בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעג מען קוקן אין א ספר אהן א הסכמה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2006 19:56 לינק ישיר 
מעג מען קוקן אין א ספר אהן א הסכמה?

דער ספרא דדיינא פון די התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא האט פארגאנגענעם זומער געדרוקט א ספר מיט זיינע שלש סעודות תורות, לכבוד א חתונה פון א קינד דוכט זיך, אונטערן נאמען קולי בשיחי, און קיין הסכמות האט ער נישט גענומען!

וואס איז פשט? א איד וואס מכלומר'שט שטייט בראש פון א פירמע וואס רירט זיך ינישט אוועק פונעם דרך החתם סופר זאל נישט מקיים זיין די תשובת החתם סופר וואס איז געווען נאך א גדר קעגן די פורצים?

א וואונדער.

נאכנישט פארטיג. צו די חתונה איז ארויס א קונטרס פון חידושים פון דעם חתן, מטה מנשה, און עס איז דא דערויף צוויי הסכמות, איינע פון זיין ראש ישיבה, און איינע פונעם סד"ד דהתאחה"ר דארה"ב וקאנאדא.

נישט אויף דעם שטייט (סוכה כ"ו) ערבך ערבא צריך?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 20:17 לינק ישיר 

לעצטענס שפירן נישט מענטשען אזוי ווי אמאל אז אויב זיי וועלן האבען א גוטע הסכמה וועט מען עס מער קויפען.

אדרבא, איינער נעמט הייסט הסכמות כדי צו געבן כבוד פאר זיין רב.

אמאל האט מען געמוזט וויסען אויב א מחבר איז געכאפט אין השכלה, היינט זענען די קונים ליידער נישט חושש אויף דעם. תוקן על ידי - עפשטיין - 14/02/2006 20:40:49



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2006 21:31 לינק ישיר 

א הסכמה איז דאך נאר אויפן מענטש, נישט אויפן תוכן הספר.

וועלכע רב האט דען דורכגעלערנט דעם ספר אויף וואס ער געט די הסכמה?

א איד וואס יעדער קען, דארף לכאורה נישט האבן קיין הסכמה.

כן דעתי
 
(איך האב נישט קיין הסכמה דערויף...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 01:17 לינק ישיר 

כ'פארשטיי נישט, קיינער קען נישט טרעפן עפעס א לימוד זכות אויף דעם איד?
איך האב געטראפן!

דער חתם סופר שרייבט נאר אז אויף "ספרים" זאל מען נעמען הסכמות, נישט אויף קיין קאלערינג בוקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 08:32 לינק ישיר 

גראף  גוט געזאגט

הגם טעכניש ביסטו נישט גערעכט, ווייל היינט האבן אלע קאלערינג
בוקס מער הסכמות ווי סתם א ספר, גוט פאר חינוך.... עס וועט אריינברענגען אינעם קינד א גייסט פון מוסר.... בלא בלא בלא...

ערנסט גערעדט, דער מחבר האט אויסדריקליך ארויסגעגעבן דעם אויבנדערמאנטן ספר נישט צום פארקויפן נאר בלויז אויף צו טיילן, פשוט ווייל
קיינער וועט עס דאך נישט קויפן , מען קען דאך געפונען די זעלבע תורות אין די אריגינעלע ספרים פון די בעלי מחדשים... נאר אזוי ווי ס'יז אן ענין צו מאכן חידושים, און היינט קען מען יוצא זיין דעם ענין דורך מאכן ליקוטים, כמובא בספרים, ממילא האט ער זיך געפילט גילטי ארויסצוגעבן דעם ספר.

חוץ מזה שיינט נישט צו זיין דערינטער קיין אייגנס עס איז בלויז עפעס
א ליקוט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי, און ממילא דארף מען תשובה טון. עיי"ש. איז ייתכן אז עס דארף נישט קיין הסכמה, אדער בעסער געזאגט עס האט שוין אן הסכמה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 08:49 לינק ישיר 

עס איז איראניש אז מענטשן וואס ליינען (און שרייבען) א גאנצען טאג אויף היידפארק אן קיין זארג, זארגען זיך אזוי שטארק אויף א ספר צו מען מעג עס לערנען אן אן הסכמה!!

וועם מיינט עטץ פאפט איר דא? אונז נישט

(חוץ מזה, איז דאך דאס א ספר וואס ער האט געטיילט פאר זיין משפחה און באקאנטע ווען ער האט געמאכט א שמחה ווי עס איז נישט שייך המלצת אזוי פאר ספרים וואס זענען געמאכט צו פארקויפן)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 16:02 לינק ישיר 

נבוכד.

ערגעץ וויא אין ויואל משה רעדט זיך פון הסכמות.

איך מיין אז ער זאגט אז אמאליגע צייטן האט מען נישט גענומען קיין הסכמת אלע מאהל אויף מגידות און דער יטב לב האט דאך געדרוקט זיין ספר בעילום שם

אויף הלכה האט מען געדארפט ווייל מ'דארף דאך וויסען צו ער איז א בר סמכא להלכה.

היינט, זאגט סאטמער רב: איז פונקט פארקערט א השקפה ספר מוז מען וויסען צו ער איז נישט פארכאפט מיט דיעות כוזבות און א ספר להלכה קען מען דאך גרינג שאצען ווייל מ'קען עם נאך קוקען צו ער איז גערעכט א יעדער האט דאך די ספרי הקיצורים אין אויב ער שרייבט נגד הלכה קען מען דאך איהם כאפען תיכף.

איך האב נישט קיין צייט נאך צוקוקען דעם ויואל משה איך מיין אז עז שטייט אין דער הקדמה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 17:21 לינק ישיר 

רוב מגיבים קריכן אוועק פון די נקודה (אויסער yohcee718 ווי שטענדיג!)

איך האב נישט קיין פראבלעם צו קוקן אין ספרים אהן אן הסכמה, אבער איינער וואס שטייט בראש פון א פירמע וואס פארטרעט דאס יהדות החרדית וואס גייען בדרך התחם סופר - ער אליין טוט נישט וואס דער חתם סופר זאגט, דאס איבריגע קומט נישט דא אהער

אודאי איז yohcee718 גערעכט, אבער אלס יושב ראש פון די התאחדות וואלט ער געמעגט - און געמוזט - נעמען הסכמות, נישט נאר דאס, ער אליין - ווייזט אויס - האט נישט גענומען, נישט צוליב דעם ויואל משה, והא ראיה אז אויפן קונטרס מטה מנשה האט ער יא געפונען פאר וויכטיג צו שרייבן אן הסכמה

ווען עס זאל זיך מאכן איינער וואס צוליב זיין קהילה איז ער כפוף אונטער די התאחה"ר, און זאל שרייבן א ספר און נישט נעמען הסכמות - וואלט די התאחה"ר נישט געהאט די רעכט ארויסצוקומען דערקעגן און זיך נאך פאררופן אויפן חתם סופר און ויואל משה? טא, אויב אזוי וואו איז די הסכמה פונעם סד"ד? ער וואלט געקענט האבן הערליכע הסכמות פון רבנים מכל קצוי תבל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 19:25 לינק ישיר 

וואס זענען די גדרים? ווער דארף יא און ווער נישט?

למעשה אויפן הייליגער חתם סופר'ס ספרים האבען על פי רוב די משפחה נישט גענומען קיין  הסכמות, און דער סאטמארער רב האט אויך נישט גענומען קיין הסכמות אויף זיינע ספרים.

וואס זענען די כללים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 00:29 לינק ישיר 

אויף די שאלה פון די קעפל אויף דעם אשכול קוקט אויס אז איר האט נאך נישט געקוקט אין דעם ספר, אמער דו ווייסט דאך נאך נישט אויב מ'מעג אדער מען טאר נישט.

צוייטענס סיז נישט דא קיין שום שאלע צו קוקען אין א ספר וואס דער מחבר איז באקאנט אלס א יר"ש וכו'.

דריטענס וואס איז פשט פון אויספראקען א איד אן ת"ח אויף הייד פארק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 03:37 לינק ישיר 

לעיקר הענין אין הכי נמי, ער וואלט געמעגט נעמען אפאר הסכמות. אבער לדעתי דארפען צייטונגען האבען הסכמות, ווייל זיי זענען דאס וואס פארמירען די דעות ביי די עולם וואס ליינט דאס. והא ראי', קוקט אויף דעם דער איד אין דער בלאט וואס זענען קלאר אוועק געקראכען פין דרך התורה, כאטש זיי באלאנגען צו קהלות חשובות בישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 18:46 לינק ישיר 

בארץ ישראל אכן לרוב העיתונים יש וועד הרבנים שנותן הסכמה לעיתון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 23:53 לינק ישיר 

Who gave to you an hascume to surf, view, blog on (the) web??? !1

תוקן על ידי - naftel_b - 16/02/2006 23:52:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2006 19:37 לינק ישיר 

ווער רעדט וועגען הסכמות אויף וואס "איך" ליין? מען רעדט ווען א מענטש גיט ארויס א זאך, און עס איז אנגענומען אין צבור אלץ א כשר'ע זאך, דארף עס אן הסכמה פין איינער וואס ליינט עס אדורך, און שרייבט אז די זאכען זענען אויסגעהאלטען עפ"י יהדות. ווען איך ליין די אינטערנט, אדער אפילו א גוישע צייטונג ווייס איך אז די זאכען דארט זענען אדער יא אדער נישט אויסגעהאלטען עפ"י אידישקייט. אין די אידישע צייטונגען זענען ל"ע היינט צו טאג פיל מיט ליצנות אין לשון הרע אין מחלוקת, און אין נאך אביסעל ניבול פה. ממילא דארף די קהל זיין געווארענט, אז ווער עס איז נישט גרייט צו פארדייען די סארט ליין מאטריאל זאל שטיין ווייט פין דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2006 18:56 לינק ישיר 

אז מען רעדט פון צייטונגען...

אפשר די אגודאים דא וועלן נישט גלייכן אזא מעשה'לע, אבער ס'איז געדרוקט וועל איך עס דא איבערדרוקן..

אין זכר צדיק לברכה פון רא"ד גליק באנד א' פרק מלחמתו בציונות ברענגט ער פון כתב יד פון שנת תרצ"ו א בחור האט פארצייכנט א שמועס פונעם הייליגן סאטמארער רב זי"ע מיט אן אגודיסט (נישט קיין רבני'שער פיגור) און בתוך הדברים האט יענער נאכגזעאגט פון א געוויסן אדמו"ר (דארט שטייט נישט וער דאס איז, אבער עס איז ר' אברהם מרדכי מגור) אז די אגודה "טאג-בלאט" איז א מוסר ספר ווי חובת הלבבות

ר' חנה הערש רובין ז"ל וועלכער איז געווען דערביי האט זיך אויפגעשטעלט און מיט א הויך קול אויסגערופן: להבדיל אלף אלפי הבדלות...

דער רבי זי"ע האט זיך נאכדעם אנגערופן צו יענעם, כ'וועל דיר זאגן צוויי זאכן וואס כ'האב דארט אמאל געזעהן. איינס, מיט גרויסע ווערטער אויפן פאדערשטן בלאט ענדליך, ענדליך, ענדליך, כ'קוק ווייטער וואס איז דער ענדליך - האבן מיר שוין זוכה געווען צו א אידישע גימנאזיאם. שנית, אין איין בלעטל איז געווען באריכטעט די פטירה פון וויזנישצער רבי'ן, דער אהבת ישראל, און זיי לייגן איהם אראפ אלס ווארעמער איד און ממשיך מסורת אבות וכו', און אין זעלבן נומער איז געווען א אפשאצונג, הספד, אויפן כופר נחום סאקאלאוו שר"י, און די רעדאקציע שרייבט אז ש"ס ופוסקים איז געווען שגור על לשונו וכו', 

זאגט דער רבי, ווען דער בחור'ל ליינט די צוויי הספדים, וואס טראכט ער? דער וויזניצער רבי איז געווען א ווארעמער איד, אבער דעם רשע נחום סאקאלאוו וועלכער האט פארגיפטעט טויזנטער קינדער מיט מינות - איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים...

דער רבי האט אויך יענעם געזאגט אז אין טאג בלאט איז געשטאנען אז זיי זענען פארביטערט אויף די ציונים פארוואס זיי האבן פיינט די אגודה, ס'טייטש, זיי זענען דאך מקרב די ציוניסטישע בחורים, פיהרט דער רבי אויס מיט אן אריכות עיין שם, אבער די נקודה איז, אז זיי האבן שטענדיג געזוכט זיך צו פאראייניגן מיט די ציונים.

דאס איז שוין א צייטונג וועלכער איז ערשינען טעגליך אין פוילן פאר די קריג מיט דער גוטהייסונג פון א צדיק, א מנהיג ישראל, לאלפים ולרבבות - וואס זאלן מיר זאגן?

לשלימות הענין מוז ארויסגעברענגט ווערן, אז ר' משה שעהנפעלד ז"ל און זיין בלעטל "דגלנו" האט געשטורעמט קעגן די רייען אין די אגודה, בראש רי"מ לעווין וחבריו, ואכמ"ל, ער איז געווען אן עסקן לש"ש, אנדערש ווי די דערמאנטע וד"ל ער האט איבערגעזעצט און פארפאסט פארשידנע ביכער קעגן די רעגירונג, צווישן די באקאנטע: ילדי טהרן מאשימים; שרופי הכבשנים מאשימים און נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2006 23:19 לינק ישיר 

האבען דאך די וויזניצע חסידים יא גוט געקליבען נאך דעם הייליגען אלטער רבי'ן ז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעג מען קוקן אין א ספר אהן א הסכמה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext