?
איך וועל עס צולייגן אויף קליין געלט, פון דיינע ווערטער זעהט מען אז די חרוינים שמירן ראזענוואסער (אינז ווייסן שוין פון לאנג, נאר די שרייבסט עס די ערשטע מאל אפען)
ווייל אויב גייט אלעס געהעריג ליגעל ביי ראזענוואסער, איז וואס איז שייך א סוד, דער חרויני וועט שרייבן איך זעה פון די פעיפערס אזוי, און דער סאטמארער וועט שרייבן איך האלט אזוי, עס איז נישט שייך קיין סוד,
אבער טאמער שמירט מען איז דא גרויסע סודות, און פאר דאס האסטו מורא, יעצט איז שוין צו שפעט די האסט עס שוין געשריבן,
אבער איך האב נאך אלטס בטחון אפילו די חרוינים שמירן ראזענוואסער, ווייל איך ווייס אז טאמער ער געט נישט קיין ליגעל פסק, וועלן איז באקימען פונם אפיל א סטעי, און די אפילס קארט קענען ענק שוין נישט שמירן, עטס וועטס נישט האבן קיין צייט צו גיין און ראדני, און איז וועלן שוין אי"ה האבן א סטעי, און דער נאך וועט די אפילס איבער דריין ראזעוואסער'ס פסק
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 21:56 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס די פחד צו שרייבן איז דא, ווייל די וואס ווייסן די סודות רעדן סיי ווי נישט, און סתם זיך ארום טאנען מיט די זאלי'ס, זעה איך נישט קיין שום פראבלעם אדרבה
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 22:03 |
|
| |
guor
איך ווייס נישט פון וואס די רעדטס קען זיין די האסט א טעות
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2006 23:26 |
|
| |
מיין מיינונג איז, אז דער אהרוני וואס ווייסט באמת וואס ער רעדט, ווייסט זייער גוט וואס מען מעג שרייבן און וואס נישט.
דער וועלכער ווייסט נישט קען רואיג שרייבן, ממה נפשך, אויב ער ווייסט נישט איז דאך נישט קיין פראבלעם, אויב פערצופאל ווייסט ער יא, ווייסט עס דער זאלי זיכער.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 03:09 |
|
| |
איך האלט אויך עס איז נישט דא פון וואס מורא צו האבען מען קען זיך געהעריג טאנען מיט די זאלי'ס ווייל דער וואס ווייסט האלט זיך דאס מויל עני וועי
|
|
|
|
|