בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

זייער א שיינע קליפ-בוני עולם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2006 04:44 לינק ישיר 
זייער א שיינע קליפ-בוני עולם

זייער א שיינע קליפ-בוני עולם




http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1798631









http://216.69.176.198/video/masai.wmv





תוקן על ידי - הצלה2006 - 09/02/2006 4:55:15



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 04:55 לינק ישיר 

Bonei Olam

http://jewishcenteronline.com/gallery/showimage.php?i=224&catid=5



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 12:09 לינק ישיר 

אויסער ווי געוויינטלעך שיין!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 20:27 לינק ישיר 

מען האט דאס געוויזען פאר א יאר ביי בוני עולם דינער אין עס האט מוראדיג מעורר געווען דעם עולם, הגם וואס לדעתי פאסט נישט צו נעמען א עקטאר וואס פוצט די בארד אין גייט א שטריימעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 22:39 לינק ישיר 

מיר האט עס אויסגעקוקט ווי א נייע חסידישע מאווי ה"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 04:21 לינק ישיר 

אזלא_גרש אפשר זאגסטו מיר, פארוואס איז דא אזעלעכע מענטשן ווי דיר וואס דארפן אלעס קיקן מיט א שלעכטע אין לינקע אויג, הא? פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2006 17:17 לינק ישיר 

מיך באדערט פארוואס די וואס קענען נישט מאכען א קליפ זענען נישט בארעכטיגט צו קיין הילף איך ווייס פון פארלעך וואס גייען דורך יסורי איוב און איינע פון די נאכווייען אז לויט די דאקטוירים און די מעדיצינען טארען זיי קיינמאל נישט האבען קיין קינדער און קענען אפילו נישט גיין צו בוני עולם און איר קענט זיך נישט פארשטעלען די אומגעהויערע ווייטאג וואס אויסער די ליידען קומען זיי ניטאמאל אן צו טראכטען פון די פראבלעם פון זיין קינדערלאז וואס דאס איז פון די זייטיגע פראבלעמען ל"ע און קענסט דיך פארשטעלען מיינע געפילען קוקענדיג די קליפ (טראכטענדיג ווי גליקליך איז יענער אז די איינציגסטע צער איז נאר קינדער) און די הילף קומט נישט ל"ע ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל מאכען א קליפ פאר זיי יא דאס פאסירט היינט צוטאג אין ריזיגע עולם החסד אבער מיט דעם אלעמען דאנק די באשעפער אויף אלעס וואס איז דא היינט ב"ה לא אלמן בישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 17:54 לינק ישיר 

וועלט-מלחמה;

לבי עליך

לאמיר אינאיינעם זינגען: אה אידעלע, אוי אידעלע, שטארק זיך שטארק זיך אידעלע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2006 18:35 לינק ישיר 

עס איז אויפן קליפ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 20:33 לינק ישיר 

קרעמער וואס מיינט לבי עליך די ווילסט העלפען? די ווילסט וויסען וואס די מצב איז? די ווילסט העלפען מאכען א קליפ אז יודען זאלען איינזעהן די ריאליטעט און העלפען? אדער א קרעכץ? איך האב גירעדט וועגען דעם מיט א חשובע רב לעצטענס וואס טוט א גיוואלד זאגט ער מיר די מיינסט די ווייסט אלעס דו האסט נישט קיין השגה וויפל אידען און שטובער גייען צוגרינד כסדר טאקע וועגען דעם ווייל קיינער טוט נישט אין דעם ער האט גיזאגט אז בקרוב גייט מען גרונדען א גרופע פון יונגעלייט וואלאנטירס אבער שוין א האלבע יאר איז גארנישט גיווארען איך האב שוין אויך גירעדט צו יונגעלייט אבער קיינער איז נישט גרייט נאר גיציילטע יחידים טועהן אין דעם דערווייל איז באמת דא אסאך חסד ב"ה חי לייף ליין זכרון שלמה רפואה חסד חבירים ביקו"ח בוני עולם לב אבות (וואס איז געגרונדעט גיווארען נישט קענענדיג צוקוקען די צער פון די עלטערען וואס קענען נישט צאלען א פרייוועט מלמד פאר די קינדער) ווען מען זאל מאכען א קליפ פאר הנ"ל אפשר דעמאלטס וועט מען אויך נישט קענען צוקוקען די צער און מען קען מיט הארץ און געפיל ארויסהעלפען לויט דאקטוירים אז ביז א יאר זאל מען שטיין אויף די פיס און אפשר אויך טראכטען פון האבן קינדער וכו' וכו' און מקרב זיין די גאולה אמן (לויט ווי איך האלט מיט און הער איז די מצב אזא שוידערליכע און די גלייכגילטיגקייט נאך ערגער און די צייט וואס מען דארף און מען קען אסאך אויפטוהן ואני מעיד)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 03:06 לינק ישיר 

