|
|
| נשלח ב-10/2/2006 20:47 |
|
| |
פעשי: דער אמת שטינקט נאך אלץ?... דרך אגב, ווייסט איינער אפשר וואו דער "פעשי" איז נעבעך אומגעקומען?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 20:53 |
|
| |
אוי געוואלד
מיר זענען יעצט ניעלאגען!!!!!! אזוי שרייבט דרייניץ.
ווער געדענקט נאך ווען די בעלזער זענען געווען ניאלאגען?
חחחחחחחחחחחחחחחחח
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 21:49 |
|
| |
די בנינים באלאנגען פאר קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג
און יעצט פאר הרה"ח רבי בערל פריעדמאן שליט"א אין זיין בארד.
1 ביהמ"ד הגדול ראדני סט.
2 ביהמ"ד אברכים זופניק
3 ביהמ"ד החדש ראס סט.
4 ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א
5 תלמוד תורה ויואל משה
6 די לאט פון עטרת אברהם
7 בית החיים קרית יואל
8 בית החיים ניו דזערסי
9 מקוה טהרה בניני זופניק
10 מחנה רב טוב נעפינעק
11 מחנה רב טוב דערילענד
12 מחנה רב טוב נייע מיידל קעמפ
13 מחנה רב טוב אלטע מיידל קעמפ
14 די דריי בנינים פון מצה בעקעריי ווילי
15 די ביהמ"ד שטאק פון תהלות יואל דסאטמאר
16 בית החיים לאנג איילענד
איבער קליימער ביהמ"ד וועט זיין א שטיקל סכסוך ווייל למעשה איז קהל דארט א טענענט אלע יארן.
תוקן על ידי - yones69 - 10/02/2006 21:48:57
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 21:53 |
|
| |
ס'איז נישט אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 21:55 |
|
| |
וואס איז נישט אמת?
עס איז נישט אמת אז עס איז נישט אמת...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 21:59 |
|
| |
ראשית האב איך פאר דיר נייעס, אז די "קעמפס" זענען שוין לאנג נישט אויפ'ן נאמען פון קהל יטב לב, סוי ביטע ווען דו חלומ'סט דיינע זיסע חלומות נעם דאס ארויס פון בילד... שנית, וויפיל דו האסט דא אויסגערעכנט זענען דא פילפאכיג מער נכסים וואס זענען ב"ה ניטאמאל בתורת ספק, ווי צ.ב.ש. אלע בניני המוסדות אין וויליאמסבורג ועוד, אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם. שלישית, האט דער פסק ב"ה נישט קיין אפעקט אויף אונזערע נכסים פון איבער די גאנצע וועלט, ווי מאנסי, ירושלים, בני ברק, לאנדאן און אנטווערפן, וואס זענען ב"ה פארזיכערט נישט אריינצופאלן חלילה אין ענקערע (איך מיין ענקערער פירער, נישט אייך, איר זענט נעבעך עפ"י רוב תינוקות שנשבו) בלוטיגע רציחה'שע נידעריגע הענט, און זיי ציילן זיך אין די הונדערטער מיליאנען דאלארן! מיר דארפן ב"ה נישט גיין נאך געלט אויף שבת צו מאכן און מיר האבן ב"ה מער ווי גענוג וואו זיך צו פלאצירן אפילו אין ערגסטן פאל שלא תבא. מיר זענען דא צו פארבלייבן און מיר וועלן מיט אייך קעמפן במסירת נפש בכל אופן ובכל מצב שיהי', גענוי ווי ביי דעם טיילונג אין אונגארן, ובשם ה' נעשה ונצליח!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 22:01 |
|
| |
אלע בנינים וואס די שרייבסט נאר פון ראדני איז די זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 22:05 |
|
| |
אפשר זאגסטו מיר ווען מען האט געטרענפערט די קעמפס?
אז רבי בערל פריעדמאן איז פרעזידענט האט עס קיינער נישט געקענט טרענספערן.
אז יענקל כהנא האט עפעס געטאן איז עס כחספא דעלמא א שטיק אשר יצר פאפיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 22:55 |
|
| |
יעצט גייט מען צוריקציען די אפיל פון באראש'ןס אורטייל? צו דאס גייט ווייטער אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 03:11 |
|
| |
ארוינים ווי זענט עטס געווען שבת??????????
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 04:08 |
|
| |
איך פארגין דיר די שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 04:18 |
|
| |
וואסא_דיף,
די אפעלעט איז שוין אן אבגעבאקענע זאך, שוין נישט שייך צוריקציען, שוין געווען די לעצטע ארגומענטן און דער פסק איז שוין לכאורה אפגעשריבן.
נאך מער, דער אפעלעט דעסיזשען איז מער ווייניגער MOOT, סיז נישט מעלה ומוריד, ווייל די ראזענוואסער פסק איז אפי' אויב דער באראש פסק בלייבט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 17:49 |
|
| |
מען דארף טוישן דעם קעפל פון די אשכול, ווייל די ארוינים האבן גארנישט געווינען,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 19:11 |
|
| |
גענומען פון חדשות אנש זלמונים
ליינטס און האטס הנאה ווי דערביטערט די זלוינים זענען.................
ליינסט און לאכטס 
אזוי שרייבט לכו נשובה
איך וויל אויפברענגען אן אויפריכטיגע טעמע וואס מוז אדרעסירט ווערן און איך האף איר וועט מיר אלע פארשטיין, ווייל מיין ווייטאג און דאס ווייטאג פון די טויזנטער אנ"ש דארף געפילט ווערן. מיר זענען נישט אויף קיין "ראולער קאוסטער" רייד, מיר זענען נישט קיין שטעקן פאר דעם אלעמען-באליבטער "גבאי" ומשמש בקודש ר' משה פריעדמאן וחבריו צו קענען בויען זייערע פאזיציעס און רייכטומען, אונזער איינציגער הייליגער ציל איז געווען און איז ווייטער, אנצוהאלטן און צו פארברייטערן די הייליגע ירושה פון כ"ק מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע, צו פארזיכערן אז זיינע הייליגע מוסדות און קהלה קדושה וואס ער האט געבויט בדם לבבו הטהורה במלאו מובן המלה זאל ארויסגעראטעוועט ווערן משיני האריות פון די פארגרעבטע געמיינע מענטשן, רשעים, רוצחים, מוסרים, און נאך פיל ערגערס און געמיינערס, וואס פאסט נישט דא צו שרייבן. איך וויל פרעגן א שטארקע פראגע וואס מיין ידידי האט מיר מעורר געווען דעם שב"ק: צי וואלט מען נישט געקענט טאן מער אז מיר זאלן נישט באקומען אזא פסק פון דעם אראנדזש קאונטי קארופטירטן ריכטער? צי זענען נישט די דאזיגע מענטשן וואס זענען בלויז אויף אונזער זייט זינט מיר האבן זיך פאראייניגט מיט'ן רב שליט"א היבש שולדיג מיט דעם וואס צוליב זייער אייגענע חשבונות האבן זיי אפגעהאלטן געוויסע זאכן וואס וואלטן קלאר געברענגט א זיג פאר אונז? יעדער ווייסט אז ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט דעם לעווענטאל ריכטער האבן אט די זעלבע מענטשן געטאן כל מה שביכלתם ארויסצוגיין א געווינער, ווייל זייער אייגענע בענקלעך זענען געווען אין געפאר, און בעזרת ה' האט מען טאקע געווינען, אבער ווען עס איז געקומען צו ראטעווען אונזער הייליגע קהלה הער איך אז זיי האבן אונז געוויזן דעם רוקן. איך מיין אז מיר דארפן קלאר שטעלן פאר דעם אויבנדערמאנטן אז מיר זענען נישט זיינע קעלבעלעך, מיר דארפן אים קלאר שטעלן אז ער איז אן אלטער א רשע, א טעראריסט, ער איז דער וואס האט אפגעטאן אלע סארט רשעות און רציחות אלע יארן קעגן אונז, ער האט פארברענט דעם ילד, ער האט מבזה געווען אלע צדיקים בדורינו שליט"א, ער האט געטאן דאס גרעסטע מאס רשעות קעגן אונז צוזאמען מיט זיין סוויטע רוצחים און טעראריסטן. מיר דארפן אים קלאר מאכן אז מיר זענען נישט זיינע פערדן, מיר זענען נישט דאהי בלויז פאר זיין כבוד און פאזיציע צו בויען. די איינציגסטע סיבה פארוואס מיר זענען געשטאנען אין ווארט מיט אים איז געווען צוליב "עת לעשות לה' הפרו תורתיך", עס איז א שעת סכנה, דאס צוקונפט פון אונזער קינדער איז אין געפאר, און פיל זאכן האבן געמוזט געטאן ווערן צוליב דעם, כאטש אין נארמאלע אומשטענדן וואלטן מיר דאס נישט געטאן. הגה"צ מאנטרעאלער דיין שליט"א האט קלאר משמיע געווען חוות דעתו דעת תורה אז צוליב "עת לעשות לה'" איז מען ערלויבט צו טאן זאכן וואס קוקן אויבנאויף אפשר אויס ווי נגד התורה, אבער עס איז א שעת חירום און מען דארף טאן אלעס צו ראטעווען דעם דור אז "רבי" א. ט"ב [...] זאל חלילה וחלילה נישט זיין דער מנהיג הדור, חס מלהזכיר. אויב איז דאס אמת אז מ. פריעדמאן וכת דילי' האבן אויסגעדרייט דעם רוקן צו אונזערע עסקנים ווען מען האט צו זיי געוויינט אז מען מוז האבן געוויסע זאכן וואס זאל באפרידיגן דעם קארופטירטן ריכטער אבער ער האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט ווייל עס איז נישט ריכטער לעווענטאל און זיין פאזיציע איז נישט אין געפאר, דאן דארפן מיר אים קלאר אויסשרייען: מיר זענען נישט דא פאר דיר, מיר זענען דא צו בויען אידישקייט, און מיר וועלן זיך בעז"ה ווייטער צוזאמהאלטן מיט כ"ק דעם רב שליט"א און די רבני קהלתינו הק' וואו אומער מיר וועלן דארפן גיין, אבער דו קענסט זיך גיין שיכור'ן צוזאמען מיט דיינע רוצחים, מיר דארפן דיר מער נישט, דו האסט אונז פארראטן! טייערע חברים, אנ"ש שיחי' דארפן אין די טעג אסאך חיזוק, איך קען אייך אזויפיל זאגן אז איך האב אסאך אסאך געטאן אין די לעצטע יארן למען כבוד קהלתינו הק' בלי שום תשלום גבול און איך שפיר אז דאס גאנצע ארבעט גייט לאיבוד, דעריבער וויל איך פארשלאגן אז מען זאל דעם פארום אפשפארטן פון פרעמדע אומגעווינטשענע אויגן אזוי אז נאר אנ"ש זאלן קענען זען וואס דא שטייט און מען זאל קענען האבן עקסקלוסיווע ערשטהאנטיגע אינפארמאציע על כל צרה שלא תבוא און אויך דברי חיזוק על כל זמן ועידן.
כא כא כא כא כא כא כא כא כא ....................................
 |
|
|
|
|
|