| נשלח ב-22/2/2006 02:12 |
|
| |
מוחה אויף עטרת חי'
און ביהמ"ד איז געווען די צעטל אופרוף צו שובו! און די צייט וואס איר מאכט בעלי תשובה מאכט איר פון אונז בעלי עבירה איר ברענגט אהער אלץ אורח הכבוד אורי לופלאנסקי דער ראש העיר פון ירושלים וועלכער שטעלט זיך אהער מיט זיין פרומען פרצוף, און אין די זעלבע צייט איז ער דער וואס איז מחזק אלע תועבות אין ירושלים עיה"ק ער האט מטמא געווען ירושלים פיל מער ווי זיינע פארגייער די אפענע עוכרי ישראל האבן געטוהן, ער האט צוגעשטעלט א שרעקליך אויסגעלאסענע פאראדע אין הארץ פון ירושלים, ער שיקט זיינע פאליצאנטן שלאגן ערליכע אידן ווען זיי זענען מוחה אויף פירצות, ער נעמט מיידלעך פון שירות לאומי פאר זיין "יד שרה", ער איז א חלק פון די מרכבה הטמאה די ציוניסטישע מדינה, .בושה תכסה פנינו אז א סאטמארער זאל האט געגעבן דעם זאל פאר דעם צוועק ביז דא איז די צעטל די זאל איז עטרת חי' עס גייט זיין זינטאג גרייט'ס ענק אויף א פארטעסט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 02:15 |
|
| |
גלייכצייטיג וועט אויך פארקומען א פראטעסט פארנט פון דעם פריצות'דיגן זאל "עטרת אברהם", וואו ר' אליעזר חיים בלום וועט אויפטרעטן מיט הארציגע דברי מחאה, היתכן א געוויסער ציבור ערלויבט א יחיד צו האלטן דעם זאל אזוי הפקר און געמיין, טראץ וואס מען האט שוין געשריבן קאנטראקט מיט דעם יחיד, וואלט מען געדארפט איינהאלטן דעם אלט באקאנטן יהרג ואל יעבור און ברעכן דעם קאנטראקט !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 02:37 |
|
| |
בא ללמד
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 03:02 |
|
| |
ביי ביידע איז דער תירוץ "קאנטראקט", "ארויסגעדינגען", אד"ג.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 03:07 |
|
| |
בא ללמד
דא ביסטו שוין אביסל קינדעריש....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 04:26 |
|
| |
איך בין גארנישט קינדעריש, איך מיין עס באמת ערנסט.
איך בארעכטיג נישט די מעשה, און איך נעם נישט די רעכט אריינצורעדן ווי לאנג איך הער נישט אקוראט וואס עס גייט פאר.
אבער איך בין זיך משער אז דארט האט די ארגאניזאציע ארויסגענומען דעם זאל, און מ'האט עס זיי גערן פארדינגען, פונקט ווי מ'פארדינגט עס פאר די זאליס און אלע אנדערע שווארצע יאר, ערשט שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז מען רופט אויך דעם רשע ומשוקץ לופליאנסקי. איך ווייס נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון ווען מען ווייסט עס פון פאראויס (און מעגליך אז מען האט טאקע יא געוואוסט), אבער ברעכן א קאנטראקט קען מען זיכער נישט.
אלזא, וואס בלייבט איבער צו טון ?! מאכן א פראטעסט פאר וועמען עס פארדינגט זיין זאל פאר סיי וועלכע ארגאניזאציע אין דער וועלט און מער קען ער נישט ברעכן קיין קאנטראקט ?! אויב אזוי איז עטרת אברהם אסאך פריער אויף די ליסטע !
און אקוראט דאס האב איך געזאגט, און איך נעם נישט אראפ גארנישט פון מיינע ווערטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 07:30 |
|
| |
אין מיינע אויגן איז קיינס נישט גערעכט, א קאנטראקט איז נישט קיין תירוץ אויף צו בארעכטיגן השחתה. אבער איך פארשטיי א שטארקע חילוק פון אריינלאזן איינעם וואס איז "פאר זיך" שלעכט אין א זאל אין בארא פארק, ביז אריינלאזן שעדליכע עלעמענטן וועלכע רייצן "יענעם" אין א זאל אין וויליאמסבורג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 09:39 |
|
| |
ערשטענס, די הפגנה דארף דארטען פארקומען קעגען לופוליאנבקי, אפשר צוגעלייגט די זאל אבער ער
איז דער עיקר ציל.
