3) ניין מציצה בפה איז נישט קיין שום סכנה בכלל כלל לא! נאר מיר געבען נישט ארויס דעם מוהל'ס נאמען ווייל די סיטי מאכט אן עלילת דם, סתם זיי קריכען אויף אונזערע נערווען. היה לא תהיה!
3) די מאמע איז שולדיג אין די סיטי מוז אפילו נישט מאכען א טעסט אויף דעם מוהל דאס פעסט צו שטעלען ווייל ר' איצא גליק זאגט אז ער זיכער עס קומט פון די מאמע. [איי עס איז נישט דא קיין שום פאל אויפען רעקארד פון א מאמע וואס האט געגעבן ORAL הערפיס פאר איר קינד - מיר האבען אנ אנדערע מיינונג אין מ'טאר זיך נישט מישען אין אונזער רעלגיע]
וועלעכע פון די תורות וועלען די חכמי המציצה איבערגעבען פאר די מידיא און וועלעכע פון די ענטפערס וועט נישט אויף רייצען די קעגענער פון מציצה בפה מיט נאך מער כעס אויף אונז
please tell me how is this going to work in helping to preserve our way?
נשלח ב-22/2/2006 21:44
זייער פשוט.
ר'משה דוד נידערמאן וועט לויפען צו די מידיא און פארשפרייטען אפאר ליגענט'ס. ער וועט זאגען אז ס'איז יעצט נאכט. און אז מען מאכט א יאר מציצה בפה פאר הונדערט טויזענט קינדער.
אפשר קען איינער זאגען פון ווי מען נעמט דאס אז די מאמע האט געהאט הערפיס?
איך זאג נישט אז נישט. אבער ביי פישער איז דאס געווען א ארויסגעזויגטע ליגענט פון פינגער - אז די מאמע האט געהאט הערפיס. און דער קאמישאנער ווייסט אז מען פארשפרייט ליגענט במזיד און ער איז זייער בייז דערוועגן.
נשלח ב-22/2/2006 21:44
סתם פאר אינפארמאציע
א גלח וכדומה להבדיל מוז נישט פארציילען וואס א מתפלל זיינע האט זיך מתוודה געוועהן פאר איהם פריוואט דאס איז א פריווליגע פון דעם געזעץ נישט פון דעם קאנסטיטוציע.
דא רעדט מען נישט פון א קרימינאל נישט פון א וידוי נישט פון פריוואט דער ברית איז געוועהן א פאבליק זאך ער איז פשוט אן עדות וואס מוז רעדען
מ'האנדלט נישט דא פון מאכען דעם מוהל א קרימינאל העכסטענס רעדט מען דא פון אסר'ן איהם א יחיד צו מאכען מציצה בפה און קיין שום מענש אין אמערקע האט נישט קיין "רעכט" מצד דעם קאנסטיטוציע צו מאכען א רעליגעזע זאך אויף א "צווייטען" דהיינו דאס קינד וואס איז א סכנה או ספק סכנה או ספק ספיקא אחד מיני מיליון די שטאט קען דאס אסר'ן
פשוט מ'לעבט דא מיט חלומות שוא משאות ומדיחים
נשלח ב-22/2/2006 21:50
יוחי.
איך מוז דיר זאגן אז דו האסט זייער שטארקע טענות, און טייל פון זיי קען איך נישט אפווענדן.
אבער איף האף, און איך גלייב, אז די אלע זאכן זענען געהעריג אויסגעארבעט דורך אדוואקאטן און דאקטוירים.
ר' משולם פאלאטשעק איז דער לעצטער מענטש אין וויליאמסבורג וועמען מען קען באשולדיגן אין סאטמארע פאנאטיזם... כיל"ח.
און אז אזא סארט מענטש ווי ער, וואס אויסער זיין גאונות איז ער אויסערגעווענליך א פראקטישער מענטש, א חכם און א מתון, אנערקענט אז מ'טאר נישט ארויסגעבן דעם נאמען, גלויב איך אז "יש דברים בגו".
און לאמיר אננעמען די טעמע פון א צווייטן קוק-ווינקל.
אויב איז דער מוהל יא שולדיג, צי דראען אים נישט קיין קלאגעס מצד די סיטי ?! איז נישט דאס אויסזאגן דעם נאמען פארבינדן א קאפיטשקע מיט "מסירה", וואס דאן קומען די אלע P.R. חשבונות נישט אריין אין בילד ?!
די גאנצע זאך וואס ער וויל איז די נאמען פונעם מוהל.
נאר אויב גלייבט מען אז עס איז שעת השמד - וואס דאס קומט דאכט זיך מיר נישט צו ווייט פון פאנאטיזעם - מוז מען זיך דאך מוסר נפש זיין.
.
נשלח ב-22/2/2006 22:19
אנטשולדיג מיר
ר' משולם קען איך און די ביסט גערעכט אז ער איז א מתון ונבון אבל לבו אינו ברשותו. דער קאמפף איז נישט אין זיין האנט.
יא די שאלה איז נורא ואיום. אבער איין זאך איז קלאר אז עס האנדלט זיך נישט בכלל פון מסירה כפשוטו ווייל אויפען מוהל דראט נישט קיין שום שטראף בכלל!
לאמיר אביסל צוריק גיין . די קנאים\משוגעים האבען פארלאנגט 100% באווייז אז מציצה איז א סכנה. דער כלל ביי רפואה איז דאך מצד דעם געזעץ און אויך מצד דער הלכה פונקט פארקערט, אז אפילו א שוואכע ספק איז דוחה הכל.
ווייל די סיטי קען נישט באווייזען אויף 100% אז ער איז "קרימינאליש" שולדיג. דאס איז פשוט און די וואס דרייען אריין אנדערש דעם אישו איז נאר צו פארדרייען דעם אמת וואס דא גייט פאר.
מ'רעדט דא פון צוויי ברירות אדער 1) פארבאטען דעם יחיד מוהל פון צומאכען מציצה בפה 2) אדער דורך זיך ווידער שטעלען קעגען דעם קאמיש אז ער זאל אסר'ן מציצה בכלל און דער "ווילדע" ווידערשטאנט וועט גורם זיין א געוואלדיגע חילול השם און א איסור גורף מצד דעם קאמיש. אויף מציצה און נאך אים דער גאנצער וועלט וואס קוקט וואס מ'טוט אין ניו יארק בענין המציצה בפה
PICK YOU CHOICE BUT U GOT ONLY 2 CHOICES
תוקן על ידי - yohcee718 - 22/02/2006 22:20:21
נשלח ב-22/2/2006 22:28
דע מעשה ציעט זיך שוין צוויי חדשים ס'האט געדארפט זיין א גרויסע סוד, דאס קינד איז שוין לאנג אינדערהיים געזונט און פריש ב"ה דער אייבישטער זאל העלפען ווייטער, די איינציגע זאך איז יעצט נצחון*:namespace prefix = o />
יוסי,
ביטע לייג צו א נומבער 5
5) דער דאקטאר זאגט אז די מאמע איז שולדיג.
און דער דאקטאר איז דא אין איז גרייט צו testify פאר די מאמע, די שטאט איז אבער נישט אינטערעסירט און דעם.
אין בד"א ר' משולם איז ניטאמאל געווען ביים ברית ער איז נישט מער ווי א pastor וואס האט גע'עצהט די פרוי רעליגיעזע עצות,
ער איז נישט דא קיין עדות!
ווערט'ס געוואר די פאקטן פאר עטס שרייבטס
יא ס'איז זייער הייס אבער שפרינגטס נישט ארויס פון די הויט פאר עטס וויסטס וואס דא האט פאסירט. עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו דער מוהל איז שולדיג צו נישט
ס'איז א שאלה צו מ'קען מאכן ר' משולם רעדן צו נישט!
תוקן על ידי - כל_העולם - 22/02/2006 22:40:18
נשלח ב-22/2/2006 22:47
מיאנכי
צוויי זאכען
1) קיין שום דאקטאר איז נישט דא אין וואס קען דאס זאגען אהן נעמען א טעסט פון ביידע סיי דער מוהל סיי דער מאמע. און סייענס איז דא א כלל גודל פון you have to rule out all other possibilties און אויב דער דאקטאר האט נישט געמאכט קיין DNA טעסט אויף דעם מוהל'ס הערפיס איז אלס וואס די זאגסט חספא בעלמא בעיני הגעזעץ
2) צי ר' משולם איז דארט געוועהן וועל איך שווייגען... טו פאר וואס אבער גייט ער נישט עדות זאגען אז ער איז נישט דארט געוועהן..
די דרייסט אוועק דעם עיקר אישו. און דאס איז כדלהלן:
איך בין אויך אביסל באהאוונט אין די פרטים, און ר' משולם איז בכלל נישט געווען ביים ברית. לפחות קען קיינער נישט אויפווייזן אז יא.
יוחי.
איך וועל נישט איבערחזר'ן אונזער אלטן ויכוח בנוגע דעם צוגאנג אין די טעמע, איך בין פארט נישט גענצליך אויסגעקאכט אין אלע פרטי פרטים, און בפרט אין די יעצטיגע פרשה ברענגסטו לכאורה ארויף עטליכע גאנץ גוטע טענות וואס איך קען נישט אוועקמאכן.
אין מיינע אויגן, און איך שטעל זיך פאר אז קיינער איז נישט מחולק, איז דאס בלויז דער אנהייב, עס גייען אנהייבן קומען סובפינעס רעכט'ס און לינקס, טאג נאך טאג. אויב האט טענדלער ימ"ש געקענט זאגן אז מ'קען האבן "לערנינג דיסעביליטיס" יארן שפעטער אין רעזולטאט פון מציצה בפה, איז זיכער אז זיי וועלן זיך ארויפכאפן אויף יעדע קלייניגקייט.
עס איז שטארק מעגליך אז דאס איז דער מאטיוו פון די עסקנים, אפצושטעלן באצייטנ'ס דעם געיעג נאך אומשולדיגע עלטערן, וואס לכאורה וועט די סיטי נישט קענען צופיל ציען די פינגער מיט צופיל רבנים, כאטש יעצט פרובירן זיי צו ווייזן שטארקייט.
ס'איז אמת אז די פרעסע וועט עס אראפמאלן ווי צוריקגעבליבענע בארבארן, אבער נאך אלעם וועט זיין זייער שווער פאר די רעגירונג צו סבופינען אלע רבנים אין ניו יארק.
מעגליך אז דאס איז די סיבה. איך ווייס נישט.
איין זאך בין איך יא איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט, ר' משולם פאלאטשעק וועט נישט גיין זיצן קיין איין טאג פאר הערשל קלאר, און ניטאמאל פאר נידערמאן...
אויב ער רייסט זיך איין מיט די רעגירונג, האט דאס א שטארקן באזיס, וואס ?! איך ווייס נישט !
נשלח ב-22/2/2006 23:03
יוסי די מאמע האט געהאט הערפיס בשעת דאס קינד האט דאס באקומען.
איך דריי נישט אוועק די אישו וייל די אישו איז צו מ'קען מאכען ר' משולם רעדען.
די מאמע האט געהאט הערפיס אין געזייגט דאס קינד דאס קינד איז ב"ה געזינט אלעס איז ב"ה אינדערארדענונג
די מאמע האט געפרעגט פונעם NURSE למאי נפקא מינא ווער עס איז געווען דער מוהל? זי האט געפרעגט די זעלבע קשיא פון די AGENCY ס'איז געווען נאכדעם וואס דער דאקטאר האט געזאגט אז די סארט הערפיס קומען געווענליך פון די מאמע און דא האט עס די מאמע געהאט.
ר' משולם איז דא נישט געווען מער ווי א רב א רעליגיעזער יועץ
מ'קען נישט אלעמאהל קוקען וואס CLYDE HABERMEN גייט שרייבן אין NYT