נעכטן נאכט איז געווען די דינער פון קאשויער מוסדת און זאל פון עטרת אברהם און ווען ר' זלמן לייב איז דארט געווען האט די קאשויער רב זיך אויף געשטעלט און האט געזאגט אז אזוי ווי די הנהלה פון עטרת אברהם איז יעצט דא וויל ער מוחה זיין אויף די פירצה פון די זאל און נעקסטע יאר זאל מען אדער נישט דא מאכן די דינער אדער זאל די הנהלה פון עטרת אברהם טוישן די זאל
נשלח ב-19/2/2006 19:24
רז"ל איז אריינגעקומען אינעם זאל פונקט ווען ר אליעזר חיים האט אנגעהויבן צו רעדן, ער האט
נעבעך געברויכט זיצען דארטן א אנדערט האלבן שטונדע אויסצוווארטן ביז די דרשה ענדיגט זיך, ר'
אליעזר חיים האט געהאקט אויף אלעם וואס איז שייך אין אינדערצווישן האט ער זיך אנגערופן אז ער
וויל מער נישט קיין פאמפע, אין אז ער האט שוין געבעטן די עסקנים פון אנפאנג אז מען זאל צוריק
ציען פון עטרת אברהם, אבער זיי האבן געטענהט אז מען האט שוין איינגעשטעקט א
דיפאזיט.
ער האט נאכדעם געזאגט אז ער הערט אז די זאל איז די ערגסטע פריצות'דיגע זאל
צווישן אידישע געגענטער אין עס פאסט דירעקט נישט פאר די הייליגע וויליאמסבורג, אין ער וויל
טאקע דא זאגן פאר די בעלי בתים פון די זאל אז זיי זאלן אויפהערן אריינברעגן פריצות אין ווילי,
אויב נישט וועט קאשוי מער נישט מאכן קיין מסיבות אין עטרת אברהם..
די גאנצע צייט ווען
מען האט אנגעגאסן רז"ל מיט הייס וואסער איז ער געזיצן אין געבלעטערט א קונטרס'ל פון קאשוי
ישיבה, מאנכע זאגן אז עס איז נישט דא דארט אזופיל צו ליינען וויפיל ר' זלמן האט געקוקט
דערינען, אחוץ אויב ער האט עס איבערגעקוקטו 3-4 מאל.
גלייך נאכן דרשה האט ער זיך
אויפגעהויבן און געגעבן מיט א קאלטקייט די הענט פאר ר' אליעזר חיים אין אנטלאפן פון דארט.
תוקן על ידי - wassa_dif - 20/02/2006 6:45:49
איך הער אז ער האט געזאגט פאר קאשויער רב אז ער זאל רעדן דערוועגן צו ר' בעריל פר"מ
נשלח ב-19/2/2006 22:51
אזוי שרייבט דער ניק אויסש... וואס איז דער מנהל פונעם פורום חדשות שונאי סאטמאר
אזוי שרייבט ער דארט: "דער פורים ראבינער המכונה טשיף ראביי האט געכאפט גוטע שלעק. נישט פון די ארונים. נאר גאר פון זיין אייגענע רבנים... ר' אליעזר חיים בלום האט אים גוט אויסגעשמיצט.
נישט סתם, נאר גוט אריינגעשמיסן אז ס'האט געשפריצט פון ר' זלמן לייב'ן... ס'פנים איז אים רויט געווארן. נאכדעם ווייס געווארן, נאכדעם נאכאמאל רויט אזיל סומקא ואתי חיוורא... אז ס'איז געגאנגען א רויך און ס'האט געהילכט...
ר' אליזער חיים האט געמאכט א מלוה מלכה דינער היסוד פאר מוסדות קאשוי אין עטרת אברהם, און דער חונף ר' זלמן לייב איז געקומען לעקן... און זעצט זיך אויבן-אן... אין זיין זאל.. און אינמיטן עפנט דער קאשויער זיין פיסק און הייבט אן שינדן און שניידן לעבעדיגע שטיקער... פון ר' זלמן לייב'ן וואס זיצט לעבן אים...
ער נעמט זיך שרייען אז דער עטרת אברהם איז א זאל פון פריצות.. און אזוי ווי די הנהגה איז יעצט דא זאגט ער יעצט בתורת פסק אז דער זאל איז פריצות און מ'דארף עס שוין אפשפארן...
דער חונף זיצט דארט, און גלייבט נישט וואס ער הערט. און ר' אליעזר חיים מאכט זיכער און נעמט זיך שרייען נאך העכער: איך בין מוחה אויף דעם זאל. און די הנהגה וואס איז יעצט דא דארף עס פארשפארן, התולר תלוי בצאוורם
נאך די דרשה איז זיך דער לעקער און חונף אויפגעהויבן און ארויסגעלאפן פון זאל... אבל וחפוי ראש.
----------
איז דא א טעיפ פון דעם? אויב יא ביטע ארויף לייגן ווייל עס איז שווער צו גלייבן אז ער זאל זאגן " איך בין מוחה אויף דעם זאל. און די הנהגה וואס איז יעצט דא דארף עס פארשפארן, התולר תלוי בצאוורם"
ווען ר זלמן זיצט הארט נעבן אים
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/02/2006 22:52:44
נשלח ב-20/2/2006 01:52
אזוי ווי דער קאשויער האט געהערט אז ר' אהרן נעמט צוריק די מוסדות און קהל איז ער שוין דא ער האט א גאנצער מגילה וואס מוחה צו זיין יעצט...
נשלח ב-20/2/2006 02:06
איר כאפט נישט.
דאס איז געווען א אונטערגעשטעלטע זאך.
מארגן לויפט מען אין געריכט אויפווייזן אז דער "דעת תורה" איז אז רז"ל איז יא בעה"ב אין די קהילה, והא ראי', נישט נאר רז"ל זאגט אזוי, ר' אליעזר חיים בלום האלט אויך אזוי...
רז"ל'ס רויט ווערן האט אויסגעפעלט פארן געריכט, צו קענען אויפווייזן אז ער איז טאקע די "הנהגה" קעגן וועמען מ'האט גערעדט...
א גלענצנדער שריט פון די זאליס - אייגנטליך שוין די צווייטע, נאך דעם ערשטן גלענצנדן שריט פון רז"ל זעלבסט פאריגן זונטיג...
נשלח ב-20/2/2006 02:14
דער ר' אליעזר חיים איז נישט היינט געבוירען און ער פירט שוין אהן מיט מוחאות שוין 50 יאהר אבער יעצט אז ער זיצט אויף מקום קדשו פון זיין פאטער זצוקללה"ה האט ער באקומען א גרויסען שופר
דא כאפט ער פון סאטמאר פון ראזענוואסער גייט ער צו אהבה מוסתרס כאפט ער פון זיי
העברת פי ה' היא לא תצלח
נשלח ב-20/2/2006 21:34
זייט נישט באזארגט, דאס איז נאר דער אנהויב.
רז"ל און זיינע חברה וועלן גאנץ שנעל געוואויר ווערן פארוואס רבינו שליט"א האט מיט די קאשויער בהמות נישט געקענט גיין צום טיש. א באנדע פאנאטישע עקסטרעמיסטן און לא לנו'ס, פארמאגן נישט די פונדאמענטאלע פרינציפן פון מענטשהייט און תורה'דיג, אלעס איז יהרג ואל יעבור, וכו' וכו' וכו'.
ווייזט אויס אז ביז היינט האבן די אלע אויסגעשפיגענע געשפירט אז זיי דארפן האבן רז"ל אלס שטעקן אקעגן דעם רב שליט"א, ווי אויך אז ער זאל זיי געבן לעגיטימיטעט, יעצט ווען זיי האבן שוין אויסגענאגט דעם ביין ביזן לעצטן טראפן, און רז"ל האט זיי שוין ארויפגעברענגט אויף דעם שטאפל וואס זיי האבן געוואלט זיין, דארף מען אים דאך אויך שטעלן אויפן פלאץ.
נאך אלעם איז דאך נישט גענוג אז ר' אליעזר חיים זאל זיין פון די פירער, ער מוז דאך זיין דער פירער זעלבסט.
די איינציגע עצה אים שטיל צו מאכן איז אביסל מער אויפצופלאקערן דעם פייער צווישן די ברידער, וואס ברענט שוין אונטן גאנץ פעסט, און ווען ער וועט זיין פארנומען וועלן שוין די יהרג ואל יעבור'ס געריכטעט ווערן צו אנדערע ערטער... מיר וועלן שוין האבן מנוחה.
נשלח ב-20/2/2006 21:46
בא ללמד ווי האלט טאקע דער מצב דארט? אליעזר חיים איז דער עלצטער?
נשלח ב-20/2/2006 21:47
האט איינער א טעיפ פון די דרשה?
אדער א פיקטשער פון רז"ל ביים מעמד?
תוקן על ידי - כל_העולם - 20/02/2006 22:41:39
נשלח ב-20/2/2006 21:55
ר' אליעזר חיים איז דער עלצטער, און עס קאכט זיך דארט א פעסטע מערכה צווישן אים און ר' שמחה ישראל, נישט קיין צופיל קלענערער עקסטרעמיסט, וועלכער איז עמטליך דער "דיין" אין קאשוי, אבער פאקטיש איז ער דער איינציגער וואס וואוינט אין קאשוי, און אסאך קאשויער תלמידים שטיצן אים בכלל.
נשלח ב-20/2/2006 23:17
למעשה בעל הבית אין קאשוי איז ר' משה מנחם, אין ער העט געמאכט א יד אחת מיט ר' אליעזר חיים, ווייל ר' אליעזר חיים האט געדעקט זיינע שטיק אלע יארען, יעצט איז די פראבלעם אז אויב ר' אליעזר חיים וועט האלטען אזוינע דרשות וועט דאך דער בעלבאטישע עולם פין קאשוי, א דוגמא די פישמאנ'ס וכו' אויפהערען צו געבען געלט, און וואס וועט ר' משה מנחם דעמאלטס טוען.
איין עצה האט הער אוועק נעמען די מייק פון ר' אליעזר חיים, מער וועט ער קיינמאל נישט אויף טרעטען.
דריי מאל האט ער גערעדט פאר א גרויסען ציבור, אין אלע דריי מאל האט ער זיך אנגעמאכט, מ'האט געמיינט אז ער איז געווארען מער סאליד במשך די יארען, אבער ער דארמאנט די מעשה פון ר"ר יונתן מיט די מייזעלע.
א. אין קאנטינענטאל ביי די עצרת הספד למלאות השלושים, האט ער מסביר געווען פאר יעדען אז ווער ס'עסט בהמה פלייש איז פסול לעדות.
ב. און ארץ ישראל, אז עס איז א מצוה צו האקען שטיקער פון די קינדער.
ג. עטרת אברהם.
נשלח ב-21/2/2006 00:08
א ביסל איבער די מאס
קאשויער רב אין רוב פון זיינע קינדער זענען פיינע איידעלע קינדער מיט זייערע מיינונגען כבודם במקומם מונח
ס'איז נישט פאר א סאטמארער צו זאגען אז ביז אונז איז נארמאל ווייטער פון אונז איז קוקו.
בין אדם לחבירו איז דער עיקר, ר' שמחה ישראל ווי ווייט איך קען איהם אן איידעלער איד בדרך אביו און מאכט נישט קיין מוחאות רעכטס אין לינק'ס חוץ ר' אליעזר חיים זענען כולם אהובים נארמאל.
דער ר' אליעזר חיים ווי דערמאנט פריער איז גאר אנאנדערע פרשה ער גייט אונז געבען לעקען האניג.
און ווי דערמאנט פריער דער סאטמאר רב אליין האט איהם געהאלטן פאר OFF THE WALL