|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:00 |
|
| |
פאפירן פון זאליס פאר סטעי, פאריגן פרייטיג
איינער פון אונזערע געטרייע חברים האט אונז געשיקט אין אי-מעיל פאפירן אין ווערט פון איבער הונדערט טויזנט דאלער! און ער האט געבעטן צו טיילן פארן עולם דערפון...
די פאפירן האט סקאט מאלען אריינגעגעבן פאריגע וואך אין אפעלאט, מיט אלע טענות פארוואס די זאליס זאלן באקומען א סטעי.
קרעדיט: פאקטיש.
[אדאנק די אויפמערקזאמקייט פון עטליכע חברים, האבן מיר געטוישט דעם לינק. ותשוח"ח להם]
http://d44.yousendit.com/E/2Z2YWHCT3IGUW10D3YKHQ75RXM/renamed_Mollen_Appeal_2_10_061.pdf
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/02/2006 21:58:05
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:06 |
|
| |
ווען מען קוקט אדורך די פאפירן, זעט מען אז עס איז נישט פאראן קיין טענה וואס איז נישט דערמאנט געווארן אויף היידפארק אדער ערגעץ אנדערשוואו וואס ווערט נישט דארט אויפגעברענגט. אין מיינע אויגן איז נישטא מער קיין שום תירוץ וואס די זאליס זאלן קענען אויפברענגען קומענדיגע וואך וואס זאל זיי שטעלן אין א שטערקערע פאזיציע צו באקומען א סטעי. חוץ אויב עס איז אמת וואס מאלען שרייבט אז די אהרונים האבן צוגעזאגט אז זיי גייען גארנישט טון, וואס ווער נאך ווי ער ווייסט וויפיל אמת ליגט דערין...
די שאלה איז נאר, וויפיל געלט ווייניגער די זשופניק ברידער וועלן האבן ביז קומענדיגע וואך...
פארשטייט זיך אז צוערשט דארף מען זען אויב עס גייט זיי היינט געלונגען צו באקומען די סטעי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:08 |
|
| |
ישר כח פאקטיש
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:19 |
|
| |
שקויעך פאקטיש  ברענג נאך, זיי מהנה די עולם דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:27 |
|
| |
בא_ללמד, ווען אונזערע לויערס האבן געזאגט אז "NOTHING IS GOING TO HAPPEN", מיינט דאס נישט איז אונז געב מיר אויף די פירערשאפט, און אונז גיי מיר גארנישט טון צו פירן די קהלה, זיי קענען נישט פארלאנגען אזא זאך, אדרבא, נאר אויף אונז ליגט די פליכט אנצופירן מיט די קהלה ווירטשאפט, מיר זענען דאך לעת עתה די לעגאלע בעלי בתים,
וואס דען? זיי האבן נאר קעמפלעינט אז אונז גיי מיר "שאדן" מאכן פאר די קאנגרעגעישן, אפשפארן די מצה בעקערי, ארויסווארפן רז"ל פון ראדני, צונעמען פון רבי'ן זיין הויז, אויף דעם האבן מיר קלאר געענפערט אז "NOTHING IS GOING TO HAPPEN", אלעס גייט זיך פירן על מי מנוחות, פונקט ווי נעכטן און אייערנעכטן אונטער די פירערשאפט פון בערל פר"מ.
וועגן דעם האבן זיי געהאפט אז דורכן וואך וועט זיך מאכן עפעס א געדראטשקע, אין אזוי קענען לויפן אז "YOU SEE! I TOLD ITS GONNA BE MAYHEM", אבער ווי געשמועסט איז זיי עס נישט געלונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:31 |
|
| |
עס קען נישט זיין אז פאקטיש האט עס אריין געשיקט, ווייל עס ווערט קיינמאל נישט דערמאנט די ווארט פאקטיש, און עס האט נישט קיין איין פאקט נאר פוסטע דמיונות.
און פארוואס איז עס ווערט הינדערט טויזענט דאלאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:34 |
|
| |
מקוה איד.
איך האב געמיינט צו זאגן, אויב מיר וועלן אננעמען די ווערטער אינעם זין וואס מאלען האט זיי גענוצט.
איין סאטמאר.
איך שטעל זיך פאר אז דו האסט זיך פאררעכנט און געשריבן בטעות מיט א אנדערע ניק, קענסט עס נאך אויסמעקן...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:39 |
|
| |
מקוה איד, דאס איז האב איך שוין געשריבען אין א אנדערע אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:41 |
|
| |
די הונדערט טויזענט דולר ווערט פעיפערס מיינט צי זאגן אז $100,000 האבן די זאליס באצאלט פאר סקאט מאלען אהער צי שטעלן די נערישע פיל מיט שקרים אין כזבים פאנטאזיעשע פעיפערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 18:53 |
|
| |
שכויח פאקטיש, פאקטיש דאכט זעך אז עס איז געווען נאך פאפירען יענעם פרייטאג, קענסטו יענץ אויך פאוסטען?
האבין די לויערס פין יצחק ראזענבערג עפעס גענטפערט אין פעיפער, אויף דעם, אויב יא ביטע פאוסטען,
קענסטו אויך פאוסטען די נעכטיגע פעיפערס פון סקאט מאולען, ווי איך זעה האסטו פאקטיש נעכטען איבערגעשריבען פין דארט.
פאקטיש קומט דיר א גרויסע ישר כח, און א פאקטישע גוט שבת.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 19:00 |
|
| |
די איבריגע פאפירן זענען געווען די "עקזיביטס", וואס טייטש די נספחים וואס ווערט צוגעלייגט אלס באווייזן אד"ג, ווי דער אורטייל פון ראזענוואסער, די הירינג פון נאוועמבער 30, די בריוו פון רז"ל און די דיינים, די בריוו פון רבי'ן אא"וו.
אונזערע לויער'ס האבן צייט אריינצוגעבן פאפירן ביז נעקסטע וואך דאנערשטיג, און לויטן חשבון דארפן זיי צוריק אריינגעבן אן ענטפער, און א טאג צוויי דערנאך קומט דער אורטייל.
ד.ה. אז לכאורה וועט מען נישט וויסן די רעזולטאטן בעפאר א וואך צוויי נאך די הירינג.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 19:01 |
|
| |
פאקטיש
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 19:01 |
|
| |
איים סארי - האט-ווייער, ביסט גערעכט, סיז דיין סברה געווען ארגינעל.
דאס איז א דירעקטן רעזאלט פון האבן 10 אשכולות פון די זעלבע נושא,
טייערע חברים, פליז נישט עפענען מער אשכולות וועגן די סטעי,
קוקטס וואס עס גייט פאר! אויב איינער וויל וויסן נייעס וועגן די סטעי איז ער געצווינגען צו ארומלויפן צו 6 אשכולות.
איך האב נישט קיין צייט צו קאנסאלידעיטן די אשכולות איך גיי בלויז אפשפארן אלע חוץ די ערשטע.
כאף יעדער פארשטייט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 19:17 |
|
| |
נישט שרייבן דא קיין נייעס וועגן די סטעי בכלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 19:26 |
|
| |
דאס וואס דער בלאט שרייבט אז עס האט געקאסט 130,000,00 איז א פלענע שקר, ס'האט טאקע געקאסט א פאר דאלער אבער נישט אזוי סך, און די ארויני לויער האט אויך געקאסט אסך געלט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 21:01 |
|
| |
דארף דאס זיין א היבש ביסל עקסזיביטס, בכל אופן קענסטו פאוסטען די גאנצע פעקל, ויאכל ענוים וישבעו.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|