בית פורומים כל העולם כולו

ר' משולם פאלאטשעק "סובפינע" - מציצה בפה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2006 04:10 לינק ישיר 

בם אני החתום מטה הנני מצטרף לליגיונו של מלך של הקאמענדאנט הליבעראלי קערי שיחי'
הק' יוסי718

השם ית' ברוב רחמיו וחסדיו השאיר לנו יחידי סגולה כמותך הנושאים בגאון ובעוז כבוד התורה וכבוד השכינה הקדושה

השם הטוב עליו יחי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2006 04:23 לינק ישיר 

קערי

מיט דיין ענטפער צי בא ללמד'ס נערמאלע אויפריכטיגע תגובה 
טיסטע ווייזן אז ביסט אינו מין הישוב, נאר א ניק וואס עס איז די בחינה פין א שור נגח
ואס שטויסט אין שטויסט אן א חשבון אין אן א ציל, אבי עפעס גע'ענפערט. האסט דערמיט זייער גיט ארויסגעברענגט דיין מהלך המחשבה

יוחי

מיט דיין זיך צישטעלן צי קערי'ס ענטפער
זעט אויס אז די האלסט נאך נישט ביי די מידה פין מודה על האמת
עס איז נישט קיין פעלער, ווייל ביסט נאך אינג, קען זיין אז מיט די צייט וועסט דיך טוישן
ביז היינט האט אויסגעזען ווי די זיכסט ארויסציהאבן אין שרייבען נאר דעם אמת אין די ריכטיגע פאקטן
יעצט זעט מען, אז אלעס איז נאר ביז די פאקטן שטימט מיט דיין מציאות. איינמאל די פאקט טוישט זיך, טרעפט מען א נייעם יוחי

בא ללמד

יישר כח
א טייל פין דיינע פוינטס האב איך געוואלט שרייבען
נאר היות איך בין נישט קיין שרייבער האב איך געוויסט אז איך וועל עס נישט קענען גיט ארויסברענגען



תוקן על ידי - moshe06 - 27/02/2006 4:27:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 04:35 לינק ישיר 

באראפארקער 

נאכן ליינען דיין תגובה, אין וויסן אז די ביסט פין די חסידים פין מוהרב"צ {48}
הייב איך אן צי פארשטיין די חסידי רמ"ד אין פארוואס אזא גרויסער עולם האט איבער געלאזט דיין רבין 

לכאורה האסטע נאכגעשריבען זאכן וואס די הערסט רעדן ביי דיר אין ביהמ"ד, ממילא  
אין א ביהמ"ד וואס מען רעדט אזוי מיעס ווי די האסט געשריבען
אין א ביהמ"ד וואס אזעלכע דעפרעסטע אנגעווייטיגטע  נערישע מענטשן ווי דיר, טרעפן זיך דאס פלאטץ

קען זיך א לכאורה א נערמאלער מענטש נישט טרעפן דאס פלאטץ דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 05:32 לינק ישיר 

קודם כל, וויל איך דא טאקע קלאר מאכען אז איך רעד קוים פאר מיך אליין, דאס הייסט אפילו איך אין ביהמ"ד רעד נישט וואס איך שרייב דא, דא שרייב איך נאר וואס מיין ניק זאגט! און לגופו של דבר משה זעקס. מעגסט דיך שעמען מיט דיין תגובה, אז די מישט אריין פאליטיק וואס קומט נישט דא אריין ללא דבר, נאר ווייל די האסט נישט וואס צו ענטפערען. און איך וועל איבער זאגען נאך אמאהל. א מוהל וואס מלה'ט, און ווייסט אז ער האט הערפיס, איז א רוצח, נישט דא קיים מקום דן צו זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2006 06:19 לינק ישיר 

משה:               
I welcome you to the show 
אבער פליז הער אויף צו שעלטען - און הער אויף אריינצומישען אנדערע.....You name it

סוף סוף וואוין איך אין א שטאט וואס נישט יעדער איז בארעכטיגט צו זאגען זיין מיינונג בגלוי. על כן דאנק איך דעם אייבישטער אז איך בין באשאפען געווארען אין א דור וואס איז דא אינטערנעט - וואס איך קען זאגען מיין מיינונג נישט דארפענדיג חושש זיין אז פארטאג'ס וועלן מיך אפווארטען אפאר...... און מיך מכבד זיין מיט א מנה יפה - 

סאו, פליז כאטש דא אין פארק האלט דיך פראפעסיאנעל כאילו מיר וואלטען געהערט צו די ציוויליזירטע וועלט. 

באראפארקער, אויך דיך בעט איך גלייך אויס דיין לשון, לאמיר דילען מיט די issues און מונע זיין קללות אהין און אהער.
----------

יעצט, די סיבה וואס איך האב נישט געענטפערט אויף בא ללמד'ס קושיות - איז ווייל ער האט זיך געמאכט יסודותן און געבויט אויף דעם בניינים. ע"כ היות איך ווייס נישט זיינע יסודות זענען ביי מיר די בניינים פורחות באוויר.

אבער כדי עס זאל דיר נישט בלייבען אומפארענטפערט זיינע קשיות, און די זאלסט נישט קענען מיטהאלטען ווי שיין דער ליגענט איז וועל איך אויף די קשיות מגיב זיין, און אויב עפעס בלייבט שווער -פליז פרעג.

קודם כל די סיבה פארוואס די סטעיט האט זיך נישט געמיט, באמת ווייס איך נישט איוועל טרייען אנצופרעגן ביי מענטשען וואס ווייסען. אבער לענ"ד נראה לומר צוויי סיבות:

איינס, די געבורט ראטע און די סטעיט איז אסאך גרעסער ווי אין די סיטי, פון א פאפאלעישאן פון אכצען מיליאן, וואס אינגאצען דריי טויזענט ברית'ן מיט מציצה בפה ווערן פראקטיצירט -בערך-  וואס פון דעם געשעהן  אזוי ווייניג קעיסעס - איז אפשר צו ווייניג אז די סטעיט זאל זיך דארפען וויסענדיג מאכען.

צווייטענס, אזויווי די סטעיט האט געזעהן אז ער גייט דא אין א בלאטע אריין מיט די פרומע אידען, האט ער געטראכט מה לי ולצרה, זאל זיך די סיטי מיט דעם באפאסען, וידינו מסולקת. אבער איינער דארף זיך דערמיט צום סוף באפאסען.

אבער נאכאמאל, די תשובה דערויף וויס איך נישט. דאס איז נאר מיין שפעקולאציע. איך וועל טרייען צו דערגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 06:28 לינק ישיר 

אבער על כולם, דאס זאגט נישט אז אויב דער קאמישענער פון די סיטי וויל זיך יא אריינלייגען דערין אז ער איז דערמיט א שונא ישראל. ער טוט זיין זשאב.
---------
יעצט, טענדלער קומט גארנישט אריין אין די אינוועסטיגעישאן - ווי ווייט איך ווייס, און מיין אז ס'איז ריכטיג- ער האט נאר געהאט א יד און די ארטיקעל אין א מעדיקעל זשורנאל וואס באווייזט אז מציצה בפה איז א סכנה. און אזויווי עס איז דא פידיעטרישאן'ס וואס טענה'ן אז מען קען עס אפפרעגען - דארף מען מאכען א אנדערע סטאדי וואס וועט צייגען פארקערט. סתם שרייען אז ס'איז נישט מסוכן טוט גארנישט אויף.
---------

דעס וואס ער זאגט אז סטמאר שמעקט וואס עס האט מיט אידישקייט - בין איך מודה אז סאטמאר'ער רבי זי"ע פלעגט גאנץ גוט שמעקען די זאכען. אבער די היינטיגע, שמעקען ווי מען קען זאגען אז עס שמעקט מיט אידישקייט, און דא כאפט דער גאנצער נפק"מ.

די איבעריגע האב איך נישט פארשטאנען וואס ער זאגט.

א גוטע נאכט.
i'l be back tomorrow



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 21:02 לינק ישיר 

וואס טיט זיך מיט ר' משולם פאלאטשעק סובפינע דארף ער נאך גיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' משולם פאלאטשעק "סובפינע" - מציצה בפה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.