לכל מאן דבעי למידע וועל איך אראפברענגען א שמועס פון אישי דאס איז גייסטישע מחלה וואס האט נישט מיט נערווען אדער דיפרעשאן מען באקומט אסאך מאל נאך א שווערע יוגענט און דאס איז א מוט דיסארדער גערופען בייפאלאר דיסארדער דאס הייסט אז אסאך מאל ווערט מען זייער היי און נאכדעם איז מען דעפרעסט אבער מען איז זייער נארמאל און קלוג נאר וויבאלד עס איז גייסטיש און מען פירט זייך אויף מאדנע אסאך מאל ממילא טוהען יודישע קינדער אריינלייגען און כלל פון נערווען און משוגעים און עד היום איז נישטא קיין "איין" ארגנאזאציע וואס מיט די מעדיצינען קען מען אפט מאל נישט האבן קינדער בכלל וואס זייער צער איז פילפאכיג גרעסער פון די בוני עולם און לפי עדות הרבנים גייען צענליגער אדער מער יודען מיט יודישע שטובער צוגרונד ל"ע וואס לויט די דאקטוירים דארף מען נאר אריינגעבען און זיי אביסל ווארעמקייט און ליבשאפט וואס דאס פעלט זיי און מען קען ביז א יאר זיי שטעלען אינגאנצען אויף די פיס עס ממש א קללה פון היינטיגע דור און א הימל געשריי איך קען מעיד זיין ווי א ווארעם יודיש הארץ געט זיך אוועק מיט געבען אטענשאן טוט אויף א וועלט _______________ ~~~~~~~~~~~ וואס איז די פראבלעם? וואס איז די מחלה? אפשר וואלט איך געטון עסקנות. ~~~~~~~~~~~



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 23:34 לינק ישיר 

איך האב פונקט לעצטנס גערעדט מיט מיינס א גוטע ידיד, איינער פון די אנפירער פון 'מקימי' (א ביקו"ח ארגעניזאציע וואס טוט אויף א וועלט), און ער האט מיר דערציילט אז א יוד האט זיך לעצטנס שואל עיצה געוועהן ביי אים. דער יוד זיכט צו טוהן חסד פאר יודן'ס וועגן און ער האט געפרעגט מיין חבר וואס וואלט געוועהן א גוטע געדאנק אנצוהייבען טוהן. אפשר וואלט ער געקענט אנהייבען טוהן אין דעם נושא, ע"כ טאמער האט איינער מער פרטים זאל ער זיך ווענדען צו מיר אין אישית און איך וועל בעזה"י פראבירען צו צושדכ'ענען צו דעם ווילענדער עסקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2006 07:18 לינק ישיר 

און אזוי ווי אלץ וואס איך ברענג דאס ארויף ווערט שטיל נאך א שטיק צייט און די אלע ליידענע צוריק גיין צו זייער גיהנם (וואס סקוקט אויס אז מען האלט אז זיי ביילאנגען דארט) רח"ל אזוי ווי סאיז ידוע אז יסורי הנפש איז אסאך ערגער ווי יסורי הגוף ל"ע און אונז וועל מער ווייטער אנגיין אונזער וועג און גארנישט ווערט געטוהן פאר זיי און מיר וועלען וואונטשען ו פרייליכע שבת (אונטשולדיג פאר די שארפע לשון אבער עס ברענט מיר צוזעהן אז כלל ישראל יודען רחמנים בני רחמנים האבען אויס געשניטען א חלק יודען וואס זיי לאזט מען ליידען מיט אומגעהויערע יסורים יעדען טאג יא! ווען מען ליידט אויף מוט און גייסטיג ווייטאג טוט עס שרעקליך וויי אויך פיזיש)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2006 18:01 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט, אויב האלסטו אז דער טעמע ווערט איגנארירט האסטו דאך אן עיצה, במקום שאין אנשים השתדל להיות איש! הייב דו אהן צו טוהן דערין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2006 21:03 לינק ישיר 

איך האב יארען צוריק גירעדט מיט דרייסיג יונגעלייט ווער עס וויל מיט מיר גרונדען א ארגנאזאציע (ווייל אליינס קען מען נישט) און אלע האבן אפגיזאגט נאר אביסל צוהעלפען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2006 21:49 לינק ישיר 

אזא זאך, טאמער ווילסטו אז עס זאל ווערן, וועסטו מוזען אליין טוהן. עס וועלן זיכער זיין גענוג אירע וואס וועלן דיר צוהעלפען, ישראל קדושים הם, אבער עס זענען פארהאן גאנץ ווייניג מענטשען וואס ווילען אויף זיך נעמען דעם עול פון גרינדען אזא ארגעניזאציע. אבער טאמער האלסטו אז עס איז וויכטיג, אדרבה, נעם זיך דערצו ומן השמים יעזרו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > זייער א שיינע קליפ-בוני עולם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext