|
|
| נשלח ב-13/2/2006 02:55 |
|
| |
נו וואס האט עטס געווינען??????????????????????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 05:09 |
|
| |
איינער ווייסט וואס איז געווארן ביי די מיטינג פון שאול פערלשטיין היינט אין וואן פאליס פלאזא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 06:18 |
|
| |
THE NEW YORK SUN
- Staff Reporter of the Sun
DECISION IN UPSTATE JEWISH CEMETERY
A Supreme Court judge in New York issued a ruling in a dispute over who should run a Jewish cemetery in upstate New York. Ownership of the Kiryas Joel cemetery in Monroe, N.Y., stems from a larger fight between two competing factions of Satmar Jews, each headed by one of the brothers - Rabbis Aaron and Zalman Teitelbaum - who are competing to succeed their father, Rabbi Moses Teitelbaum, as the grand rabbi of the fervently Orthodox Jewish group. Currently, Rabbi Zalman maintains support in Brooklyn, the group's stronghold, while his brother leads a smaller following in Monroe, where the cemetery is based, a spokesman for one of the brothers said. At the center of yesterday's ruling a decision is whether an appointed corporate leader of the sect, Berl Friedman, was expelled from his position by the grand rabbi. Mr. Friedman, who is aligned with Rabbi Aaron, approved Rabbi Aaron's control of the cemetery in 2001, so if Mr. Friedman's leadership were void, Rabbi Aaron and the Monroe Satmars would lose their claim to the cemetery. In the decision, Judge Stewart Rosenwasser ruled that Mr. Friedman was not expelled. He also said that a letter claiming to be written by the grand rabbi, written in Yiddish but which reportedly stripped Mr. Friedman of his role, was a forgery.
- Special to the Sun
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 18:03 |
|
| |
נאך אלעם קענט עטס נישט איינקעשן דעם געווינס,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 19:03 |
|
| |
קודם כל א הארציגן שלום עליכם, WELCOME TO THE CLUB,
וזרח השמש ובא השמש, ובבראשית רבה פנ"ח, "עד שלא ישקיע הקב"ה שמשו של צדיק הוא מזריח שמשו של צדיק חבירו". מיר האבן פארלוירן א ידיד נאמן, א ערשט קלאסיגן שרייבער, ראדני152 וואס פלעגט צו שרייבן אויף זיין אייגן ארטיגן שטייגער, און מיר האבן עם ליידער פארלוירן, ער איז עפעס מיסטעריז אומגעקומען, מסתמא על קידוש השם, אבער ב"ה כי לא עזבנו, דער באשעפער האט אונז חלילה נישט פארלאזט און תיכף ממלא געווען דעם חסרון און אהער געברענגט דעם חשובן הדף_בטעינה, וואס שרייבט אקאראט אויפן זעלבן שטייגער ווי זיין בעפארגייער ראדני152, דריבער וואונטשן מיר עם הצלחה וכל אשר יעשה יצליח, און מיר זאגן עם ידו כידו, ער איז דער רעכטער ממלא מקום פון ראדני152, און ער קען רוהיג שרייבן די זעבע שטותים ווי זיין בעפארגייער.
אגב, מען קען מיך נישט באשולדיגן מיט גלוי, ווייל איך האב נישט געשריבן אז דאס איז דער זעלבער פערשוין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 19:17 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס די רעדט'ס פון נעלם געווארן, ווייל איך האב געהריג געשריבן נעכטן און איך וועל ווייטער שרייבן, איין זאך זעה איך יענקעלע אז איך פיקס דיר גיט צו אז נישט וואס פייגערסטו איך זאל סטאפן שרייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 19:27 |
|
| |
יא ראדני, איך פייגער דו זאלסט שרייבן, עפעס בין איך מורא'דיג אטעשט צו דיר, דזשאסט פון טראכטן אז איך גיי דיך פארלירן האט מיר געברענגט ביטערע נייטמערס, אויב גיט מען מיר א טשויס צעווישן דיר און דעם עכטן 152 ראדני, האב איך פארפאקט דעם גרויסן בנין אויף 152 ראדני, און איך בלייב מיט דיר, דו ביסט מיר ווי לופט צום אטעמען, איך האב זייער ליב ווען איינער פיקסט מיך גיט צו, און קיינער טוט דאס נישט אזוי גיט ווי דו, KEEP UP THE GOOD WORKS און יא, איך האב שיעור נישט פארגעסן, דו ביסט נישט הדף_בטעינה, אבסעלוט נישט, אפשר ענדעלסטו און שרייבט אייניג, אבער ער איז נישט דו, און דו ביסט נישט ער, בקיצור, ס'איז נישט ידו כידו,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 02:09 |
|
| |
ס'איז נישט קיין ספק אז ראזענוואסער האט איינגעהאלטן זיין צוזאג, און דעליווערט א קנאקעדיגן זיג פאר די אהרונים, שטעלנדיג די סאטמארע ראשי הקהילה אין א פארשטופטן קארנער, אבער די אהרונים פייערן כדרכם פריצייטיג דעם זיג, וואס פלאצט זיי שפעטער צוריק אין פנים.
ראזענוואסער האט אינעם געיעג צו פארגיטיגן די אהרונים געמאכט אפאר פאטאלע טעותים, וואס ער וואלט געקענט פארמיידן, און האפנטליך וועט דאס זיין גענוג אים צו שטעלן אויפן פלאץ און אים מסביר זיין אז דער געזעץ איז נישט געמאכט געווארן צו נוצן כלפי פאטענציעלע בעלי טובה.
1) ער דערמאנט נישט קיין איין ווארט וואס ער ענטפערט אויף די טענה פון "ידו כידי", וואס אפילו די בעסטע קעפ פון די אהרונים האבן זיך געמוטשעט, דא און אין שול, צו אפענטפערן דעם ידו כידי, און זייער בעסטע תירוץ איז שוין געווען אז ר' אהרן איז קודם געווארן רב, וואס די אהרונים האבן למעשה קיינמאל נישט אריינגעגעבן די טענה פאר ראזענוואסער.
2) ער ענטפערט נישט אפ די טענה אז וויבאלד די סאטמארע דיינים האבן געזאגט אז בערל איז א מרים יד בתורת משה קען ער מער נישט זיין קיין מעמבער אין די קהלה.
3) ער ענטפערט נישט אפ די ווידיאו וואו מ'זעט קלאר אז דער רבי שרייבט אונטער די בריוו אז ר' יעקב כהנא איז פרעזידענט, און קיינער אויסער אים טאר זיך נישט רופן ראש הקהל.
4) ועל כולם, איז ער געגאנגען און גענומען די אלע טענות וואס סאטמאר האט אריינגעגעבן, צווישן זיי זענען דא טענות וואס מ'קען זיך טענה'ן דערויף א יאר און א מיטוואך, און ער האט אלעס אריינגעלייגט אין איין גארבידזש בעג און געמאכט א "סאמערי דזשאדזשמענט", וואס איז בכלל נישט רעלעוואנט אין אונזער קעיס, און צייגט נאר אז ער האט געמוזט נאכקומען די פארלאנג פון די אהרונים וואס האבן אים געיאגט אז ער זאל ארויסקומען נאך פאר די אפעלאט קומט ארויס. אויך שטימט עס מיט זיין סטעיטמענט אז ער וועט נאך פסק'ענען אין 05' למספרם.
ס'איז דא נאך אסאך גוטע טענות וואס ביים אפעלאט וועט אלעס אויפגעוויזן ווערן קליפ און קלאר, און ס'איז הונדערט פראצענט אז זיין פסק וועט אפגעווארפן ווערן.
איך ווייס נישט וואס גייט זיין בנוגע א סטעי, איך פארלאז מיך אויף אונזערע געטרייע ראשי הקהלה אז זיי וועלן שוין עפעס ערלעדיגן. אבער איך פערזענליך בין אפילו גרייט צו זיין אינדרויסן פון ראדני אויף א האלב יאר, ווי לאנג די אפיעל וועט דויערן, וויסנדיג אויף הונדערט פראצענט אז ביי די ענד אוו די געים וועט סאטמאר ארויס דער זיגער!
און ווי דער רב שליט"א האט נעכטן אויסגערופן:
מיר דארפן געדענקען די איינע זאך, בשם ה' נעשה ונצליח !!!
תוקן על ידי - לולא_תורתך - 14/02/2006 2:11:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 02:17 |
|
| |
גראדע האב איך געהערט נעכטן אין ביהמ"ד זייער א שטארקע פוינט אויף וואס מיר קענען זיך רעכענען צו באקומען א סטעי, ווייל די יעצטיגע אפעלאט האט אפגעווארפן שוין מיט א יאר צוריק די טענה פון די אהרונים אז זיי דארפן יעצט אריינגיין מיט די זעלבע טענה וואס זיי זענען יעצט געקומען צו ראזענוואסער, און די אפעלאט האט געזאגט אז די אהרונים קענען נישט אריינגיין אויפן סמך פון די טענה ביז נאכן אפיעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 01:32 |
|
| |
א שיינער הסבר אויף ראזענוואסערס פסק,
יוסף90 האלט אין איין וויינען פארוואס דער דזשאדזש האט נישט געוואטלט אנענמען זייערע "קראנטע" הוכחות אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל פריעדמאן, און אויב איז דא יודן וואס פארשטייען דאס נישט און האבן די זעלבע פראגעס, דארף מען זיי מסביר זיין זייער פשוט, מיט א משל,
משל למה הדבר דומה, משה מיט יאנקל האבן א סכסוך, און משה רופט יאנקלען אין קארט, ווי משה טענה'עט פארן דזשאדזש אז ער האט א קאנטראקט מיט יאנקל אויף א בנין אז ער האט דאס פארקויפט פאר משה'ען, ער האט ביי זיך אינדערהיים א אינטערגעשריבענעם ארגינעלן קאנטראקט מיט צוויי כשר'ע עדות, און אפילו נוטירייזט, און דארט שרייבט יאנקל קלאר אז ער פארקויפט פאר משה'ען דעם בנין און אז ער האט באקומען פון משה דעם גאנצן סכום געלט במזומנים, און יעצט וויל יאנקל נישט איבערשרייבן דעם בנין אויף משה'עס נאמען,
דער דזשאדזש דרייט זיך אויס צו יאנקלען און פרעגט עם ר' יאנקל, מה בפיך, פארוואס ווילסטו נישט איבערשרייבן דעם בנין אויף משה'עס נאמען, ענטפערט ער, כבוד השופט, דער משה האט זיך אנגעטשעפעט אין מיר אז ער האט אפגעקויפט פון מיר דעם בנין, און למעשה איז דאס חלומות, איך האב מיט דעם מענטש קיינמאל קיין קאנטראקט נישט געמאכט, ער וויל מיך פשוט באשווינדלען, זאג עם ער זאל זיך פון מיר אפשאקלען,
דער משה ווערט ווילד, און הייבט אן שרייען, הער שופט, דער יאנקל איז א שייגעץ, א ליגנער, און א גנב, איך האב ביי מיר אינדערהיים דעם ארגינעלן אינטער געשריבענעם קאנטראקט און וויאזוי קען ער לייקענען און זאגן להד"ם?,
קומט דער שופט אויף א החלטה, און זאגט, הער מיך אויס משה, ברענג מיר דעם ארגינעלן קאנטראקט, און איך וועל א קיק טוהן דערויף און מחליט זיין ווער עס איז גערעכט, ענטפערט משה פארן שופט, ניין, איך קען דאס נישט ברענגען צו דיר, איך וועל דיר נאר ברענגען א קאפי דערפון, זאגט דער שופט, ניין, איך וויל זען דעם ארגינעלן, ענטפערט משה, דעם ארגינעלן קען איך דיר נישט ווייזן, נאר איך האב צוויי עדות וואס זענען גרייט עדות זאגן אז זיי האבן דאס געזען, פרעגט דער שופט, פארוואס קענסטו דאס נישט ברענגען, דו האסט דאך געזאגט אז דו האסט דאס ביי דיר אינדערהיים?, ענטפערט משה, אמת איך האב דאס ביי מיר אינדערהיים, אבער אזוי איז עס, איך וויל עס דיר נישט ווייזן, אבער איך וועל דיר ברענגן עפידעוויטס פון מענטשן וואס האבן דאס יא געזען און זיי וועלן פאר דיר עדות זאגן אז איך האב א קאנטראקט,
דער שופט רעגט זיך אויף אויף משה'ען, און זאגט פאר משה, אהובי ידידי, הער מיך גיט צו, איך גיב דיר 10 טאג אהער צו ברענגען דעם קאנטראקט, וועסטו דאס ברענגען איז הרי טוב, און אז נישט וועל איך שוין וויסן וואס איך האב צו פסקענען,
עס גייט אדורך 10 טאג, משה קומט אין קארט מיט 63 עפידעוויטס און לייגט דאס אראפ פארן דזשאדזש, ווי דארט שרייבן צענדליגע מענטשן אז יא, זיי האב געזען דעם קאנטראקט און יאנקל האט באמת יא פארקויפט דעם בנין, יאנקל ווידערום שרייט, כבוד השופט, די אלע זענען זיינע שוואגערס, קינדער, און מחותנים, זיי אלע זענען זיינע מענטשן וואס ווילן עם העלפן מיך צו באשווינדלען, דער שופט דרייט זיך אויס צו משה'ען, און זאגט עם, הער מיך גיט צו, ס'איז בידך מיך איבערצייגן אז דו ביסט גערעכט, און איך האב דיר קלאר געזאגט אז איך בין נישט אינטרעסירט אין קיין עדות און קיין עפידעוויטס, ענטפערט משה, כבוד השופט, איך ווייס קלאר אז דאס געריכט נעמט כסדר אן עפידעוויטס און עדות אלץ הוכחות, און לעגאל דארפסטו אנעמען די הוכחות, ענטפערט דער דזשאדזש, אמת ווען עס איז נישטא קיין ארגינעלער קאנטראקט וואלט איך אפשר אנגענומען די דאזיגע הוכחות, אבער יעצט אז איך קען זען א 100 פראצענטיגע הוכחה ווי דעם ארגינעלן קאנטראקט, פארלאנג איך אז איך וויל דאס זעהן, און איך געב דיר נאך איין טשענס, ביז צוויי וואכן אדער דו ברענגסט מיר דעם ארגינעלן קאנטראקט, אדער וועל איך פסקענען לויט מיין פארשטאנד,
גייט דורך צוויי וואכן און משה קומט אין קארט און זאגט פארן דזשאדזש אז די פאריגע וואך איז ביי עם אינדערהיים געווען דער קראקער'ער רבי פון פתח תקוה און ער האט דאס עם געוויזן, און ער איז גרייט צוקומען עדות זאגן, פרעגט דער דזשאדזש, אז דער קראקער רבי האט דאס געקענט זען, נו, פארוואס קען איך דאס נישט זען, ענטפערט משה, אז ער קען דאס בשום אופן נישט ווייזן פארן דזשאדזש אבער ער האט א עצה, ער וועט קומען צום דזשאדזש מיט א ווידיא, און ווייזן א פיקטשע ווי יאנקל שרייבט אינטער דעם קאנטראקט, דער דזשאדזש ענטפערט עם גארנישט און זאגט, ר' משה, האסט נאך עפעס מוסיף זיין צו דיינע טענות, און דרייט זיך אויס צו יאנקל און פרעגט די זעלבע, האסטו נאך עפעס מוסיף זיין, און ווען ביידע ענטפערן אז ניין, זאגט ער OK, גייטס אהיים און איך וועל אייך בקרוב אהיים שיקן דעם פסק,
וואס וואלט געווען דער פסק, אויב איר וואלט געווען דער שופט????
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 16/02/2006 1:39:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 02:00 |
|
| |
יענקעלע A1
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 04:07 |
|
| |
יענקעלע, ס'קומט זיך דיר ערליך דאס 
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 04:26 |
|
| |
יענקעלע
לולא. עס קוקט אויס אז דו האסט נישט געזען די פאפירן וואס דיין זייט האט אריינגעגעבן פאריגן פרייטאג... אדער האסטו זיי גאר געשריבן...
יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט ווערט דארט אויסגערעכנט, אבער לדאבונכם, האט ריכטער עדעמס באשלאסן אז איר האט נישט קיין שאנסן צו געווינען מיט די טענות, יהי' מאיזה סיבה שיהי'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 05:10 |
|
| |
יענקעל די משל איז מוראדיג,
איך האלט די לויער זאל דאס פארציילן דאנערשטיג און קארט,
|
|
|
|
|