| נשלח ב-15/2/2006 02:53 |
|
| |
אלע לעגאלע סטראטעגיעס פון די זאליס
דא אין דעם אשכול וועט מען אויסשמועסן אלע לעגאלע סטראטעגיעס וואס די זאליס קענען און וועלן פרובירן צו טון אין פארצווייפלטע יאוש פרואוון, ווי אויך סתם לעגאלע מאנעוורעס וועלכע קענען ראטעווען די זאליס אין די עלפטע שעה.
#1
די ערשטע זאך וואס זיי גייען פרובירן צו טון איז ווי פארשטענדליך צו ארבעטן אויף די אפעלאט ריכטער צו באקומען א סטעי קומענדיגע וואך ביז נאך דעם אורטייל פון אפעלאט געריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:01 |
|
| |
#2
די צווייטע הערט מען אין די פארגאנגענע פאר טעג פון יעדן זאלי, מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, אז זיי גייען אויסשפילן די אהרונים.
זיי גייען אנהייבן א נייע קלאגע אין ברוקלין געריכט - מיט די תורה וואס לאזט נישט גיין צו ערכאות וועט מען זיך שוין אדורכקומען א צווייט מאל - מיט די טענה אז רז"ל האט יא קלאר ארויסגעווארפן ר' בערל פון אמט, און ער האט די זעלבע רעכטן ווי דער רבי וויבאלד דער רבי האט אויף אים געשריבן "ידו כידי".
דער אויפטו דערפון איז, אז וויבאלד דער געריכט אין ברוקלין איז שטארק גענויגט פאר זייערע קאנטאקטן, ווי באקאנט, וועלן זיי קענען דורך יענעם ריכטער באקומען א טי.אר.או. אקעגן ר' בערל, וואס וועט אפהאלטן די אהרונים פון אריינגיין אין ראדני.
עס איז אומקלאר אויב אין דער זעלבער צייט וועלן זיי אנגיין מיט די קלאגע אין אפעלאט געריכט, די סברא זאגט אז יא.
די לעכער דערין זענען אבער זייער שטארקע: 1) זיי מוזן אנקומען צו א ריכטער וועלכער פארשטייט זיך מיט זיי אויפן ווינק. 2) זיי האבן שוין אריינגעגעבן די טענה ביי ראזענוואסער, און ער האט עס אפגעווארפן. 3) עס איז בכלל נישט זיכער אויב אין יעצטיגן פאל באדייט א טי.אר.או. אז די זאליס זענען בעה"ב, לכאורה לויט ראזענוואסער מיינט דאס גאר אז די אהרונים זענען בעה"ב !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:02 |
|
| |
זיי גייען רופן רויזענוואסער צום רבין און דער רבי גייט זאגן אז ...... בערל פר"מ ...................
................
האט א כח בית דין ווי אזוי ער האט זיך אין די לעצטערע יארן אויסגעדריקט במעמעד פון צענדליגער עדות אנגעהויבן פון חול המועד פסח נ"ט ווען ער האט אויפגענומען זיין זון הגה"צ דער קרית יואל'ער רב אלץ רב פון גאנץ סאטמאר און דערנאך סיון נט און כמה וכמה פעמים און פארקערט איז נישטא קיין איין עדות חוץ א א הוק אפ וואס איז פעסגעשטעלט 1 און 2 און 3 און 4 און5 מאל אלץ פאלטש
1 באראש 2 רויזענוואסער חו"ה סוכות 3 ביים טרייען צום באקומען א עמורשזדנסי סטעי 4 רויזענוואסער 2/10/06 5 ביים טרייען צום באקומען א עמורשזדנסי סטעי
ונזכה ונחיה אז דער רבי זאל קענען זאגן נאכאנאל אז רבי בערל פר"מ האט א כח בית דין !! ימים על ימי מלך תוסיף!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:06 |
|
| |
#3
הערט מען שוין לאנג פון יענעם לאגער, אז זיי ארבעטן אז דער אפעלאט געריכט זאל ארויסשרייבן קלאר אין זייער אורטייל, אז באראש איז גערעכט און דער רבי איז בעה"ב, און דאס מיינט אז יענקל כהנא איז פרעזידענט.
אבער לויט די אומשטענדן פעלט אויס פאר זיי אז דער אפעלאט זאל ארויסקומען נאך די וואך, איידער עס קומט פאר דער הירינג פונעם סטעי, וואס אויב עס ווערט - בע"ה - אפגעווארפן און די אהרונים גייען אריין אין ראדני, דאן וועט זיי שוין נישט קיין סאך העלפן דער אורטייל פון אפעלאט געריכט, ווייל די אהרונים וועלן שוין יעצט זיין די וועלכע פארלאנגען א סטעי.
אדער קענען זיי פרובירן אפצושטופן די הירינג פארן סטעי - לויט ווי מ'שמועסט קענען זיי עס אפשטופן מיט א וואך.
פון די צווייטע זייט איז מעגליך אז דער אפעלאט קען געזעצליך נישט שרייבן אז יענקל כהנא איז פרעזידענט, וויבאלד ראזענוואסער האט שוין קלאר געזאגט פארקערט, און מ'האט קיינמאל נישט אריינגעגעבן ביי זיי קיין טענות אקעגן ראזענוואסער, וואס זאל זיי בארעכטיגן צו אפווארפן זיין באשטעטיגונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:07 |
|
| |
איך האב געהערט קראנט פון איינע פון די זאלי'ס קעפ, אז זייער פלאן יעצט איז אז זיי גייען אראפ ברענגען אלע דיינים, און רבנים, און ר' זאלמן, פארן דזשאדש און זיי וועלן זאגן אז עס איז נאך נישט, געווען און די אידישע היסטערי אז א דזשאדש זאל זיך אריין מישן און א קהילה,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:08 |
|
| |
#4
זיי גייען עפענען א פרישע קעיס אין ברוקלין אז דער רבי האט פריש ארויסגעווארפן ר' בערל פרידמאן, און זיי גייען אראפרופן יענעם ריכטער צום רבי'ן, וואס נאך א זילבערנע כוס של אליהו וכו'... וועט יענער טאקע באשטעטיגן אז ער האט אליין געהערט פון רבי'ן אז ר' בערל איז ארויסגעווארפן. ווי אויך וועט ער באשטעטיגן אז דער רבי איז געזונט און שטארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:11 |
|
| |
זיי גייען זאגן אז רויזענוואסער איז קאראפטעט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:11 |
|
| |
ווי אויך פלאנען זיי עס צו מאכן פאר א רעלידשעס אישא, און אריין גיין און פעדערל קארט, וואס נעמעט יארן,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:17 |
|
| |
#5
א שפאגל נייע טעאריע.
די זאליס גייען ארבעטן אוין אפעלאט געריכט זיי זאלן געבן א זיג פאר די אהרונים !
עס לוינט זיי אז דער אפעלאט זאל אפווארפן דעם אורטייל פון באראש, און דערקלערן אז דער רבי איז נישט בעה"ב אין די קהילה. אבער אויב אזוי ווערן צוריק נתעורר די אלע מאושאנ'ס און קראס מאושאנ'ס וואס באראש האט אפגעווארפן אויפן סמך אז דער רבי איז בעה"ב, און די אלע מאושאנ'ס דארפן געלייזט ווערן.
וועט דער אפעלאט באשליסן אז די מאושאנ'ס ווערן צוריקגעשיקט צום נידעריגן געריכט.
נארמאל וואלט דאס געדארפט צוריק צו באראש, אבער אין יעצטיגן פאל וועט דאס אנקומען צו דעם ריכטער וועלכער האט ערזעצט באראש און אלע זיינע קעיסעס, וואס לויט ווי מ'שמועסט איז שוין יענער היינט רייכער מיט א פערטל מיליאן דאלער פון א יאר צוריק...
יענער אונטערגעקויפטער ריכטער וועט מאכן א "פעקט פיינדינג" אז יענקל כהנא איז לעגיטים פרעזידענט, און ווי באקאנט איז זייער שווער צו געווינען א "פעקט פיינדינג" אפיעל.
אזויפיל וועט עס זיכער אויפטון אז עס וועט דערווייל אפהאלטן די אהרונים פון אריינגיין אין ראדני, ווייל אז באראש פאלט אוועק פאלט ראזענוואסער זיכער אוועק.
עס איז דא איין זייער שטארקער חסרון דערביי, אז דער הויפט תירוץ וואס די זאליס האבן גענוצט חוץ דעם רבי'ן איז געווען אז יענקל כהנא איז געווען קא-פרעזידענט אינאיינעם מיט ר' בערל פרידמאן, אבער למעשה האט ראזענוואסער שוין אפגעווארפן די טענה אין זיין אורטייל.
אבער אז דער ריכטער איז בא"גרינט" איז דאך נישט שייך, ער וועט זיך סותר זיין מיט ראזענוואסער, אדער וועט ער טרעפן אן אנדערן דריידל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:20 |
|
| |
אינז האבן פיינע פלענער ענק וועלן קיינמאל נישט וויסן ביז עס וועט קימען דערצו,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:24 |
|
| |
... yes u allways do have good plans thats y u did not ask a clerfic
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:25 |
|
| |
on barach ruling
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:32 |
|
| |
איין טעות און 7 יאר, איז גארנישט קעגן איין גיטס, און 7 יאר,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:35 |
|
| |
לאכטס אלע א גיטס, דער גרעסטע ארויני בא ללמד, הייבט שוין אן אויף געבען אויף ראדני, הא הא הא הא הא
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:44 |
|
| |
so whats with the croos appele thats also a win just asking
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:48 |
|
| |
פארוואס דארף מען א עמורזדשענסי סטעי ? מען האט דאך געווינען?
ווער געדענקט נאך די קראס אפיעל?
|
|
|
|
|