| נשלח ב-15/2/2006 05:05 |
|
| |
אפיל מאנטיג?
איך הער פון איינעם, א גוטע סארס, אז די אפיעל דארף ארויסקומען אנפאנג נעקסטע וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 05:12 |
|
| |
איך האב אויך געהערט דערפון, און יענער האט מיר געזאגט אז סאטמאר גייט האבן א מעכטיגע זיג, ווייל זיי גייען זאגן אז די רבי שליט"א איז בעה"ב,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 12:57 |
|
| |
לויט ווי איך האב געהרעט נעכטן פארנאכט אין ביהמ"ד גייט דאס נישט ארויסקומען פאר דער 23'סטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 16:57 |
|
| |
אייגענטליך איז נישט קיין נפקא מינ' ווי אזוי די אפעלאט וועט פאסקענען, סיי ווי אזוי, איז סאטמאר די געווינערס, ממה נפשך וועלן זיי זאגען אז די רבי איז נישט בעה"ב איז דאך ר' בערל פרידמאן פרעזידענט, וועלן זיי זאגן אז די רבי איז יא בעה"ב איז ווייטער בערל פרידמאן פרעזידענט לויט ראזענוואסערס פסק, אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, אדער איך אדער איך.
במילא ממה נפשך האט סאטמאר געווינען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 17:29 |
|
| |
העטעך, פון ווי ביסטו אזוי זיכער אז עס איז איינס פון די צוויי, אדער אז דער רבי איז נישט בעל הבית, און דאן איז ר' בערל ראש הקהל, אדער אז דער רבי איז יא בעל הבית און דאן בליבט ראזענואסער'ס פסק אין קראפט, אפשר וועלן זיי זאגן אז דער רבי איז יא בעל הבית, און די אלע הוכחות וואס באראש און ראזענוואסער האבן נישט געוואלט אנעמען וועלן זיי יא אנעמען און וועלן פראקלאמירן אז דער רבי האט געחתמט יאנקל כהנא'ס וואלן און ער איז דער לעגאלער פרעזידענט, WHO KNOWS.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 17:36 |
|
| |
יענקעל יעצט איין מאל האלט איך ווי דיר,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 17:43 |
|
| |
יענקעלע
דער סדר פון אפעלאט איז אז זיי ענטפערן נאר וואס מען פרעגט זיי
דא אין דעם פאל ליגט ביי זיי אופן טיש די שאלה צי דער רבי איז בעה"ב צי נישט, אין נישט צי בערל פר"מ איז פרעזידענט צי נישט, עס קען פאסירן אז זיי זאלן זאגן דער רבי איז בעה"ב אין צי לייגן אפאר ווערטער "אין יענקל כהנא" איז פרעזידענט, אבער מיט ווייניג שאנסען, ובפרט אז אויף די שאלה ווער עס איז פרעזידענט האט דאך שוין ראזענוואסער געפאסקענט, קען נישט דער אפעלאט זאגן אויף דעם פרט אנדערש פין ראזענוואסער, ווי באלד נישט די שאלה האט מען זיי געפרעגט, אין ווי איך הער האבן שוין די אפעלאט ריכטער באקומען דעם ראזענוואסער פסק, במילא ווייסן זיי וואס עס גייט פאר.
ימים ידברו
לאמיר האפן אז די פרשה זאל שיך שוין ענדיגען וואס שנעלער , עס זאל מקוים ווערן דער פסוק וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 17:47 |
|
| |
האט בטחון I DON'T THINK אז דו האלסט ווי איך, איך האלט אז דאס גייט נישט געשען, אבער למען האמת, איז דאס נאר א האפענונג, איך האלט אזוי מכח הסברה ומכוח מיין עקספיריענס פון קעיסעס וואס איך האב געליינט, אבער זיכער בין איך נישט, קיין פאקטן און ידיעה וואס עס גייט זיין האב איך נישט, און ווען העטעך האט געשריבן מיט אזא זיכערקייט האב איך עם געפרעגט וויאזוי ער איז אזוי זיכער אז עס גייט זיין אזוי ווי ער וויל, עס איז יא דא א סינעריא וויאזוי די זלונים קענען געווינען, כאטש זייער שוואכע טשענסעס לדעתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 18:06 |
|
| |
איך האב געהערט אז סקאט מאלן, געט א% 75 אז זיי גייען יא זאגען ווער ס'איז פרעזידענט,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 18:12 |
|
| |
and I heard that Scott Mollen wanted even to give them 100% but he said
YOU GET WHAT YOU PAY FOR
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 18:38 |
|
| |
העטעך, למעשה בין איך בכלל נישט מחולק מיט דיר, אבער זיכער איז גארנישט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 18:45 |
|
| |
אפשר קען מיר עמעצער העלפן מיט מאטאמאטיק, איך בין זייער שוואך דערין, אויב איינער באקומט א הבטחה פון 100% און בלייבט מיט גארנישט מיט זערא (0), איז אויב באקומט ער א הבטחה פון 75% מיט ווי פיל בלייבט ער??? ס'איז מיר זייער נוגע נאכדעם ווי איך האב געליינט אז סקאט מאלען גיט פאר די זאלונים א הבטחה פון 75% טשענס אז די זאלונים גייען געווינען.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 15/02/2006 18:44:57
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 19:20 |
|
| |
יענקעל איך וועל דיר אביסל ארויס העלפן מאכן דעם חשבון, וויפיל % האט דער ארוינישר לויער געגעבן ביי די ערשטע אלף שמות, און וויפיל האט ער דערליווער, יעצט ווען ער זאגט אז ענק האבן עס יא, און ענק זענען נישט און ראדני,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 20:02 |
|
| |
הדף, יישר כחך, איך האב געוויסט אז איך וועל באקומען הילף פון די נועם המידות פארטיי,
דער אהרונישער לויער האט פארשפראכן א 100% זיג, און האט דאס דעליווערטו, אמת עס האט געדויערט לענגער ווי דער פלאן, אבער פארט דעליווערט,
הדף, זאג דעם אמת, (אויב די ווייסט וויאזוי מען זאגט אמת), אבער נאר דעם אמת, קיינער הערט נישט, דא זענען נאר איך און דו, זאג מיר, וואלסטו זיך געטוישט מיט אונזער פסק, וואלסטו מיר געגעבן באראש'ס פסק אויב איך גיב דיר ראזענוואסער'ס פסק,
הדף, איך האב א פילינג וואס דיין ענטפער גייט זיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 20:42 |
|
| |
ניין יענקעלע ווייל אינז האבן די תורה הקדושה,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 21:29 |
|
| |
שלמה יאנקל געלבמאן האט נעכט געזאגט אז זיי קענען אונז צו נעמען ראדני, זיי קענען צונעמען 82, זיי קענען צונעמען די מוסדות, זיי קענען צו נעמען די מצה בעקערי, זיי קענמען צונעמען די קעמפס, זיי קענען צונעמען דעם בית החיים, אבער דעם רב וועלן ביי אונז קיינמאל נישט צונעמען!!!
ודברי פי חכמים חן...
|
|
|
|
|