בית פורומים כל העולם כולו

זאליס באשילדיגען משה גבאי מיט זייער דארכפאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2006 04:04 לינק ישיר 
זאליס באשילדיגען משה גבאי מיט זייער דארכפאל

גענימען פין אנש דסאטמער
:46 נשלח ב 12/2/2006 לכו_ונשובה
 
איך וויל אויפברענגען אן אויפריכטיגע טעמע וואס מוז אדרעסירט ווערן און איך האף איר וועט מיר אלע פארשטיין, ווייל מיין ווייטאג און דאס ווייטאג פון די טויזנטער אנ"ש דארף געפילט ווערן. מיר זענען נישט אויף קיין "ראולער קאוסטער" רייד, מיר זענען נישט קיין שטעקן פאר דעם אלעמען-באליבטער "גבאי" ומשמש בקודש ר' משה פריעדמאן וחבריו צו קענען בויען זייערע פאזיציעס און רייכטומען, אונזער איינציגער הייליגער ציל איז געווען און איז ווייטער, אנצוהאלטן און צו פארברייטערן די הייליגע ירושה פון כ"ק מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע, צו פארזיכערן אז זיינע הייליגע מוסדות און קהלה קדושה וואס ער האט געבויט בדם לבבו הטהורה במלאו מובן המלה זאל ארויסגעראטעוועט ווערן משיני האריות פון די פארגרעבטע געמיינע מענטשן, רשעים, רוצחים, מוסרים, און נאך פיל ערגערס און געמיינערס, וואס פאסט נישט דא צו שרייבן.
איך וויל פרעגן א שטארקע פראגע וואס מיין ידידי האט מיר מעורר געווען דעם שב"ק: צי וואלט מען נישט געקענט טאן מער אז מיר זאלן נישט באקומען אזא פסק פון דעם אראנדזש קאונטי קארופטירטן ריכטער? צי זענען נישט די דאזיגע מענטשן וואס זענען בלויז אויף אונזער זייט זינט מיר האבן זיך פאראייניגט מיט'ן רב שליט"א היבש שולדיג מיט דעם וואס צוליב זייער אייגענע חשבונות האבן זיי אפגעהאלטן געוויסע זאכן וואס וואלטן קלאר געברענגט א זיג פאר אונז? יעדער ווייסט אז ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט דעם לעווענטאל ריכטער האבן אט די זעלבע מענטשן געטאן כל מה שביכלתם ארויסצוגיין א געווינער, ווייל זייער אייגענע בענקלעך זענען געווען אין געפאר, און בעזרת ה' האט מען טאקע געווינען, אבער ווען עס איז געקומען צו ראטעווען אונזער הייליגע קהלה הער איך אז זיי האבן אונז געוויזן דעם רוקן.
איך מיין אז מיר דארפן קלאר שטעלן פאר דעם אויבנדערמאנטן אז מיר זענען נישט זיינע קעלבעלעך, מיר דארפן אים קלאר שטעלן אז ער איז אן אלטער א רשע, א טעראריסט, ער איז דער וואס האט אפגעטאן אלע סארט רשעות און רציחות אלע יארן קעגן אונז, ער האט פארברענט דעם ילד, ער האט מבזה געווען אלע צדיקים בדורינו שליט"א, ער האט געטאן דאס גרעסטע מאס רשעות קעגן אונז צוזאמען מיט זיין סוויטע רוצחים און טעראריסטן.
מיר דארפן אים קלאר מאכן אז מיר זענען נישט זיינע פערדן, מיר זענען נישט דאהי בלויז פאר זיין כבוד און פאזיציע צו בויען. די איינציגסטע סיבה פארוואס מיר זענען געשטאנען אין ווארט מיט אים איז געווען צוליב "עת לעשות לה' הפרו תורתיך", עס איז א שעת סכנה, דאס צוקונפט פון אונזער קינדער איז אין געפאר, און פיל זאכן האבן געמוזט געטאן ווערן צוליב דעם, כאטש אין נארמאלע אומשטענדן וואלטן מיר דאס נישט געטאן. הגה"צ מאנטרעאלער דיין שליט"א האט קלאר משמיע געווען חוות דעתו דעת תורה אז צוליב "עת לעשות לה'" איז מען ערלויבט צו טאן זאכן וואס קוקן אויבנאויף אפשר אויס ווי נגד התורה, אבער עס איז א שעת חירום און מען דארף טאן אלעס צו ראטעווען דעם דור אז "רבי" א. ט"ב [...] זאל חלילה וחלילה נישט זיין דער מנהיג הדור, חס מלהזכיר.
אויב איז דאס אמת אז מ. פריעדמאן וכת דילי' האבן אויסגעדרייט דעם רוקן צו אונזערע עסקנים ווען מען האט צו זיי געוויינט אז מען מוז האבן געוויסע זאכן וואס זאל באפרידיגן דעם קארופטירטן ריכטער אבער ער האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט ווייל עס איז נישט ריכטער לעווענטאל און זיין פאזיציע איז נישט אין געפאר, דאן דארפן מיר אים קלאר אויסשרייען: מיר זענען נישט דא פאר דיר, מיר זענען דא צו בויען אידישקייט, און מיר וועלן זיך בעז"ה ווייטער צוזאמהאלטן מיט כ"ק דעם רב שליט"א און די רבני קהלתינו הק' וואו אומער מיר וועלן דארפן גיין, אבער דו קענסט זיך גיין שיכור'ן צוזאמען מיט דיינע רוצחים, מיר דארפן דיר מער נישט, דו האסט אונז פארראטן!
טייערע חברים, אנ"ש שיחי' דארפן אין די טעג אסאך חיזוק, איך קען אייך אזויפיל זאגן אז איך האב אסאך אסאך געטאן אין די לעצטע יארן למען כבוד קהלתינו הק' בלי שום תשלום גבול און איך שפיר אז דאס גאנצע ארבעט גייט לאיבוד, דעריבער וויל איך פארשלאגן אז מען זאל דעם פארום אפשפארטן פון פרעמדע אומגעווינטשענע אויגן אזוי אז נאר אנ"ש זאלן קענען זען וואס דא שטייט און מען זאל קענען האבן עקסקלוסיווע ערשטהאנטיגע אינפארמאציע על כל צרה שלא תבוא און אויך דברי חיזוק על כל זמן ועידן.
איך האב נישט געקענט קאנצענטרירן צו שרייבן געהעריג און א סדר און אפשר האב איך נישט ריכטיג ארויסגעברענגט וואס איך מיין אבער איך האף מען וועט מיר פארשטיין, ועוד חזון למועד בעזר השם אין פריידן.
אנחנו בשם ה' נזכיר והמה כרעו ונפלו!
א גוטע וואך, א מזלדיג וואך, א ישועה'דיג וואך לנו ולכל ישראל, אמן.
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 05:34 לינק ישיר 

ס'איז נישט אמת די גאנצע זאך, די ארוינים טרייען צו מאכן אן אינערליכער פייט, אבער מיר ריפען אויס הויך מיר וועלן בלייבן באחדות, אינטער די יעצטיגע ווירטשאפט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 17:25 לינק ישיר 

מיר האבן הנאה, און מיר קוועלן פאר נחת, ס'הייסט אזוי "דו בלייבסט מיט משה גבאי נישט קיין חילוק וואס זיין עבר און "עתיד" וועלן זיין...

איך וויל דיר נישט וואונטשן דעם זעלבן גליק וואס דער רבי האט באקומען שטייענדיג צוזאמען מיט'ן גבאי'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס באשילדיגען משה גבאי מיט זייער דארכפאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext