יוחי, קערי.
באמת האב איך נישט צופיל צייט צו ענטפערן, נאר כדי איר זאלט נישט זאגן "מדשתקי ש"מ דניחא להו", וועל איך יא בקיצור ארויסברענגען מיין מיינונג אויף די טעמע, רוב דערפון איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין פריערדיגן אשכול. איך וועל ענטפערן פאר ביידע צוזאמען אין איין תגובה.
אבער צוערשט וויל איך אייך פרעגן, אדרבא, זאגט איר דעם ענטפער, פארוואס מיט 15 יאר צוריק [ביים חתן ...] איז אלעס אדורך גלאטיג כנ"ל, און יעצט האט מען זיך עפעס אזוי שטארק פארלייגט אפצוענטפערן די עלילה ?!
איר וועט אודאי פרובירן ענטפערן אז עס איז דערפאר ווייל יעצט איז דא די מחלוקה מיט די צוויי ברידער, און יעדער האט געוואלט ווייזן אז ער טוט אויף פאר אידישקייט, אבער דאס קענט איר נאר זאגן ווייל איר זענט נישט באקאנט אין די היסטאריע פון סאטמאר. די יעצטיגע מחלוקה איז די אייגנטליכע מחלוקה פון די לעצטע 26 יאר, וואס די מתנגדים פירן א קאמף מיט רבינו שליט"א, און יעדער האט אלעמאל געזוכט צו ווייזן אז ער טוט אויף פאר אידישקייט.
אלזא, אויב וואלט מען געזוכט צו מאכן א מערכה, וואלט מען שוין דאן אויך געקענט מאכן, עס וואלט געהאט נאך מער פשט, צוליב ... כנ"ל.
אלא מאי ?!
גאנץ פשוט, יעצט איז די מערכה געקומען פון אונטן ארויף. עס האט זיך אנגעהויבן פון דר. טענדלער ימ"ש וועלכער האט אפן דערקלערט א קאמף אקעגן מציצה בפה, אונטער א שלייער פון א דאקטארישן מאנטל און מיט כלומר'שטע היגיענע כוונות.
דער ערשטער ציל-ברעט איז באלד געווען ר' יצחק אהרן פישער, פשוט דערפאר ווייל ער איז איינער פון די גרעסטע מוהלים, און עס איז ליידער געטראפן געווארן הערפיס ביי א קינד וואס ער האט גע'מל'עט, וואס האט שוין געגען שטאף פאר דר. טענדלער וואו אנצוהייבן די מערכה.
אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט טענדלער געדארפט גיין צו די געזונטהייט אפטיילונג פון די סטעיט, און דארט פארלאנגען אז מ'זאל אפשטעלן הרב פישער פון מאכן מציצה בפה, צוליב מערערע פארשטענדליכע טעמים, אבער בעיקר ווייל א פארבאט פון דעם קאמישאנער פון די סטעיט וואלט געהאט מער אפעקט און אפקלאנג ווי א פארבאט פון דעם קאמישאנער פון די סיטי.
אבער, א גרויסער אבער, דער קאמישאנער פון די סיטי, איז א רעפארם איד... אזוי אויך דער מעיאר... און דאס האט שוין געגעבן א עפענונג פאר טענדלער וחביריו אז זיי וועלן מער מיטארבעטן מיט די נידערטרעכטיגע פלענער, וואס תוצאותיו מי ישורנה.
-----------------------
איך וועל דירעקט נישט אריינגיין אין קיין ויכוח איבער פרטים, וואס וועט זיך ציען אן א סוף און אן א עק, איך וועל קודם מאכן איין שטארק וויכטיגע הקדמה, וואס איז בעצם פון די גרעסטע יסודי המחלוקת פון די אגודה/ליבעראלע קרייזן מיט סאטמאר/קנאי'שע קרייזן שוין באלד 200 יאר.
ביי אונז האט מען זייער שטארק געהאלטן פון דעם שמעק פון כלל ישראל, א בחינה ווי אין די שפיאנאזש וועלט פארלאזט מען זיך זייער שטארק אויפן זעקסטן חוש ביים אידענטיפיצירן דעם שונא. זינט עס זענען אויפגעקומען ביי כלל ישראל די וועלכע האבן זיך פארלייגט אראפצופירן דעם גאנצן כלל פון דרך הישר, און זיי האבן שטענדיג זיך באהאלטן אונטער פארשידענע שלייערן פון כלומר'שט אומשולדיגע כוונות, האבן מיר שטענדיג געהאלטן פאר א חוב צו פארלויפן דעם וועג פאר די שונאי הדת דורך דערשמעקן זייערע כוונות און עס באצייטנ'ס אומשעדליך מאכן.
עס איז ריכטיג אז טאקע דערפאר האט מען אין אסאך פעלער געטון איבערגעאיילטע שריט, אבער אין גרויסן סך הכל האט דאס געראטעוועט כלל ישראל, און ווי דער חפץ חיים האט שוין געזאגט פאר זיין זון, אז א רודף אחר הרודף ששבר את הכלים איז פטור. און די חסידים זענען רודפים אחר הרודפים ווייל זיי האבן געראטעוועט כלל ישראל, טאקע מיט דעם צוגאנג פון דערשמעקן די סכנה.
---------------------
צוריק לענינינו.
עס איז קלאר אז אלע פאקטן זענען זייער פארנעפלט, אבער עס איז אויסער יעדן צווייפל אז מיר האבן די רעכט, און מיר זענען מחוייב, צו זיין באזארגט איבער די אומשטענדן.
דאס אז דער קאמישאנער פון די סטעיט האט באשלאסן אפצעווארפן די קלאגעס, ווייזט שוין אז עס איז דא זייער שוואכע באווייזן אקעגן הרב פישער. דאס אז דער קאמישאנער פון די סיטי האט באשלאסן יא אנצוגיין מיט די פארשונגען, טראץ וואס הרב פישער וואוינט אין אפסטעיט, און אסאך וויכטיגערע ענינים פון מציצה בפה לאזט די סיטי יא איבער פארן קאמישאנער פון די סטעיט, מוז בהכרח ארויסרופן אן אלארם.
דאס אז דער מעיאר און דער קאמישאנער האבן נאך די וואלן קלאר געמאכט אז זייער פארשפרעכונג פון פאר די וואלן איז געווען בלויזע ליפן שטייער און האט גארנישט געמיינט, איז בלויז נאך א באווייז אז מ'קומט דא מיט א באהאלטענעם ציל, וואס ווי לאנג די מאטיוון זענען באגראבן טיף אין די מח-שארבנ'ס פון רעפארמער אידן, קענען מיר ווייט נישט זיין רואיג.
ועל כולם, דאס וואס טענדלער איז שטיל געווארן אין דעם לעצטן יאר, טראץ וואס ארגינעל האט ער דאך "בלויז" געמיינט הרב פישער, און זיין ציל איז דאך בכלל נישט דערגרייכט געווארן, איז דער גרעסטער באווייז אז דער גאנצער שפיל איז א געהיימע קאנספיראציע צווישן אים מיט די רעפארמער אידן אין די סיטי, און מוז ארויסרופן גרויס פארדאכט און אפשיי פון ערליכע אידן צו יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פונעם העלט קאמישאנער.
דאס איז דער שטעלונג פון די התאחדות הרבנים, און אלע זייערע רבנים, און איך גלויב אז דאס ליגט אויך אונטער די אויפפירונג פון הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. טראץ וואס עס זענען פאראן פארשידענע חילוקי דיעות איבער די מיטלען וועלכע דארפן אנגענומען ווערן.
און פירט נישט אוועק די גאנצע טעמע אין א חוזק צירקוס אקעגן אונזער שמעק, דאס איז דער ריינער אמת פאר יעדן וואס וויל באמת זען.
 |
|
|