בית פורומים כל העולם כולו

אפעלאט ריכטער ביים רעבין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2006 20:01 לינק ישיר 
אפעלאט ריכטער ביים רעבין?

יעצט געהערט אז די זאליס, האבן ארובערגערופן די אפעלאט ריכטער וואס זענען מער גענויגט צו זיי, צום רעבין, אז די רבי זאל זיי זאגן אז ער ווארפט ארויס ר' בערל פריעדמאן פון פרעזידענטשאפט!, ווייסט איינער עס צו קאנפירמען?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2006 20:23 לינק ישיר 

ס'איז נישט מסתבר די מעשה ווייל קיינער האט זיי נישט געהייסן גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2006 20:32 לינק ישיר 

לויט מיין לעצטע אינפארמאציע געפינט זיך דער רבי נאך אין פלארידא, קען זיין אז דער אפעלאט וועט אריבער שיקן געוועזענער ריכטער באראש וואס האט א דירה אין פלארידע [באקומען פון ...] און ער זאל פרעגן דעם רבין למעשה, נישט אום פורים גערעדט, קען אזא זאך נישט זיין 'אוט אוו קאורט' דאס הייסט אזא זאך מוז זיין אפיציעל, און אלע ריכטער מוזן גיין, אדער דארפן מסכים זיין אז איינער פון זיי זאל גיין און נאכמער ניכטער גערעדט, איז דאס אינגאנצן נישט פאר זיי דער דיון צו דער רבי האט זינט 2001 ארויסגעווארפן בערל פרידמאן, זיי דארפן דן זיין, אויב דער רבי איז העכער אלעם, און אויב נישט אויב דער רבי האט ארויסגעווארפן בערל ביז 2001 און אויך נאר וואס עס שטייט אין די צעטלך וואס מען האט אריינגעגעבן און די רעדעס וואס זענען געזאגט געווארן ביז דעצעמבער 2 2005 אבער ווען די אהרונים זענען שיכור פון פרייד, און די זאליס זענען שיכור פון צרות און ליידן און פיין, ווער קען רעדן ניכטער און ווער קען פארשטיין איינער וואס איז נישט שיכור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2006 20:37 לינק ישיר 

ליידער בעוונותינו הרבים קען דאס נישט געשעהן אז דער רבי זאל זאגן פארן ריכטער אז האט ארויסגעווארפן בערלן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2006 21:25 לינק ישיר 

גראדע האב איך געהערט עפעס ענליך, נישט אז זיי האבן גערופן, נאר אז זיי גייען רופן די אפעלאט ריכטער זיך צו טרעפן מיטן רבי'ן.

לכתחילה גייען זיי פרובירן אז נאר מעסטרא זאל קומען, און ער וועט אויך זען - פונקט ווי לעווינטאל - אז דער רבי שאקלט מיטן קאפ און זאגט אז יענקל כהנא איז פרעזידענט.

אויב דאס וועט נישט גיין, וועלן זיי לאדענען אלע פיר ריכטער, און בעטן אז מחמת כבודו פון רבי'ן, אדער צוליב זיין געזונט צושטאנד, אדער פאר סיי וועלכע סיבה, זאל יעדער ריכטער קומען באזונדער, דערנאך וועלן זיך די ריכטער מינימום סותר זיין, און פון דארט האבן זיי שוין א שאנס ארויס.

ונזכה ונחיה ונראה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אפעלאט ריכטער ביים רעבין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext