בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טוה ביזנעס אן קנאקן יענעם!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2006 03:50 לינק ישיר 
טוה ביזנעס אן קנאקן יענעם!!!

אין א נארישע עד פון א סעליולער געשעפט אין וויליאמסבורג ליינט זיך צווישן אנדערע:

צו אונזערע חשובע קאסטומערס,

מיר טוען נאכאמאל קלאר מאכן אונזער פאליסי נישט צו מאכן קיין שום געדרייטע דיסקאונטס אויף ספרינט פלענס.

ישר כח פאר אייער קאאפעראציע.

עד כאן לשונו.

יעדער וואס ליינט דאס ווייסט אז אים ברויזט אז עס איז דא א איד אין וויליאמסבורג וואס מאכט פרנסה פון געבן פארן עולם א מעגליכקייט צו האבן ביליגע סעליולער סערוויס אן הויכע פרייזן.

דאס גייט שוין אן א שיין שטיקל צייט, און דער געשעפטסמאן וואס אנשטאט ער זאל געבן גוטע העפליכע סערוויס וואס דאן וועט מען צו אים אויך אנקומען, טוט ער א נארישקייט און מאכט א בלבול אויף זיין קאמפעטישאן.

פון ווי ער קען געבן אזא ביליגע פרייז איז מיר נאך נישט קלאר, יש אומרים, ער נוצט אויס א סערוויס וואס ספרינט געט פאר שיפינג קאמפאניס. אנדערע זאגן אז ער האט אנגעקניפט גוטע קאנעקשענ'ס מיט הויכע באאמטע אין די קאמפאני.

אזוי צו אזוי, קען איך אסאך היימישע אידן וואס האבן פון אים געקויפט און זענען זייער צופרידן סיי פון די ביליגע פרייז און סיי פון זיינע העפליכע סערוויס ווי ער נעמט יעדן אויף בסבר פנים יפות.

דעריבער, פארדריסט דאס זייער ווען מען פארדרייט דעם קאפ פאר מענטשן אן קיין שום אונטערלאגע, נאר מיטן איינעם ציל צו האקן יענעם.

טרעף בעסערע וועגן ווי צו שלעפן קאסטומערס, ווייז א שמייכל פאר דיינע עקזיסטירנדע קונים, וועסטו זען הצלחה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 21:50 לינק ישיר 

דיפלאמאט

האלסט נישט אז יענער מעג פארציילען אז דער אנדערער געשעפט שמעקט נישט אויסגעהאלטען?

איך קען מענטשען ואוס וואלטען באצאלט מער ווי איידער זיך צו באניצען מיט נישט קיין יושרדיגע פלענער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2006 03:22 לינק ישיר 

עס ווענד זיך 'ווער' עס פארציילט עס, און אויף 'וואס' ער בויט דאס.

אז יענעםס קאמפעטישען קומט פארשפרייטן באבקעס, ווייל ער אליין קען נישט באווייזן צוצושטעלן פארן ציבור אזעלכע ביליגע פרייזן, איז עס סתם גערעדט אין דער וועלט אריין.

אדרבה, זאל איינער וואס האט געהאט א דורכפאל מיט יענע ביליגע פלען קומען דערציילן און מזכה זיין דעם עולם נישט אריינצופאלן אין "נישט קיין יושר'דיגע פלענער".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2006 06:02 לינק ישיר 

עס איז שווער צו גלייבען אז היינט זאל זיין א מציאות אז א גרויסע פירמע ווי למשל ספרינט זאל געבן א בעסערע פרייז פאר עפעס א געשעפט אין ווילי ווי דער פרייז וואס ער גיט פאר יעדעם.

וואס קען שוין זיין?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2006 07:56 לינק ישיר 

דיפלאמאט,
"פון ווי ער קען געבן אזא ביליגע פרייז איז מיר נאך נישט קלאר,"
פרעג די סעקרעטערי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טוה ביזנעס אן קנאקן יענעם!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext