|
|
| נשלח ב-22/2/2006 23:06 |
|
| |
בא ללמד די זאגסט דברים של טעם
אבער איין זאך וואס דאס האט צו טוהן באמת מיט אונזער נייאיווקייט מיר זענען נישט באקאנט אין עניני עלמא ממילא מאכען מיר און אלע חרדישע אידען פארשידענע השערות וואס רוב מאהל מאכט נישט אויס לכאן או לכאן
למשל א יעדעס חסידיש קינד מיינט אז רוב אידען זענען חסידיש ווייל ווי ער קוקט זעט ער חסידים. זיין וועלטעל איז זייער קליין דאס איז בזעיר אנפין
מיר רעדען זיך איין און פאטשען זיך אין בויך אז מיר זענען גאר וויכטיג דא אין ניו יארק סיטי און מ'האט מורא פון אונז. דאס איז א טייל מאהל אמת דארט ווי אנדערע איינוואוינער פון שטאט האבען נישט קיין אינטערעס לכאן או לכאן
ביי מציצה בפה איז ליידער דא א גאר גרויסע אינטערעסע מצד די פרעססע מצד די מעדיצין געזעלשאפט וכו' וכו' מיר זענען בענין הזה ליידער כקליפת השום בעניהם!! וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו! און ווער פון די גוים, אידען, פרייע, האט נישט ליב אונזער הנהגה, לייגט א פרעשור גדול אויף דעם סיטי אונז צו לערנען א לעקציע.
און ווי פול מער מ'מאכט א טומעל אלס טיפער ווערט אונזער פלאנטער.
איך האב געהערט אז די MEDICAL ESTABLISHMENT איז מלא כעס וחמא אויף דעם קאמישענער פאר זיין "זיידענע" געפירעכץ מיט אונז. מיר האבען נאר איין אפציע במצב הזה
חבו כמעט רגע עד יעבור זעם
נישט דעם היפך מזה.... צו שרייען "רשע" "עלילת דם" וכו וכו'
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 23:25 |
|
| |
יוסי קיינער שרייט נישט רשע עלילות דם מ'שרייט אבער יא אז א רב איז נישט מחויב צו ענטפערען.
מארגען קומט פאר א גרויסע אסיפת הרבנים אין עטרת חיה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 23:50 |
|
| |
מיאנכי
אין די אידישע חסידישע פרעססע שטייט יא "עלילת דם" און אויף פלאקאטען און דער קאמישענער "ווייסט" אז דאס זאגט מען אויף אים.
איך ווייס נישט פארוואס עס איז אזוי שווער פאר דיר צו פארשטיין?
סאיז פשוט נישט קיין שום נפקא מינא צו ר' משולם, די מאמע, די באבע, די שוויגער. איז גערעכט. פאר דעם זאג איך אז דער אישו איז נישט דאס בכלל.
די אישו איז "דער פייט" מיט דעם סיטי בכלל אפילו מ'איז 1000% גערעכט לגבי דעם מוהל. אבער די פראגע איז צו דער "צוגאנג" פון נישט רעדען פון נישט קא-אפערירן מאכט און א שאדען אוים מציצה בפה בכלליות!
און דאס איז ביי מיר א זיכערע זאך מטעמים שהסברתי לעיל אז דער "פייט" פירט אונז אין שאול תחתית למטה מג' טפחים שאין למייטאו העימענו! (בלשון משיח)
איך ווייס פון דעם עטרת חי' מיטינג. עס איז בפירוש נאר פאר בארא פארקער רבנים
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 00:03 |
|
| |
נאר מיט איינטריט קארטליך
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 00:07 |
|
| |
סאיז בפירוש נאר פאר בארא פארקער - פלעטבוש מכל החוגים ימין ושמאל
כדי צו קענען אפזאגען די משוגעים פון וויליבורג.
איינער זאל זאגען פאר ר' ז"ל אז ער זאל CRASH THE MEETING היתכן מ'רעדט פון מציצה און איהם!!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 02:50 |
|
| |
יוחי:
דעס וואס די די זאגסט וועגן אסר'ן דעם מוהל - איז נישט ריכטיג ווי ווייט איך ווייס. אז דער מוהל וועט קענען ווייזען אז ער איז א מוהל צוואנציג יאר למשל - און קיין הערפיס קעיס איז נישט דא אויף אים און-רעקארד - איז נישט מסתבר אים צו אסר'ן, ווייל עס קען זיין א פערצאפאל די הערפיס קעיס.
אבער עס איז זייער פליכט נאכצוגיין איעדע הערפיס קעיס נאך מציצה, ווייל אויב וועט מען טרעפן נאך א קעיס אויף אים בעבר אדער בעתיד וועט דער קאמישאנער יא מוזען שריט קעגן אים - און איך וועל גארנישט ברוגז זיין.
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די אגודה, און איך האב געהערט פון ר' חיים דוד צוויבעל - פאר די חיות האבען זיך אריינגעמישט - אז דער מעיאר האט זיך פארפליכטעט פאר אים "בכתב" אז ער וועט מציצה בפה נישט אסר'ן גענצליך. אבער א מוהל וואס מען וועט טרעפן אויף אים א Pattern פון הערפיס טרענסמישאן וועט ער יא נעמען שריט קעגן אים.
יעצט, וואס פונקטליך א pattern מיינט ווייס איך נישט - עס קען מיינען צוויי מאל און עס קען מיינען דריי מאל - אבער איין מאל מיינט עס נישט. איך גלייב ווען מען וואלט געהאלטען א נארמאלען- א נארמאלען דיאלוג מיטען מעיאר וואלט מען דאס געקענט בייגען. אזוי האט מען געטוהן זעכציג יאר אין אמעריקע.
אבער די לאקאלען דא ווילען איינפירען א נייע וועג וויאזוי מען גייט אום מיט אינסטאנצען. זיי גייען זיי ווייזען קלאר אז זיי זענען אליינס בעל הבית - און אפגעהיטען זאל מען ווערן אויב די אינסטאנצען וועלן וועלן ווייזען אז נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 03:39 |
|
| |
verbineech דעס אז די מאמע האט הערפיס - איז נישט קיין גרויסע נפק"מ.
איינס: ווייל די סיטי האט רעכט אריינצונעמען אין די פיקטשער און פארשען אלע מעגליכקייטען. צוויי: פארגעס נישט אז די סיטי ווייסט נישט קלאר אויף הודערט פראצענט ביי קיין איין קעיס פון וואו דאס קומט. זיי האבען נאנישט קיין קלארען באדייט פארוואס ביי איין מוהל גייט דאס אדורך און ביים צווייטען נישט - הגם ביידע האבען די זעלביגע הערפיס. ממילא לייגען זיי א דגוש אויף די pattern פון די זאך. דהיינו, צוויי מאל ביי איין מאמע איז עס מסתמא פון די מאמע, און צוויי מאל פון איין מוהל -דאנסמאל איז עס דער מוהל. (פארשטייט זיך מיט נאך פאקטארען למשל: דיפלאץ, די צייט, וכו'.)
בא_ללמד
די דארפסט פארשטיין אז די מערכה בגלוי האט שוין אנגעמאכט שאדען אין עס וועט בעתיד אויך מאכען. ר' חיים דוד צוויבעל זאגט אז עס האבען אים שוין געקאלט מוהלים פון אנדערע סטעיט'ס אז מען מאכט זיי שוין טראבעל. סוף כל סוף אז די גאנצע סקאנדאל ווערט דערמאנט איעדע שטיק צייט אין די טיימס - קלונגט עס אפ אין די גאנצע וועלט. נו, צו מיינסטו אז אין די גאנצע וועלט האט די התאחדות הרבנים דעם לעצטען ווארט? צו לייגסטו אויפען געוויכט אז עס איז דא שליחי חב"ד און מוהלים אין יעדן ווינקעל בכל קצווי תבל?
וויאויך דארפסטו וויסען אז: יא! דער קאמישאנער קען אונז גוט צופאכען אויב וויל ער. דער שורת הדין פונעם געזעץ זאגט אז ער דארף די זאך אסר'ן. ער דארף פראטעקטען אינפענטס וואס קענען זיך נישט אליינ'ס העלפען. ער קען נישט לאזען עלטערן טוהן ווא זיי ווילען אונטער דעם שוץ פון רעליגיע.די טיימס מיט די פאוסט שטורמען: היתכן? פארוואס האסטו נאכנישט גע'אסר'ט? - און דער פרייער איד , דער מאדערן ארטאדאקס, די דאקטורים און די סתם שונאי ישראל, זאגען די זעלבע זאך. ממילא זיי קענען די זאך גענצליך אפ'אסר'ן און נאכדעם וועט עס זיי א קריים - און עלטערען וועלן קענען אנגעקלאגט ווערן פארן איבערגעבן פארען מוהל צו מאכען מציצה בפה. זיי קענען נאכדעם האבען א פשוטע עצה " Child abuse" זיי קענען צונעמען די איבעריגע קינדער פון דערהיים. גענוג?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 03:59 |
|
| |
איינער האט מיר געזיקט א גאנצע טוץ בריווען צווישען חיים דוד צוויבל פון אגודה אין טאמעס פרידען דער קאמישינער.
איך וועל עס ליינען און זען וואס ער האט צו פארקויפען.
יוסי האסט עס געליינט?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 04:14 |
|
| |
עפשטיין
אז די רעדסט שוין פון די בריווען, די בריווען זענען זייער שיין און אינטרעסאנט. מען זעהט דערפון צוויי וויכטיגע נקודות. איינס: אז אגודה האט שווער געארבעט פאר מציצה בפה, עטליכע מיטינג'ס מיטען מעיאר אונעם קאמישאנער דערוועגען.
צוויי: זעהט מען דארט אז דעס אז אגודת ישראל האט נישט געוואלט העלפען הרב פישער איז ליגענט .
ר' חיים דוד צוויבעל שרייבט דריי בריווען צום מעיאר און צו פרידען זיך אננעמענדיג פאר פישער. ער שרייבט גאנץ שארף פאר פרידען, און אויך געהאט מיטינג'ס מיט אים וועגן פישער.
ניין. ער האט נישט געהאלטען אז מען קען זאגען פאר די סיטי סטאפ די אינוועסטיגעישאן. ער האט נישט געהאלטען אז מען קען זאגען פארען קאמישאנער אז זיין מיינונג איז קיין מיינונג נישט -נוסח התאחדות. ווייל סוף סוף די ראיות זייערע האבען א שטארקען באסיס. און אז דער קאמישענער האט מחליט געווען זיך סומך צו זיין אויף די ראיות וועסטו גארנישט קענען טוהן ווילאנג די האסט נישט קראנטע אנדערע באווייזען.
אבער ער האט געפייט אז פישער זאל יא האבען א יושר'דיגע אינוועסטיגעישאן.
איך האב געהערט קלאר פון זיין מויל און עס איז וויכטיג איבערצו'חזר'ן אז דער מעיאר האט זיך פארפליכטעט בכתב נישט צו אסר'ן מציצה בפה, פאר מען האט אנגעהויבען די ווילדע מערכה. קומט אויס אז די גאנצע וואס מיר שלאגען זיך דא איז וועגן דעם "פופציגער" וואס פישער וואלט געדארפט אראפגעבן מהיום והלאה פאר א צווייטען זאל מוצץ זיין - אזויווי דער מוהל וואס האט גע'סטאפט מאכען מציצה פאר פופצען יאר צירוק -.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 04:16 |
|
| |
קערי
וואס די זאגסט איבער דעם מוהל פון 20 יאהר איז א געפעליכער טעות וואס איז אויך גורם מסוכן'דיגע סברות ואס דרייען זיך ארום ביים היימישען עולם.
לפי דער NY סיטי העלט קאמיש האט רב פישער אינפעקטעט די קינדער. און ער טענה'ט אז מ'קען אים נישט אפילו אפווענדען בשום אופן אז עס קען זיין די קינדער האבען עס באקומען אויף אנאנדערע אופן.
ער איז אויך געוועהן א מוהל פון אלפי בריתות. איבער 20 יאר. דער תירוץ איז חספא בעלמא פארגעס פון דעם.
דאקטוירים ווייסען נישט פארוואס איין מוהל איז מעביר הערפיס צום קינד און דער צווייטער מוהל וואס האט אויך הערפיס איז נישט מעביר הערפיס צום קינד.
וואס זיי ווייסען יא, איז אז די קינדער וואס האבען יא הערפיס במקום המילה טרעפט מען דאס כמעט 1000% אך ורק נאר ביי קינדער וואס האבען געהאט מציצה בפה. דאס איז א פאקט!
והראיה מאמעס געבען נישט "דער סארט" הערפיס פאר מיידליך און מזעט נישט "דער סארט" הערפיס ביי אינגעלעך וואס האבען נישט געהאט קיין מציצה בפה.
דאס איז וואס דער קאמישענער זאגט אין מיר האבען נישט קיין דאקטאר וואס וויל שרייבען אז ער האלט אז די פאקטען זענען נישט ריכטיג.
עס קען זיין אז לפי הלכה וויבאלד עס איז אזא מיעוט וואס דאס געשעהט מוז מען נאך אלץ מאכען מציצה בפה אבער דאס מיינט נישט אז דאקטוירים דארפען מסכים זיין מיט אהן נעמען אפילו א סכנה רחוקה מאוד. פאר זיי איז א סכנה אפילו די קלענסטע נישט כדי, אויב עס איז נאר כדי צו טוהן א רעליגעזע אקט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 01:53 |
|
| |
ר' משולם פאלאטשעק פארציילט:
איך האב באקומען א פאון-קאל פונעם מעיאר זעלבסט, און איך האב אים געזאגט:
אויב ווילסטו וויסען צו איך בין געווען די מוהל - איז די תשובה: ניין.
אבער אויב ווילסטו פון מיר וויסען ווער דער מוהל איז געווען - וועל איך דיר בשום אופן נישט אויסזאגען. איך בין גרייט צו גיין אין תפיסה - אבער איך וועל נישט רעדן.
איך גלייב נישט אז די ווילסט מיך איינזעצען - ווייל דא איז ניו יארק נישט רוסלאנד. און אלעס וועט זיך איבערדרייען אז מען זעצט איין א רעליגיעזער פירער.
איך בין גרייט צו פייטען מיט דיר מעדיקאל, פאליטיקעל, און סטאטיסטיקעל. עכ"ד. --------- עס איז א צער און א ווייטאג צו זעהן וויאזוי היימישע אידען ווילען אויפרעגן די אינסטאנצען, מיינענדיג אז מיט א קאנפראנטעישאן וועט מען געווינען.
עסקנים און פארפירער איר זענט אין ניו יארק און נישט אין איראן.
דא האט דער געזעץ די לעצטע ווארט - נישט פאנאטישע רעליגיעזע פירער.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 02:05 |
|
| |
קערי, איך האב איבערגעליינט דעם דאקומענט וואס דו האסט ארויפגעלייגט. און איך זע דערפון זייער קלאר אז בלומבערג האט נישט געהאלטן ביים געבן בכתב אז ער גייט זיך מער נישט מישן. וואס באשטעטיגט מיין אלטע טענה, אז ווי לאנג ער געט נישט בכתב, איז עס זילטש, זיראו, נאדא.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 02:33 |
|
| |
איך האב דיר געזאט אז איך האב געהערט פון ר' ח.ד. צוויבעל דירעקט אז ער האט א כתב. אבער דארפסט אליינס פארשטיין אז אזא כתב געט מען נישט ארויס. דער מיעאר וואלט נישט געוואלט זעהן אגודת ישראל'ס אפיס רעליסען אזא בריוו, עס קוקט אויס זייער אומפאראנטווארטליך.
|
|
|
|
|