דאס האב איך געטראפן און אלטן חדשות אנש וועגן א סטעי
DRYNITZ
יעקעלע:
צו באקומען א סטעי פענדינג אפיעל דארף זיין -לויט ווי איך מיין- 3 חלקים
1- ireperable harm
2- probability of sucess
3- balance of equities
1- ענק האבען דאס נישט געקענט ווייזען, ווייל ענק זענען שוין סיי ווי געווען אינדרויסען פאר 4 יאר, קענען ענק אויסהאלטען נאך א יאר.
2- איז נישט שייך דא אויסצושמועסען ווייל איך וועל זאגען טאג וועסטו זאגען נאכט, אבער מסתבר איז אז עס איז מער נוטה צו אונז, והא ראי' באראש האט אזוי געפסקנ'ט, ווי צו ענק.
3- איז בערך ווי #1, ענק וועט גארנישט געשעהן צו זיין אינדרויסען אויף נאך א יאר פאר אונז אבער וועט עס זיין א געפערליכע שטעהר, דער בעלענס איז זיכער נישט אין ענקער פעיוואר.
ווען אונז זאלען מיר דארפען אפיעלען ראזענוואסערס פסק, איז נומבער 1-3 זייער קלאר אויף אונזער צד.
נומבער 2, איז די שאלה צו עס איז דא א probability of sucess אויפצוווייזען אז באראש האט אפגעטייטשט status quo איז טייטש אונזער קהל ר' יעקל קאהאן וכו'. מסתבר איז אז מיר האבען א גוטען קעיס אויף דעם, והא ראי', אונזערע לויערס, ענקערע לויערס, NY LAW JOURNAL, NYPD LAWYERS און די גאנצע ליגעל עסטעבלישמענט וואס האט געקוקט אויף דעם פסק האט עס אזוי אויסגעטייטשט, ראזענוואסער איז דער איינציגער וואס לערענט אנדערש, און ממילא שפיר איך מיך באקוועם אז מיר האבען א 90% שאנס צו געווינען דעם אפיעל, און א 70-80% שאנס צו באקומען א סטעי
נשלח ב-19/2/2006 22:55
פאקטיש
פאקטיש ביסטו מהנה טויזענטער יודן מיט דיין פאקטישע ערקלערינגן , היות אז פאקטיש קען דער היימישער עולם נישט קיין ענגליש, במילא איז פאקטיש שווער צי פארשטיין די אלע דאקיומענטס, במילא האט מר. פאקטיש געטוהן א דבר בעתו אין מסביר געווען וואס פאקטיש שטייט דארט.
אין פאקטיש אויפגעוויזן פארן עולם די גראבע זאלי לגיונות, אין ווי אין עדר ערד זיי זענען.
פאקטיש ישר כוח
נשלח ב-19/2/2006 23:03
פאקטיש A-1 יישר כח
אבער פין דעם שטיקעל וואס די ברענג'סט אראפ איז משמע אז די ארונים האבן עפעס א וועג איבער צי נעמען U T A אן צי דארפן גיין נאכמאל אין קארט
ליין דא • A takeover over the Satmar school system by Berl Friedman could have severe impact on tens of thousands of school children whose teachers are at risk of being summarily replaced, merely because of their allegiance to Rabbi Zalmen Leib Teitelbaum. Likewise, children from families who are loyal to Rabbi Zalmen Leib Teitelbaum are at risk of being expelled.
ער האט עס פאקטיש סתם אריינגעלייגט להגדיל, אבער פאקטיש ניבא ולא ידע מה ניבא, אבער פאקטיש
איז דאס פאר קומענדיגע וואכן, הימים שנהפכו מיגון לשמחה
נשלח ב-19/2/2006 23:43
ווען מ'איז געווען אין קארט וועגן די סקול דיסטריקט און מ'האט געהאלטן אין איין פארלירן, האט מען אלס באקומען א "סטעי", ווייל די שאדן איז געווען זייער אבוויעס, און ס'האט נישט געברויכט קיין הסברים, ווייל אויב דער פסק גייט אריין אין קראפט ווער דער סקול אפ-געשפארט, ווען סיז אנגעקומען צו די יו.עס. סופרים קארט האט ריכטער קלערענס טאמעס פארארדענט די סטעי.
איצט, איז עס נישט שייך, ווייל ביידע ווילן אז די קאנגרעגעישן זאל אנגיין, ביידע ווילן זאל זיך ווייטער פירן על מי מנוחות, די שאלה איז נאר "מי בראש". סיז זייער שווער צו אויפווייזן פאר א דשאדש אז די "קאנגרעגעישן" גייט האבן א "שאדן" אויב א צווייטער גייט פירן די קאנגרעגעישן, איבערהויפט אז די אהרונים זענען שוין אין די באורד פאר צענדליגע יארן.
איינער זאגט מיר אז סאטמארע לויער סקאט מאלן, האט אריין געגעבן פרייטאג די עכטע בריוו פון די רבי ווי ער באשטעטיגט די וואלן פון ר' יענקעל,
פאקטיש איז עס אמת?
אויב יא לייג עס ארויף דא
נשלח ב-20/2/2006 00:46
פאקטיש קענען עס די זאליס נישט טאן
ווייל אויב וועלן זיי געבן די עכטע בריוו, דאן האבן געזאגט ליגנט
משה גבאי
שאול פערלשטיין
זלמן טייטלבוים
יעקב הערש שעהנפעלד
וואס האבן אלע עדות געזאגט אז די צעטל וואס מען האט אריינגעגעבן ביז היינט - די קאפי פון דער
איד - איז די עכטע, איז פשט אז זיי האבן בשאט נפש געזאגט ליגנט
אבער האב בטחון, גלייב ווייטער וואס מען פארקויפט דיר, עס איז בעסער פאר דיין געזונט
האט בטחון וועט אלעס זיין גוט, נישט אזוי גייט די ניגון
נשלח ב-20/2/2006 01:46
איך האב נישט געקוקט ביים אנדערן פארום. אפשר קען מיר איינער ערקלערן איבער וואס די זאליס דערקלערן זיג נאכ'ן ליידן אזא טאטאלן דורכפאל?
נשלח ב-20/2/2006 01:50
פאקטיש.
דוכט זיך אז עס איז געווען "ניבא וידע מה ניבא"...
ער וועט אי"ה בקרוב ווערן א "נביא אמת" [להבדיל אלף אלפי הבדלות], ווען זיינע חששות בנוגע איבערנעמען יו.טי.עי. וועלן מקויים ווערן (כאטש נישט אויף דעם אופן ווי ער לייגט עס אראפ...).
אויב וואלטן די זאליס געהאט א עכטע בריוו פון רבי'ן וואלטן זיי עס שוין אריינגעגעבן ביי ראזענוואסער, א זאך וואס זיי האבן נישט געגעבן ביי ראזענוואסער איז מסתבר אז זיי קענען נישט אריינגעבן ביים אפעלאט. דער געריכט הויז איז נישט קיין קינדערגארטן.
נשלח ב-20/2/2006 01:51
וואס הייסט? די נצחון איז אז דער שופט האט "נישט" ארויסגענומען א רעוואלווער און זיי "נישט" דערשאסן אויפן פלאץ!
איז דאס נישט א גרויסע נצחון?
"נאר" דאס האבן דאך די אהרונים געוואלט!
ניין?
תוקן על ידי - קושקע - 20/02/2006 1:50:03
נשלח ב-20/2/2006 01:54
ווארהייט, האסט גארנישט פארפאסט, עס הערשט אויף זייער פורום, א בית הקברות'דיגער טויט שטילקייט, זיי האבן פראבירט צו קלעימען וויקטארי ביז ארום 11 אזייגער אינדערפרי, וואס דאן האט מען געפויסט די פאפירן פונעם געריכט, און זיי האב דאן געשאלטן פאר א צוויי שעה, און.... שא שטיל..., יוסל90 וכת דילי האבן אנגענומען א שטומעניש, איך הייב זיי שוין אן צו שוינען, פשוט ס'איז צער בעלי חיים...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 20/02/2006 1:55:03
נשלח ב-20/2/2006 01:59
1
תוקן על ידי - אלעסאמת - 20/02/2006 2:04:39
נשלח ב-20/2/2006 02:20
זיי בעטן מען זאל ווייזן דעם היתר בי"ד לעיני כל, וויל איך זיי מודיע זיין אז בקרוב אי"ה נאך אונזער געווינס ווען עס וועט זיין והשיב את הגזילה וועט דער היתר מפורסם ווערן לעיני כל און עטץ וועטס איינעמען א שטימעניש, דער היתר בי"ד איז פון פיר רבנים גדולי עולם יושבי מדון בקיאי חו"מ באגלייט מיט צענדליגע המלצות פון רבנים מארבע פינות העולם
ראו הזהרנו!
אונז זעמיר לפנים משורת הדין נאך אלץ גרייט צו גיין צו א דין תורה, צום 115'טע מאל!!!
שעמטס ענק!
נשלח ב-20/2/2006 02:27
איך האב באקומען אין תיבה אישית די לינק פונ'ם אשכול וואו זיי דערקלערן זיג