בית פורומים כל העולם כולו

ר' משולם פאלאטשעק "סובפינע" - מציצה בפה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2006 17:01 לינק ישיר 
ר' משולם פאלאטשעק "סובפינע" - מציצה בפה

ר' משולם פאלאטשעק האט באקומען א סובפינע אין קארט אויף די וואך דאנערשטיג.

די מעשה גייט ווי פאלגענד:

א נייע קעיס פון הערפיס איז אנטדעקט געווארען אין וויליאמסבורג. די סיטי וויל וויסען ווער דער מוהל איז. די עלטערן האבען נישט געוואלט קא-אפערירען מיט די אינוועסטיגעישאן און האבען נישט געוואלט אויסזאגען ווער דער מוהל איז.
(אפילו נישט אויב פישער איז געווען מוהל אדער נישט. הגם ער איז נישט געווען)

אבער אזויפיל האבען זיי געזאגט אז זיי האבען א ראביי און ער הייסט ר' משולם פאללאטשטעק. האט די סיטי געלאזט רופען ר' משולם אבער נישט וועלנדיג קאאפערירען - האבען זיי אים געשיקט א סובפינע.

ר' משולם זאגט אז ער איז גרייט צו קיין זיצען אין תפיסה - אבער ער גייט נישט קאאפערירען.


---------


איינע פון די תלמידי בעל שם זענען אמאל געווען אויפן וועג צום הייליגען מגיד אויף יו"ט סוכות. אויפן וועג האט ער דערזעהן א איד וויינט. שטעלט ער זיך אפ און פרעגט -פארוואס וויינסטו? ענטפערט ער אז ער דארף חתונה מאכען און כסף מנין. האט ער זיך מרחם געווען און אוועקגעגעבן זיין גאנצע געלט וואס ער האט אנגעגרייט צו קויפן א אתרוג אויף יו"ט,  און אויך די גאנצע הוצאות הדרך - וויאויך זיין פערד און וואגען. נו, אזויווי ער האט נישט קיין געלט צופארען ווייטער האט ער זיך אויסגעדרייט און צירוק אהיים געגאנגען.

סוכות . די נענועים ביים הייליגען מגיד - ווער וויל דען נישט זעהן דעם מגיד שאקלען לולב?. אימיטען די נענועים האט זיך דער מגיד צושמייכעלט.  אויף די תמיה פון די תלמידים פארוואס ער שמייכעלט - האט ער מסביר געווען אז - ער האט געזעהן אין הימעל וויאזוי גאנץ כלל ישראל שאקעלט לולב, און פלוצלונג דערזעהט ער דארט זיין תלמיד מיט א פערד און וואגען אנשטאט א אתרוג....

איך גלייב אויב האט ער געקענט זעהן בהווה האט ער אויך געקענט זעהן בעתיד.עס קען זיין אז ער האט אויך געזעהן וויאזוי ר' משולם זיצט און תפיסה פאר א נארישקייט נאר ער האט זיך פשוט געשעמט צו זאגען....

------

און וואס זאגט אגודת ישראל?

עס וועט אים גארנישט העלפען צום סוף וועט מען מוזען רעדן.

די אלע זאכען העלפען נישט ארויס פאר די מערכה פאר מציצה בפה. עס שטערט נאר!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 18:01 לינק ישיר 


שלום לכם

די מעשה איז שוין באלד צוויי חדשים אלט
דא האסטו א לינק ווי איך האב מרמז געווען איבער די אנטוויקלונג פון די מעשה

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=7&topic_id=1744420

עס איז נישט אינגאנצען  ווי די פארציילסט עס, ס'איז זייער גרינג יענעם צו באשולדיגען מיט

Negligence

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 19:03 לינק ישיר 

ווער בין איך

די מעשה איז זייער זייער הייס

ממקורות נאמנים הער איך אז דער קעיס איז EXPLOSIVE

לפי [let me put it this way] די וואס האלטן אז confrontation מיט סיטי האל מאכט די מצב א סאך ארגער כפלי כפלים.

דהיינו דא האבען מיר א קעיס פון נאך אמאל מ'זוכט צו שוצען א געוויסען מוהל. אבער דאס איז נאר א חלק.

לאמיר טראכטען איין מינוט ווי אזוי דער קעיס פון דעם RABBI -וואס וויל נישט זאגען ווער דער מוהל איז- וועט זיך אויס שפילען אין די מידיא, און וואס פארא עפעקט דאס וועט האבען אויף דער מערכה צו שוצען מציצה בפה איבער דער גאנצער וועלט.

