העי, העיקר חסר מן הספר, א לי מיילעך זעלבסגעקרוינטע קעניג גייט די וואך ארויס פון די גלייזן אין זידעלט אן די ארונים פאר אלע חטאים ביז'ן חטא אדם הראשון, ועד בכלל.
מיר האט געכאפט דאס אז ער באקלאגט זיך, נישט מער און נישט ווייניגער, אז "דער בלאט" איז שילדיג אין דעם וואס די רבנים נעמען זיך נישט אן פאר ר' זלמן לייב.
ס'פאלט אים גארנישט ביי אז די רבנים נעמען זיך נישט אן ווייל זיי האלטן אז ער איז עס נישט ווערט.
אבער לאמיר אנעמען אז דער בלאט איז יא שולדיג אין די שתיקה כהודאה. ס'איז אבער כדאי צו געדענקן אז דאס איז די זעלבער בלאט וואס דער שלאנקער פר"מ האט זיך געשוואורען אז ביז עטליכע וואכן איז עס פארשפארט,און דא איז ער גאר מודה אז איז אויסגעוואקסן צו א באזונדער מאכטפולע צייטונג!
די חיזוק איז, אז דער זעלבער פר"מ האט זיך יעצט געשטעלט אין שפיץ פון די לעגאלע ענינים, ער וועט דאס יעצט פירן אויף זיין שטייגער, וואס ווי באקאנט קען ער נישט טראכטן קיין צוויי מאווס אויפן שאך ברעטל. כדרכו ברענט ער אזוי פאר פערזענליכע נקמה, אז ער גיט ליבערשט אויף א שאך מאט אויב קען ער אראפנעמן פון זיין קעגנער די שעיחן!
|
|