בית פורומים כל העולם כולו

לייוו זאלי : אהרונים זענען נעלאגאן\ מרגלים\ מנוולים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2006 08:25 לינק ישיר 

ס'איז געווען זייער א גרויסער עולם ב"ה, א 6 טויזענט מענטשן, און דע רב שליט"א האט קלאר געזאגט אז ער ווארפט ארויס ברעלע, יעצט קען ער שרייען ביז מארגן , און ראדני קען ער נישט אריין, אזוי ווי מ'זעהט אז זיי האבן טאקע אפגעשטיפט, זיי וועלן שטיפען ביז זיי וועלן מודה זיין מיר האבן פארלוירן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 17:13 לינק ישיר 

could someone please tell me how many victory,s the zaloinem had since freiday evrey minute they post another victory now they claim becouse kol satmer said that we will make a genral varsamling becouse we did not want that r pepole should go there and fight and 5 minutis after zali finished kol satmer said that it will not b  so thats called a victory   looserrr



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 18:18 לינק ישיר 

where was mr. parelstien yesterday night????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 18:38 לינק ישיר 

דער מונקאטשער פּערלשטיין איז אנטלאפן קיין מיאמי ביטש צוזאמען מיט'ן געטרייען משתמש בקודש און מלחמה-העלד משה בן פראדל פאריגן פרייטאג נאכמיטאג קארגע פיר שעה פאר'ן זמן כניסת השבת זעענדיג כי כלתה אליהם הרעה און נישט קענענדיג זיך באווייזן דעם פּרצוף פאר זייערע אנגעווייטאגטע אנהענגער.
ווי זאגט ר' משה האפמאן: "אויב דו קענסט נישט פארנעמען דעם היץ, טראג זיך אָפּ פון קיך..."




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2006 20:37 לינק ישיר 

ווי קען מען הערן די דרשה ?????????

ווער נאך האט גערעדט?

ווער איז אלץ דארט געווען?

פאליס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 22:57 לינק ישיר 

פארוואס קען קיינער נישט אראפברענגן
עפעס פונעם א.ג. געראנגעל פארזאמלינג נעכטען אין ראדני?

טעיפ , טעקסט,  פיקטשור,  עפעס!...........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 00:15 לינק ישיר 

קיינער האט נישט גערעדט נאר רז"ל, אין נאכדעם האט מען אויסגערופען אז מ'גייט דאווענען מעריב




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 00:16 לינק ישיר 

ווייסט איינער אויב ר' חיים דוד כ"ץ איז געווען???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 00:29 לינק ישיר 

דא קען מען הערן די דברי פי חכם [ערשטע חלק]
http://download.yousendit.com/2FBC78BFEC7F7CE9



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 00:32 לינק ישיר 

צווייטע חלק

http://download.yousendit.com/83A213594138CB19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 00:32 לינק ישיר 

יעצט געהערט פון איינע פון די הויפט זאלי ליגעל טים, ער האט זיך זייער מתאונן געווען אז עס איז נישט אריין געקומען נעכטן מער ווי 205 חתימות, ער פארשטייט נישט פאר וואס פון די 5000 מענטשען וואס זענען געווען איז נישט געווען מער חתימות, צי פארשטייט נישט דער עולם די חובת השעה??

אבער האט ער אויסגעפירט מיט פאטאס אז עס איז נישט קיין נפק"מ מיר וועלן שוין מאכן חתימות וויפיל עס פעלט אונז אויס נוסח הוואלען.

יעצט וויל איך איהם זאגן , וואס פארשטייסטו נישט פון די 800 מענטשען וואס זענען נעכטן געווען איז רוב עולם בכלל נישט קיין סאטמערע עס איז געווען א געמישאכטס פון פאפא בעלז קלויזענבארג אין סתם נייגעריגע פון אנדערע חסידותער , אין די 200 זאליס האבן טאקע יא פארשטאנען דעם חובת השעה...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2006 01:28 לינק ישיר 

יעצט געהערט די דרשה
ס'איז מורא'דיג
מען הערט וויאזוי ר' זלמן אלץ מרה דאתרא פון די קהלה שרייט איבער א שעה
זעט אויס אז כי ראה כי כלתה אליו הרעה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 01:44 לינק ישיר 

אויב איינער פון די תמימי לב האבן זיך נאך אמאל איינגערעדט, אז דער ר' זלמן לייב איז א נועם המידות, און א צוגעלאזענער, איז יעצט נתגלה העטרה!

טראכטס אריין פארוואס ער פארפירט אזוי מיט אזעלעכע באנומענע קולות, וועגן זיין סעלפישע אייגענע כבוד.

ער האט נאך קיינמאל נישט אזוי פארפירט ווי איצט.

אלעס וועגן זיך, זיך און נאכאמאל זיך.

דאס איז א נועם המידות רב?

יעדער זעהט ווי עס פלאקערט א פייער פון מחלוקה, אידישע קינדער האבן זיך פיינט, קומט דער רב שטעלט זיך אויף און גיסט צו אויל צום פייער, האלט א העצערישע דרשה קעגן טויזענטער סאטמארע אידן אז אלע זענען נעאלאגן, זיין ברודער ר' אהרן איז א נעאלאג, זיין ברודער ר' שלום אליעזר איז א נעאלאג, זיין שוואגער ר' בעריש מייזליש איז א נעאלאג, אלע זייער קינדער זענען נעאלאגן, ר' בערל פרידמאן, ר' דוד הויער, ר'  יקתואל הערש וו"ב, ר' אברהם ווידער, אלע זענען נעאלאגן, און קליפות וואס דער רבי זי"ע וואלט לוחם געווען קעגן זיי...

פארוואס, ווייל ער האט פארלוירן א קארט קעיס!!!!!

איך וויל איינער זאל מיר זאגן מיט א גראדן פנים צו ר' זלמן לייב גייט נישט בראטן אין גהינם פאר אזא דרשה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 01:58 לינק ישיר 

פאר די רעקארד:

דער ערשטער צו נוצן דעם אויסדרוק נעאלאגן איז געווען דרייניץ אויף היידפארק.

עס איז אריבער א קורצע צייט און ר' זלמן לייב האט גענוצט דעם זעלבן אויסדרוק קעגן די אהרונים.

עס איז אינגאנצן נישט קיין צופאל. ר' זלמן לייב טייטלבוים איז געווען ביי די מיטינג וואו מען האט באשלאסן אונז צו רופן נעאלאגן.

זיי פירן זייער קהלה פונקט ווי די רעפובליקאנער און דעמאקראטן אין וואשינגטאן. מען מאכט א מיטינג און מען באשליסט אז מען גייט רופן קערי א פליפ פלאפער, קלינטאן א גערעגטע קאץ, בוש א דרעפט דאדזשער, גאור א פאנטאזירער, דילעי א קארופטירטער א.א.וו. און באלד ווערן איינגעשפאנט אלע אקטיוויסטן, שרייבערס און טאק שאו רעדנערס און מען נעמט זיך דאס פארקויפן און שרייען אין איין טאן.

ביי די זאליס קומט פאר אקוראט די זעלבע. מען נעמט זיך צוזאם און מען האלט א מיטינג וואו מען ארבעט אויס א סטראטעגיע צו רופן די אהרונים נעאלאגן, און באלד ווערן איינגעשפאנט אלע היידפארק שרייבערס, איד שרייבערס און בראשם ר' זלמן לייב'ן און מען באמבלט נאך נעאלאגן.

די שאלה איז נאר פון וואנעט האבן די זאליס געוואוסט אזוי גוט וואס עס באדערט אונז?

פון וואנעט האבן זיי אזוי גוט געוואוסט אז ווען מיר הערן וויאזוי איינער רופט אונז נעאלאגן כאפט אונז דאס קדחת... תוקן על ידי - כל_העולם - 14/02/2006 2:09:06



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 02:02 לינק ישיר 

האט איר שוין געזען ר' אהרן ט"ב זאל אמאל זאגן א דרשה און נישט אנפאנגען מיט א דבר תורה, אפילו אין די אנגעצויגנסטע צייטן?

עס קומען זיך צוזאם הונדערטער אידן אונטער איין דאך און זיי קענען נישט האבן די זכי' צו הערן איין אידיש ווארט פון דעם פויער'ס מויל, חוץ קללות נמרצות. ער גייט אזוי ווייט און דערקלערט תיכף ביים אנפאנג אז ער גייט נישט זאגן קיין תורה.

אבער איין רגע... וואו האב איך נעאלאג די חוצפה מוסר צו זאגן פאר דעם חסידישן רב?

תוקן על ידי - כל_העולם - 14/02/2006 2:09:43



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לייוו זאלי : אהרונים זענען נעלאגאן\ מרגלים\ מנוולים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.