פאר דעם געווענליכער גוי וועט אויס קוקען אז דער ראביי איז -פשוט און גרוד איז אן אכזר- וואס שטערט מעדיקאלע פארשונג, און די "ויצעקו" מצד דאקטוירים מצד די צייטונגען וועט דאך ווערען שארפער אין שארפער. און אז מיר ULTRA ORTHODOX זענען פאנאטיקער וואס גייט זיי נישט אהן זייערע קינדער און ענדערש גייען זיי אין JAIL ווי צו העלפען דעם גאווערמענט צו שוצען קליינע קינדער.

מיר ווערן געפירט צום ברעג פון א טיפער טונקעלער טאל ווי מיר אלע ווערען אריינגעפירט אפילו די וואס האלטען אז דער וועג איז נאריש און איז מסכן מציצה בפה בכל העולם! שומו שמים!!! ווי אהין פירט מען אונז?

דאך זענען די משוגעים אונזער פירערס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 19:12 לינק ישיר 

וויפיל וואלט זיך דער שטיף ראביי געלאזט קאסטן
אז מ'זאל אים שיקן א סובפינע?

וויפיל וואלט דער איד פול געווען אז מ'רופט רח"ל דעם העלדישן רב ר' זלמן לייב אין געריכט צוליב א הייליגע מצוה...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2006 20:27 לינק ישיר 

יוסי,
די מעשה מיט ר' משולם איז ווי איך האב דעמאלטס פארציילט
דער דאקטאר האט באשטעטיגט אז די HERPIES קומט פון די מאמע.

ס'איז א מעשה נצחון
ר' משולם טעהנ'ט די קענסט מיך נישט צווינגען.
 און די CITY זאגט איך קען דיך יא צווינגען.

די שאלה איז
לאמיר זאגען אז ר' משולם ווייסט ווער דער מוהל איז.
איז ער מחויב דאס איבער צו געבען? 
איז א גלח מחויב צו גיין איבערגעבען פאר די רעגירונג ווען איינער איז זיך מתוודע פאר עם זיינע עבירות?
גייט מען טאקע דא טשעלענדזען Clergy Privilege ?

איך בין מיט ר' משולם ווייל געבען א Subpoena  פאר א רב איז זייער ווייט געגאנגען מצידם.

אין די אגודה וועט זיך טרעפען זייער אויסגעשפילט אויב שטייען זיי נישט מיט געהעריג אויף אזא זאך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 20:43 לינק ישיר 

די פארשטייסט נישט.

די עלטערן האבען נישט געוואלט קאאפערירען. איין זאך האבען זיי יא געזאגט - אז זיי האבען אלעס געטוהן מיט די "ייעוץ" פון זייער ראביי. אויב אזוי, מיין איך אז די סיטי האט רעכט צופרעגן דעם ראביי ווער איז דער מוהל וועמען ער האט רעקאמענדירט.

Put it this way:

די סיטי האט געהאט צוויי אפציעס.
איינס: גיין מיט די עלטערן בע"כ - ביז זיי וועלן רעדן. ווי צ.ב.ש. אינוועסטיגעישאן'ס אן א ענדע, תפיסה, וכו'. און די שטאט וועט זיך איבערדרייען.

צוויי: צו פרובירען קודם מיט גוטען צו רעדן צום ראביי. און אויב דאס וועט נישט גיין - וועלן זיי זיך הערשט נאכדעם נעמען צו די עלטערן - וואס דאס קוקט יעצט אויס.

The bottom line is:

זיי וועלן רעדן.....!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 21:35 לינק ישיר 

מיאנכי הער אויף מיט דעמאגאגיע

דער אגודה איז מיט ר' משולם איך בין מיט ר' משולם און דער באשעפער איז מיט ר' משולם ...

די צרה איז אז די סיטי איז נישט מיט ר' משולם.

און ווען דאס וועט זיך אונקלאפען מיט די וועלט מידיא איז א זיכערע זאך אז מיר "אלע" וועלען אויס קוקען ווי חיות. וואס וועט זיין אונזער שטעלע?

1) יא דער מוהל איז שולדיג פונקט ווי דער RAPIST איז שולדיג (דהיינו מציצה בפה איז יא א סכנה) אבער מיר האבען א רעכט צו שוצען א קרימינאל פונקט ווי דער גלח קען שוצען

3) ניין מציצה בפה איז נישט קיין שום סכנה בכלל כלל לא! נאר מיר געבען נישט ארויס דעם מוהל'ס נאמען ווייל די סיטי מאכט אן עלילת דם, סתם זיי קריכען אויף אונזערע נערווען. היה לא תהיה!

3) די מאמע איז שולדיג אין די סיטי מוז אפילו נישט מאכען א טעסט אויף דעם מוהל דאס פעסט צו שטעלען ווייל ר' איצא גליק זאגט אז ער זיכער עס קומט פון די מאמע. [איי עס איז נישט דא קיין שום פאל אויפען רעקארד פון א מאמע וואס האט געגעבן ORAL הערפיס פאר איר קינד - מיר האבען אנ אנדערע מיינונג אין מ'טאר זיך נישט מישען אין אונזער רעלגיע]

4) מיר האלטען אז דער קאמישענער איז א רשע און דער ראביי מוז אים נישט ענפערען.

וועלעכע פון די תורות וועלען די חכמי המציצה איבערגעבען פאר די מידיא און וועלעכע פון די ענטפערס וועט נישט אויף רייצען די קעגענער פון מציצה בפה מיט נאך מער כעס אויף אונז

please tell me how is this going to work in helping to preserve our way?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 21:44 לינק ישיר 

זייער פשוט.

ר'משה דוד נידערמאן וועט לויפען צו די מידיא און פארשפרייטען אפאר ליגענט'ס. ער וועט זאגען אז ס'איז יעצט נאכט. און אז מען מאכט א יאר מציצה בפה פאר הונדערט טויזענט קינדער.

אפשר קען איינער זאגען פון ווי מען נעמט דאס אז די מאמע האט געהאט הערפיס?

איך זאג נישט אז נישט. אבער ביי פישער איז דאס געווען א ארויסגעזויגטע ליגענט פון פינגער - אז די מאמע האט געהאט הערפיס. און דער קאמישאנער ווייסט אז מען פארשפרייט ליגענט במזיד און ער איז זייער בייז דערוועגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 21:44 לינק ישיר 

סתם פאר אינפארמאציע

א גלח וכדומה להבדיל מוז נישט פארציילען וואס א מתפלל זיינע האט זיך מתוודה געוועהן פאר איהם פריוואט דאס איז א פריווליגע פון דעם געזעץ נישט פון דעם קאנסטיטוציע.

דא רעדט מען נישט פון א קרימינאל
נישט פון א וידוי
נישט פון פריוואט
דער ברית איז געוועהן א פאבליק זאך
ער איז פשוט אן עדות וואס מוז רעדען

מ'האנדלט נישט דא פון מאכען דעם מוהל א קרימינאל העכסטענס רעדט מען דא פון אסר'ן איהם א יחיד צו מאכען מציצה בפה און קיין שום מענש אין אמערקע האט נישט קיין "רעכט" מצד דעם קאנסטיטוציע צו מאכען א רעליגעזע זאך אויף א "צווייטען" דהיינו דאס קינד וואס איז א סכנה או ספק סכנה או ספק ספיקא אחד מיני מיליון די שטאט קען דאס אסר'ן

פשוט מ'לעבט דא מיט חלומות שוא משאות ומדיחים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 21:50 לינק ישיר 

יוחי.

איך מוז דיר זאגן אז דו האסט זייער שטארקע טענות, און טייל פון זיי קען איך נישט אפווענדן.

אבער איף האף, און איך גלייב, אז די אלע זאכן זענען געהעריג אויסגעארבעט דורך אדוואקאטן און דאקטוירים.

ר' משולם פאלאטשעק איז דער לעצטער מענטש אין וויליאמסבורג וועמען מען קען באשולדיגן אין סאטמארע פאנאטיזם... כיל"ח.

און אז אזא סארט מענטש ווי ער, וואס אויסער זיין גאונות איז ער אויסערגעווענליך א פראקטישער מענטש, א חכם און א מתון, אנערקענט אז מ'טאר נישט ארויסגעבן דעם נאמען, גלויב איך אז "יש דברים בגו".

און לאמיר אננעמען די טעמע פון א צווייטן קוק-ווינקל.

אויב איז דער מוהל יא שולדיג, צי דראען אים נישט קיין קלאגעס מצד די סיטי ?! איז נישט דאס אויסזאגן דעם נאמען פארבינדן א קאפיטשקע מיט "מסירה", וואס דאן קומען די אלע P.R. חשבונות נישט אריין אין בילד ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:06 לינק ישיר 

דער קאמישאנער האט נישט קיין קלאגעס קעגן מוהל - ווייל מציצה בפה איז לעת עתה נישט פארבאטען.
ער האט קיין מאל נישט געזאגט אז ער גייט אסר'ן דעם מוהל פון מאכען מציצה בפה.

די גאנצע זאך וואס ער וויל איז די נאמען פונעם מוהל.

נאר אויב גלייבט מען אז עס איז שעת השמד - וואס דאס קומט דאכט זיך מיר נישט צו ווייט פון פאנאטיזעם - מוז מען זיך דאך מוסר נפש זיין.

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:19 לינק ישיר 

אנטשולדיג מיר

ר' משולם קען איך און די ביסט גערעכט אז ער איז א מתון ונבון אבל לבו אינו ברשותו. דער קאמפף איז נישט אין זיין האנט.

יא די שאלה איז נורא ואיום. אבער איין זאך איז קלאר אז עס האנדלט זיך נישט בכלל פון מסירה כפשוטו ווייל אויפען מוהל דראט נישט קיין שום שטראף בכלל!

לאמיר אביסל צוריק גיין . די קנאים\משוגעים האבען פארלאנגט 100% באווייז אז מציצה איז א סכנה. דער כלל ביי רפואה איז דאך מצד דעם געזעץ און אויך מצד דער הלכה פונקט פארקערט, אז אפילו א שוואכע ספק איז דוחה הכל.

אבער אויב מ'רעדט פון "שטראפען" דעם מוהל איז דאס אומעגליך לויט דעם געזעץ!

ווייל די סיטי קען נישט באווייזען אויף 100% אז ער איז "קרימינאליש" שולדיג. דאס איז פשוט און די וואס דרייען אריין אנדערש דעם אישו איז נאר צו פארדרייען דעם אמת וואס דא גייט פאר.

מ'רעדט דא פון צוויי ברירות אדער 1) פארבאטען דעם יחיד מוהל פון צומאכען מציצה בפה 2) אדער דורך זיך ווידער שטעלען קעגען דעם קאמיש אז ער זאל אסר'ן מציצה בכלל און דער "ווילדע" ווידערשטאנט וועט גורם זיין א געוואלדיגע חילול השם און א איסור גורף מצד דעם קאמיש. אויף מציצה און נאך אים דער גאנצער וועלט וואס קוקט וואס מ'טוט אין ניו יארק בענין המציצה בפה 

PICK YOU CHOICE BUT U GOT ONLY 2 CHOICES תוקן על ידי - yohcee718 - 22/02/2006 22:20:21



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 22:28 לינק ישיר 

דע מעשה ציעט זיך שוין צוויי חדשים ס'האט געדארפט זיין א גרויסע סוד, דאס קינד איז שוין לאנג אינדערהיים געזונט און פריש ב"ה דער אייבישטער זאל העלפען ווייטער,

די איינציגע זאך איז יעצט נצחון*:namespace prefix = o />



יוסי,

ביטע לייג צו א נומבער 5


5) דער דאקטאר זאגט אז די מאמע איז שולדיג.


און דער דאקטאר איז דא אין איז  גרייט צו testify פאר די מאמע, די שטאט איז אבער נישט אינטערעסירט און דעם.

אין בד"א ר' משולם איז ניטאמאל געווען ביים ברית ער איז נישט מער ווי א pastor  וואס האט גע'עצהט די פרוי רעליגיעזע עצות,


ער איז נישט דא קיין עדות! 


ווערט'ס געוואר די פאקטן פאר עטס שרייבטס


יא ס'איז זייער הייס אבער שפרינגטס נישט ארויס פון די הויט פאר עטס וויסטס וואס דא האט פאסירט.

עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו דער מוהל איז שולדיג צו נישט 
 
ס'איז א שאלה צו מ'קען מאכן ר' משולם רעדן צו נישט!

תוקן על ידי - כל_העולם - 22/02/2006 22:40:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:47 לינק ישיר 

מיאנכי

צוויי זאכען

1) קיין שום דאקטאר איז נישט דא אין וואס קען דאס זאגען אהן נעמען א טעסט פון ביידע סיי דער מוהל סיי דער מאמע. און סייענס איז דא א כלל גודל פון you have to rule out all other possibilties און אויב דער דאקטאר האט נישט געמאכט קיין DNA טעסט אויף דעם מוהל'ס הערפיס איז אלס וואס די זאגסט חספא בעלמא בעיני הגעזעץ


2) צי ר' משולם איז דארט געוועהן וועל איך שווייגען... טו פאר וואס אבער גייט ער נישט עדות זאגען אז ער איז נישט דארט געוועהן..


די דרייסט אוועק דעם עיקר אישו. און דאס איז כדלהלן:

וועט דאס אקעגען שטעלען זיך קעגען דעם העלט קאמיש העלפען דעם מצב אדער ארגער מאכען?

אלע אנדערע טענות ומענות זענען אך למותר!!!!


תוקן על ידי - yohcee718 - 22/02/2006 22:50:50



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 22:52 לינק ישיר 

איך בין אויך אביסל באהאוונט אין די פרטים, און ר' משולם איז בכלל נישט געווען ביים ברית. לפחות קען קיינער נישט אויפווייזן אז יא.

יוחי.

איך וועל נישט איבערחזר'ן אונזער אלטן ויכוח בנוגע דעם צוגאנג אין די טעמע, איך בין פארט נישט גענצליך אויסגעקאכט אין אלע פרטי פרטים, און בפרט אין די יעצטיגע פרשה ברענגסטו לכאורה ארויף עטליכע גאנץ גוטע טענות וואס איך קען נישט אוועקמאכן.

אין מיינע אויגן, און איך שטעל זיך פאר אז קיינער איז נישט מחולק, איז דאס בלויז דער אנהייב, עס גייען אנהייבן קומען סובפינעס רעכט'ס און לינקס, טאג נאך טאג. אויב האט טענדלער ימ"ש געקענט זאגן אז מ'קען האבן "לערנינג דיסעביליטיס" יארן שפעטער אין רעזולטאט פון מציצה בפה, איז זיכער אז זיי וועלן זיך ארויפכאפן אויף יעדע קלייניגקייט.

עס איז שטארק מעגליך אז דאס איז דער מאטיוו פון די עסקנים, אפצושטעלן באצייטנ'ס דעם געיעג נאך אומשולדיגע עלטערן, וואס לכאורה וועט די סיטי נישט קענען צופיל ציען די פינגער מיט צופיל רבנים, כאטש יעצט פרובירן זיי צו ווייזן שטארקייט.

ס'איז אמת אז די פרעסע וועט עס אראפמאלן ווי צוריקגעבליבענע בארבארן, אבער נאך אלעם וועט זיין זייער שווער פאר די רעגירונג צו סבופינען אלע רבנים אין ניו יארק.

מעגליך אז דאס איז די סיבה. איך ווייס נישט.

איין זאך בין איך יא איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט, ר' משולם פאלאטשעק וועט נישט גיין זיצן קיין איין טאג פאר הערשל קלאר, און ניטאמאל פאר נידערמאן...

אויב ער רייסט זיך איין מיט די רעגירונג, האט דאס א שטארקן באזיס, וואס ?! איך ווייס נישט !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 23:03 לינק ישיר 

יוסי די מאמע האט געהאט הערפיס בשעת דאס קינד האט דאס באקומען.

איך דריי נישט אוועק די אישו וייל די אישו איז צו מ'קען מאכען ר' משולם רעדען.

די מאמע האט געהאט הערפיס אין געזייגט דאס קינד
דאס קינד איז ב"ה געזינט
אלעס איז ב"ה אינדערארדענונג

די מאמע האט געפרעגט פונעם NURSE למאי נפקא מינא ווער עס איז געווען דער מוהל?
זי האט געפרעגט די זעלבע קשיא פון די AGENCY
ס'איז געווען נאכדעם וואס דער דאקטאר האט געזאגט אז די סארט הערפיס קומען געווענליך פון די מאמע און דא האט עס די מאמע געהאט.

ר' משולם איז דא נישט געווען  מער ווי א רב א רעליגיעזער יועץ

מ'קען נישט אלעמאהל קוקען וואס CLYDE HABERMEN גייט שרייבן אין NYT





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' משולם פאלאטשעק "סובפינע" - מציצה בפה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext