|
|
| נשלח ב-13/2/2006 20:42 |
|
| |
Just a little question
How does it work in the USA
Court Order versus let's say 6,000 signatures that oppose the court order who wins
Do you think that this can be a reason why the apeals court should accept the appeal
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 21:30 |
|
| |
וואס דארפסטו צוקומען צו די 6000 אינטערשריפטן, ווען דער רב כ"ק הגה"צ שליט"א דער ידו ידי בכבודו ובעצמו האט פראקלעמירט אז ער ווארפט ארויס ר' בערל פריעדמאן, ער האט געזאגט מיט א קול גדול ונורא אז וואס דער שופט זאגט איז גארנישט ווערט און נאר ער מיט זיין מעכטיגן כח התורה וועט געוועלטיגן,
אך דא עקא, אז ליידער ליידער דא אויף דעם עולם השפל ווי דער הסתרת פנים איז אזוי מעכטיג, און דער כח הס"מ איז ליידער זייער שטארק, דא איז ראזענוואסערס פסק פיל קראפטיגער און קראנטער ווי דער פסק הלכה פונעם טשיף, יא, אויבן אויפן עולם האמת, ווייסט מען קלאר אז דער פסק הלכה פונעם ידו כידי איז שטארקער, און אויב וויל ער ארויף גיין אויבן וועט ער זיכער גלייך געווינען, און ער וועט קענען געוועלטיגן אויף גאנץ סאמאר, אבער ווי לאנג ער איז דא אויף דעם עולם השפל, וועט ער געצווינגענערהייט זיך מוזן אדהירן צו ראזענוואסערס פסק, TOO BAD.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 21:51 |
|
| |
ניין. די סיבה לכך איז צו לייגען דרוק אויפן אפעלאט געריכט אנצונעמען די זאך, אדער עכ"פ צו באקומען א סטעי.
זיי מוזען ווייזען אז די התנגדות צו בערל פרידמאן איז שטארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 22:00 |
|
| |
יא, אויבן אויפן עולם האמת, ווייסט מען קלאר, און די וועסט אי"ה אויך וויסען בקרוב,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 22:06 |
|
| |
האט בטחון, איך בין שטארק באגייסטערט פון דיין געוואלדיגן בטחון, און כאטשיג דיינע אלע פאראויס געזאגטע נביאות'ער, איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען, עם כל זה, בלייבסטו שטארק מיט דיין מידת הבטחון חזק ואמץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 23:22 |
|
| |
Exclusive: טראץ דעם קאמפיין צי באהאלטען
דער קעפל פון אשכול איז זייער פאני עס ווער האט געהייסן באהאלטן, קיינער שעמט זיך נישט דערמיט, נאר וואס דען די ארוינים זענן זייער צומישט, צו זיי האבן געווינען אדער נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 00:14 |
|
| |
זעהט אויס ראדני אז די ביסט נישט געווען ביי די דרשה, די צעטלעך האט מען נאר ארויסגעגעבען איינס אויף א מאל געמאכט זיכער אז יענער חתמ'ט אין תיכף צוריק גענומען עטליכע האבין פראבירט צונעמען די צעטליך אין די טאש האט מען עס תיכף אוועק גענומען, אפילו סתם ליינען האט מען נישט געלאזט נאר אויב מען האט געהאלטן ביי אינטערשרייבען
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 00:38 |
|
| |
ריכטיג! איך אליין האב דאס היינט געפעקסט "פון דא אין הייד-פארק" צו מיינע ידידים "וואס זענען געווען" נעכטן ביי די דרשה, אבער דעם צעטל האבן זיי נישט געהאט געזעהן.
יישר כח hotwire, פארן ארויפברענגן דעם אשכול, א דאנק דעם האבן מיר היינט די צעטל.
זאלי, מיר בעטן ביי דיר בתחנונים, קומענדיגע מאל שטעלסט זיך אויף צו רעדן, זאג יא קודם א שטיקל דרוש/פלפול/אגדה. אזוי ווי דער טאטע זאל זיין געזונט פלעגט אלעמאל טוהן. נישט הייב גראד אן אן קיין שום הקדמה.
דו ווייסט אליין פארוואס איך בעט עס...
|
|
|
|
|