צווייטענס, שוין געווען א סאך מאל וואס מ'האט געבראכען קאנטראקט ווען זיי האבען געברענגט א
קאנטראווערסיעאלער פיגור וואס קען שאדען פאר די נאמען פון די פלאץ. וואס וואלסט דו געזאגט
ווען זיי ברענגען א ניאו נאצי?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 17:20 |
|
| |
wow wassa_diff
אורי לופלאנסקי = ניאו נאצי
בארואיג דיך
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 18:34 |
|
| |
verbeenich
איך האב נישט געמיינט צו באליידיגען די ניאו נאצי. (כאטש דו דארפסט זיך נישט אננעמען פאר עם).
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 19:07 |
|
| |
מיאנכי
ער איז א נאצי ווייל ער (דורך די פאליציי וואס אין מדינת ישראל איז נישט אונטערן מעיאר - אבער גיי ווייס) האט געמאכט א רייאט אין דעם סאטמארע שוהל אין ירושלים. און מהומות קלעפ און שלעק אין א סאטמארע שוהל איז דאך לא יאומן כי יסופר!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 20:03 |
|
| |
וואסא ,*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
פאלג מיך א גאנג
פון א עוקר כל התורה כולו א מעמד צלם בהיכל השם (מיטן פולסטן זין פונעם ווארט) דורך דעם וואס מ'האט אונטער זיין פירערשאפט אריינגעברענגט די מואס'טע תועבה פארשטעלונג בפלטרין של מלך,
איז ער סך הכל א ירבעם בן נבט ווייל ער איז א חוטא ומחטיא
אבער נאצי ?
ס'איז געווארן א גרינגשעצונג ביי אסאך צו שרייען נאצי אויף וואס אימער ס'איז נישט ריכטיג.
איך מיין זיך נישט אהנצונעמען פאר דעם רשע
אין מיט דיין מיינונג בין איך אויך איינשטימיג
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 20:46 |
|
| |
"סך הכל" א ירבעם בן נבט?! אונז זיינען דאך אידען מאמינים און אין גמרא שטייט גדול המחטיאו
יותר מן ההורגו.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 21:39 |
|
| |
וואסא.
אן אריינצוגיין אינעם פלפול פון לופליאנסקי/נעא נאצי, וואו דו ביזט לכאורה גערעכט, ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, כאטש עס לאזט זיך מפלפל זיין אין די ראנגען, אבער נישט דאס ציל איך יעצט.
אפשר פארשאפסטו מיר א ליסטע פון די "פילע מסיבות" וועלכע זענען אפגעשאפן געווארן צוליב דעם אויפטריט פון קאנטראווערסיעלע פיגורן ?!
איך וועל זיך באגנוגנען מיט דריי מסיבות...
אפשר מיינסטו די מסיבות "קיום התורה" וואס איז דארט פארגעקומען מערערע מאל דורך די זאליס ?!
אפשר מיינסטו די מסיבה פארן מיידל קעמפ פון רח"ד כ"ץ וואס איז פארגעקומען דארט, וואס דער גאנצער מיידל קעמפ איז געפפענט געווארן צו שטעכן ר' אהרן וועלץ ?!
אפשר מיינסטו די אסיפה וואס איז פאררופן געווארן דורך יעקב בערקאוויטש, מיטן אפענעם ציל ארויסצעווארפן ר' אהרן וועלץ פון די הנהלת המוסדות ?!
סך הכל:
דער זאל איז פארדינגען פאר די וויינשטאק ברידער, און ר' אהרן וועלץ קען קוים אריינרעדן איבער וועלכע מסיבה עס זאל דארט יא אדער נישט פארקומען. עאכו"כ ווען עס איז שוין געשריבן געווארן קאנטראקט, איז נאך קיינמאל נישט געבראכן געווארן צוליב קאנטראווערסיע.
די איינציגע אסיפות וואס קענען דארט נישט פארקומען, זענען אסיפות לטובת די רובאשקין פלייש...
אויב פראטעסטירן, דארף מען מאכן א פראטעסט אקעגן די זאליס וואס נעמען א מיליאן דאלער פון די וויינשטאק ברידער פאר די נייע קווינס ישיבה, וואס די געלט קומט פון אזא טמא'נע מסיבה וואו לופליאנסקי גייט אויפטרעטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 22:32 |
|
| |
בא ללמד
אויב באקומען געלט פון די וויינשטאקס איז אן עבירה באקומט אהרן וועלץ נאך אזויפיעל געלט פון זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 22:38 |
|
| |
אהרן וועלץ איז במילא א שגץ, א הולך בערכאות, ער עסט פיצא, און ער רייכערט. אבער די זאליס זענען דאך קדשי קדשים, נקי משמץ פסול, קיינמאל קיין עבירות אין לעבן נישט געטון, ווי קומט צו זיי אזעלכע טמא'נע געלטער ?!
|
|
|
|
|