בית פורומים כל העולם כולו

רעבעצין רובין געווארפן פון בנות ציון!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/2/2006 02:11 לינק ישיר 
רעבעצין רובין געווארפן פון בנות ציון!

את אשר יגורנו בא!!!
די רשעותדיגע מענטשן וואס רופן זיך כלאמפערשט מיט די הייליגע נאמען פון באבאב, האבן ארויסגעווארפן די רעבעצין רובין פון די מיידל סקול בנות ציון, קעגן די פסק פון די בית דין אז מטאר נישט מאכן קיין טשעינזשעס, מיט די תירוץ אז זי איז געגאנגען אין קאורט!
און די בי"ד שווייגט! נאכדעם וועלן זיי האבן טענות אז מטראסט זיי נישט און מזאגט זיי זענען איינזייטיג!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 02:52 לינק ישיר 

איז זי געגאנגען אין קאורט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 03:13 לינק ישיר 

שטייט נישט אין קיין שום פלאטץ אין דעם פסק דין אז מ'טאר נישט טוישען קיין סטעף, שטייט אז מען טאר נישט טשעפען קיין תלמידות.

ב. זי איז געגאנגען אי קאורט קעגען באבוב, ווילסטו נאך אז מ'זאל איר האלטן אין צאלען וועידזשעס ביסטו אפען קאפ געפאלען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 03:24 לינק ישיר 

מען וואלט זי נישט געהאלטען אין סקול ווען זי גייט ווען אין קארט קעגען ווער אימער, איינער וואס גייט אין ערכאות ווערט אנגערופען אין שו"ע א מרים יד בתורת משה, און פארדעם אליין בעלאנגט זי נישט צו זיין א טישטער אין א סקול. ווי איז די היתר בי"ד??????????????? אפילו נישט ביי קיינעם אין שופלאד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 03:41 לינק ישיר 

גאנץ איידעל פון די באבובער, איך הער אז מ'געט איר וועידזשעס ביז סוף יאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 05:10 לינק ישיר 

באבוב לאטא
איך פארשטיי נישט איז זי נישט געגאנגען אין קארט שלא ברשות בי"ד??
פארוואס בכלל איז מען געאנגען אין קארט אינמיטען א דין תורה??
האט עס די בי"ד מתיר געווען??




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 05:53 לינק ישיר 

אויב די TRO וואס באבוב האט געלייגט אקעגן די אומלעגאלע שריט פין משה קעסלער ושותפיו וואס וואלט געקענט צוברענגען צו אומרוהיגקייטן -אויב דאס הייסט גיין אין ערכאות- איז פארוואס איז קיינער נישט מוחה?

פארוואס וואס ווען איינער רופט פאליס אינמיטן די נאכט ווייל א גנב ברעכט איין ועט קיינער נישט מוחה זיין אויף "ערכאות" [אויב די גנב איז א יוד]?

ווייל דאס הייסט נישט ערכאות, TRO איז נישט קיין ערכאות, דאס ווייסט יעדער, און פארדעם איז נאך קיין איין רב נישט ארויס מיט א מחאה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 05:58 לינק ישיר 

מייזלע טאקע א ערנסטע ראיה שאין לו פירכה ווי באלד קיין שום רב האט נאך נישט מוחה, ווען איז די לעצטע מאל ווען די האסט געהערט א רב מוחה זיין אויף די סארט פירכות.


אין צו די עצם שאלה פין TRO אויב מ'מעג קיין אין ערכאות בלי רשות בית דין, ראה אגרות משה אז אפילו אויב ס'איז דא אופנים וואס מ'מעג, א רב טאר זיכער נישט ווייל דעמאלטס איז די חילול השם גרעסער, פארשטאנת???????????


קען זיין די האלטסט אז הרב יהושע רובין איז טאקע נישט אבד"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 06:07 לינק ישיר 

מייז

מסכים, נניח אז ביסט גערעכט
אבער פארוואס פעלט עס אויס צי גיין אין קארט??
מען איז דאך יעצט ביי דין תורה??
האט די דין תורה נישט געוואלט געבן א עיקול???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 06:20 לינק ישיר 

לייגן אן עיקול אויף אן אייגענעם פארמעגן, פין מורא אז א צווייטע זאל נישט קענען קומען מאכן פאר דיר היזיקים איז 100% אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, אין אזוי ווי משה קעסלער ושותפיו האבן געוואלט טוהן מעשים וואס קען ברענגען ניזיקים צו די בעלי בתים פינ'ם קעמפ, ממילא איז זעהר רעכט וואס זיי האבן געטוהן.

אין דאס וואס די פרעגסט פארוואס מ'איז נישט געגאנגען אין דין תורה? איז די תירוץ זייער פשוט, ווייל אויב משה קעססלער ושותפיו האלטן אז די קעמפ'ס איז זייער'ס, זאלן זיי רופן יעקל פירער אין דין תורה! פארוואס לויפן זיי מאכן אומלעגאלע וואוטס אין צווינגען פאר יעקל פירער ושאר חברי הבאורד לויפן זיך באשיצן מיט א TRO?  ווי איז די בי"ד?

לאמיר זיך נישט נער'ן, משה קעסלער שיקט "בלעק מעיל" פאר די עלטערן פין קעמפ גילה מיט'ן מעסעדז כאילו יעקל פירער זאגט זיך אפ פין זיין לאנג יעריגער אמט אין כאילו ער גייט מאכן נייע וואוטס פאר א נייע באורד, שפעטער איז מען מודיע אז די וואוטס וועלן פארקומען אין די כולל פין 48 סטריט אונטער זייערע הערשאפט, ווי זיי קענען ארויסשטיפן "אומגעבעטענע געסט".

דאס איז זיכער, אז מיט די וואוטס וואלטן זיי געלאפן צו די פאליס און געשריגן אז די נייע באורד איז באלעבאס אין צוגעברענגט צו דעם אז דער פאליס זאל פארשפארן די קעמפ ביז א דזאדז זאל באשליסן ווער צו איז די לעגאלע באורד.

איז ממילא גאנץ פארשטענדליך וואס האט צוגעברענגט פאר די עכטע באורד צו לויפן לייגן א TRO כדי צו פארמיידן זייערע פינסטערע כוונות.

און יעצט אז ס'איז געלונגען שרייסטו "ערכאות"---

זאג נאר וואס ערכאות? ווען ערכאות? א TRO הייסט שוין אויכעט ערכאות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 06:24 לינק ישיר 

די ווייסט שוין עתידות אויכעט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 06:32 לינק ישיר 

איך זאג נישט קיין עתידות, נאר דאס איז זיכער אז ענקער שרייען "ערכאות" נאכן בייקומען די TRO איז נישט מער ווי געבלאזן לופט.

ווייל די ווייסט גאנץ גיט אז TRO מיט "ערכאות" איז צוויי אנדערע וועלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 06:38 לינק ישיר 

איין זאך ווייס איך זיכער אז די מיט די תורה האבין נישט קיין שייכות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 06:42 לינק ישיר 

און אפשר האסטו א טעות מיט דיין הילוך מחשבה? אפשר האסטו געקויפט פאלשע מעשיות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 16:33 לינק ישיר 

נעבעך א רב לויפט אין קארט ווי א גוי גמור, און דער מייזעל פראבירט מיט אלע כוחות זאגען תירוצים. תירוצים פעלט נישט אויף גארנישט, מען קען מתיר זיין א שרץ מיט ק"ן טעמים, אין דיין טיפש עסט די שרץ אויכעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 17:19 לינק ישיר 

מייז איך פארשטיי דיין פוינט

אבער די האלסט נישט אז עס וואלט געווען בעסער ווען ער גיי "קודם" צי בי"ד בעטען א עיקול אויף נייע וואלן
אין אויב "בי"ד" גיט נישט די עיקול זאל מען דעמלאטס גיין אין קארט??

וואס וועלט מען דערלייגט ווען מען ווארט נאך איין טאג??
איז נישט ווערט אז א רב זאל ווייזן אז די ערשט גייט מען צום בי"ד אין דערנאך קארט??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רעבעצין רובין געווארפן פון בנות ציון!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext