5. ארויסגיין קעגן א יחיד איז אויסער יעדן פראפארץ אפילו זיי זענען גערעכט
6. ער איז נישט אזא גרויסער רשע ווי מען מאכט איהם
7. זאלן די סאטמורים קודם קערנעמען פון זייערע אייגענע פראבלעמען
8. ס'גייט מיך נישט אהן
9. ער טוט אויף א געוואלד פאר אידישקייט
10. בלויז די סאטמערער האבן פראבלעמען
11. די מערכה איז נאך ווייניג קעגן זיינע מעשי רשעות
12. כ'האב אן אנדערן מיינוגנ וועלכע ווערט נישט דא דערמאנט
נשלח ב-24/2/2006 18:22
נבוכדנעצער
עס קיקט אויס ווי די שרייבער פין דעם צעטיל האבן געהאט דא נאך א טיפע כוונה מוחה צי זיין קעגן נאך איינעם, זיי שרייבען אינעם סאטמערען זאל עטרת חי'
עס קיקט אויס ווי, אז מען רעדט צי די טאכטער אין מען מיינט דעם שנור
נשלח ב-24/2/2006 19:00
איך שטים פאר 5 און 11.
און משה איז לכאורה אויך גערעכט.
איך בין זיך משער אז ווען עס וואלט פארגעקומען אין עטרת אברהם, אדער אפילו אין מנורה אדער ווייסעך וואו, וואלט אלעס שטיל געווען.
נשלח ב-24/2/2006 19:29
ס'איז ארויסגעקומען א קול קורא אז מ'זאל גיין צום פראטעסט. אונטערגעשריבן ר' אברהם לייטנער, ר' נתן יוסף, קיוויאשדער, שאפראנער, אראדער, ר' אנשיל שעהר, ר' זלמן לייב פילאפף, אא"וו.
נשלח ב-24/2/2006 20:27
בא ללמד 5,11 קוק ווי זיי נוצן אויס דעם ויאל משה
נבוכדנצר וואס מיינסטו צו פרעגן ? וועגן די פראטעסט קעגן עטרת חי' ? אדער קעגן לופלאנסקי?
נשלח ב-24/2/2006 20:32
איך קען נישט פארשטיין, וואו קומען זיך אן דא רבנים און טוען זאכן קעגן וואס די רבי האט אונז געלערנט? סאיז א באקנטע זאך אז די רבי האט קיינמאל נישט גערעדט ברבים אויף א פריוואטע מענטש, און זיכער אז ער האט נישט געלאזט מאכן א פראטעסט. דערצו קעגן א חרדישע איד וואס האט גארנישט געטון, ער מאכט דעם שמוץ? פאריאר ווען סאיז געווען די שמוציגע מארטש אין ירושלים האט אים די בג"ץ געהייסן באצאלן 30 טויזנט שקל פון זיין אייגענע טאש פאר די מארטש, ווייל ער האט עס געטרייט צו סטאפן! וואסערע טענות קען מען נאך האבן אויף אים? דעס איז די שכר פאר זיין טרייען צו סטאפן שמוציגע זאכן? סאיז זיכער אז אנדערע זאכן וואס ער האט געקענט האט ער שוין געסטאפט.
נשלח ב-24/2/2006 20:39
פנחס מיילך
דו לעבסט אין עולם הדמיון.
ער האט געגעבען ערלויבעניש אין זיין קאדענץ צו געשעפטען צו זיין אפען שבת און צו פארקויפען
חמץ אין פסח, פיל מער ווי זיינע פרייע פארגייער.
ער האט געהייסען זיינע פאליציי ברוטאל צוזאמשלאגען די מוחים אויף שבת אדער קברים. דאס זיינען
געווען באשלוסען וואס זיינען געווען ביי עם אין די הענט. ווידער דער שמוציגער מארש איז עם נאר
געווען א פי אר שפיעל אז ער שפיעלט זיך נאך פרומער.
נבוכדנאצר
פארוואס איז נישט דא קיין אופציה מי רואה אותם יוצאים ואינו יוצא. אדער צאו בהמוניכם?
נשלח ב-24/2/2006 21:08
עס איז ווידער די זעלביגע חכמים וואס האבען געשיקט מוחה זיין קעגן איינע פון די גדולי-הדור הגראי"ל שטיינמאן שליט"א - הגם זיי קומען נישט צי צו כפות רגליו.
צו איז שוין געווען אזוינס אין כלל ישראל?
נאר וואס דען? די דיינים ווען זיי הייסען עפעס אין זייערע קהילות - לאכט מען פון זיי אין די פויסטען, ממילא דא האבען זיי א געלעגנהייט ווי דער ציבור וועט גרינגער קענען נאכקומען זייער פארלאנג.
פון די אנדערע זייט איז הרב שטיינמאן דער וואס האט פאקטיש איינגעריסן די חומה קעגן גיין אין מיליטער ביים צושטימען צו די נחל חרדי, וואס וועט נאך ברענגען שרעקליכע פאלגן פארן יהדות החרדית, היל"ת.
נשלח ב-24/2/2006 21:45
איך בין נישט אזוי גוט באקאנט אין די הלכות, און איך קען נישט זאגן קיין דעת, פאר מיר איז פונקט גענוג דעס אז איך זע אלע נארמאלע ערלכע אידן זענען שטיל. נאר די עקסטרעמע משוגעים לאזן זיך אלץ הערן אין אזא צייט.
זייט ער איז ראש העיר זענען די גזירות נגד הדת גארנישט קלענער געווארן. די ערגסטע עבירות קומען פאר אין ירושלים ואין פוצה פה ומצפצף.
זיין גאנצער ציל איז נאר זיך צו לעקן צו די פרייע.
ביי די לעצטיגע הפגנות וואס זענען געווען קעגן ניתוחי מתים איז ער ארויסגעקומען קעגן די פרומע וואס מאכן שמוציג די שטאט און ער האט ארויסגעגעבן א באפעל אז מען זאל אויפטוישן אלע פלאסטישע גארבידזש קענס אין די געגנטער וואו עס וואוינען "חרדים" (וואס איז ער? א חילוני?) און לייגן אנשטאט מעטאלענע גארבידזש קענס.
איך גיי נישט דא בארעכטיגן דאס אונטערצינדן גארבידזש קענס, אבער זיין רעדן פון די פרומע מיט אזא ביליגקייט ווייזט וואס ער איז.
אויך דארף מען געדענקען אז מיט צוויי יאר צוריק האט ער דורכגעלאזט יענע שמוציגע ראלי אן קיין פיפס. און נאר ווען די פרומע האבן פארפירט קעגן אים האט ער פאראיאר באשלאסן צו שפילן כאילו ער איז דערקעגן.
נשלח ב-26/2/2006 03:31
די שוטה (אנטשולדיגט) ער האט דאך זיי נאר א טובה געטון. זייערע גארביטש קענס זאלן קענען דורך טראגן די שריפות. וואס ווערט אנגעצינגן דערין יעדע מאנטיג - דאנערשטיג. ווען נישט וואלט אין מאה-שערים נישט געווען היינט קיין גארביטש קענס.
נשלח ב-26/2/2006 05:57
דו קלוגער, אין מאה שערים פונקט ווי רוב ירושלים איז לויט וו איך דענק סייווי דא אייזערנע גארבידזש קענס. זיין גאנצע רעדן קעגן די פרומע איז געווען זיך איינצוקויפן פוינטס ביי די פרייע וואס זענען געזיצן יענע טאג אין טרעפיק און נישט געקענט אנקומען ווי זיי האבן געווואלט, און געשאלטן די חרדים.