בית פורומים כל העולם כולו

פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/2/2006 06:30 לינק ישיר 

עס אי זדא מענשען וואס קענען נישט פארנעמן LAW AND ORDER 

ואלו הן?

יא! אז מען ברענט גארבעדזש קען'ס דארף מען נעמען שריט.

האט איר שוין געזעהן אמאל א הפגנה אין ירושלים?
די פאליציי דארף גיין מיט Riot Gear  ווייל זיי זענען אויסגעשטעלט צו ברוטאלע אקטען מצד די פרומע, און נאכדעם אז מען געט צירוק פעטש פארשטייען זיי נישט, און פרעגן מיט קעלבערנער תמימות: היתכן? אזא שנאת הדת?!

אינטרעסאנט איז נאר, אז אין ירושלים זעלבסט מאכט מען נישט קיין הפגנות אויף אים - ווייל יעדער ווייסט אז ער איז מבאי-ביתו פון הרב אלישיב ערב ובוקר, און רירט זיך נישט אהן זיין הדרכה - איז וואס איז דא אנדערש? איז מען פויבסטליכער פונעם פויפסט? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 07:23 לינק ישיר 

קערי, אן צופיל מאריך זיין, האסט מיר באמת איבערראשט !

קאפירט די שפראך פון געווייקטע שונאי ישראל !

איך האב נישט צופיל צייט יעצט, אבער איך האב געמוזט אויסדרוקן מיין פראטעסט און וויי געשריי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 08:11 לינק ישיר 

אינז דארף מיר אביסל אריינטראכטען פארוואס די מחאה איז געריפען געווארן דורך די שווארצע  -די יודן וואס האבן געהאלטען אז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל איז געווען פארכאפט אין ציונות-  און נישט דורך אינזערע היימישע סאטמערע רבנים און דיינים שליט"א.

די תירוץ איז:
ווייל די רבי זי"ע איז קיינמאל נישט ארויס פראטעסטירען קעגען א יחיד א שומר תורה ומצוות. און דאס איז שוין צום צווייטען מאל וואס די שווארצע וואס זענען מכלומרשט פרומער פון רבי'ן טוען דאס נגד רצונו הק'

די גאנצע מהלך פונעם מעיר ווערט געפירט מיט א דעת תורה פון כמה וכמה גדולי ישראל -נישט קיין סאטמערע- וואס רירן זיך נישט אוועק, און באהאנדלען יעדע סטעפ אויף טריט און שרוט

און ב"ה מיט זייער גרויס סייתא דשמייא האבן זיי שוין אסאך אויפגעטון

אינז זעמער תלמידים פון רבי'ן זי"ע און מ'וועל מיר זיך נישט אוועקרירן פון זיין הייליגע שיטה אז צו ארבעטען אינטער סיי וועלכע פאסטען פאר די מדינה הטמאה, איז נגד התורה הק' און איז מעכב די גאולה.
און פון די אנדערע זייט ווייסן מיר אויך אז די רבי איז געווען קעגן אזעלכע ווילדע שריט וואס מאכט נאר חרוב,  און פארשעמט די אמתע דרך פון רבין זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 17:40 לינק ישיר 

ווען טעדי קאלעק (מעיאר ירושלים) וואלט געקומען און בארא פארק וואלט דאך אויך געווען א פראטעסט! נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 17:56 לינק ישיר 

זאליבאן.

א שטארקע נקודה, ברענג עס אביסל בעסער ארויס.

ווען מען האט מוחה געווען אקעגן טעדי קאלאק ימ"ש, איז עס געווען דערפאר וואס ער איז א מחלל שבת ביי זיך אין שטוב ? עס איז געווען דערפאר וואס ער ברענגט אריין די ארגסטע תועבות אין פלטרין של מלך, איז דאך לופליאנסקי פיל ערגער פון קאלאק, בפרט ווען ער מאכט עס אונטער א פרומען מאנטל !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך א בראשור
זייט 1





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זייט 2





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זייט 3



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:09 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לעצטע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:16 לינק ישיר 

שבת זענען כמובן געווען האמפערייען אין בית המדרש, טייל האבן מחייב געווען, טייל האבן שולל געווען.

כ'וועל דא ברענגען עטליכע טענות, צו הערן דעם דעם דעת הקהל:

א. קיין איין סאטמארער דיין אדער רב האט נישט אונטערגעשריבן אויסער רז"ל פילאפף.

ב. "שובו" איז אן ארגאניזאציע, ווי האט מען רעכט ארויסצוגיין פראטעסטירן קעגן א פריוואטע אונטערנעמונג? ווען לופליאנסקי זאל האבן געקומען קיין וואשינגטאן וכדומה בשם תושבי ירושלים - איז דא א מקום פאר א פראטעסט, אבער ווען ער קומט צו זיין אן אורח הכבוד פאר א ארגאניזאציע, איז דען דא א רעכט צו מאכן א פראטעסט?

ג. די זעלבע חברה האבן געמאכט דעם פראטעסט קעגן הרב שטיינמאן, וואס לכל הדעות האט דאס נישט געהאט קיין זינען, ווייל ער האט דאך זיכער א דין יחיד, לופליאנסקי איז למעשה א "איש ציבור", א פובליק פיגור, ממילא פארשמירט עס דעם פנים פון קנאות.

ד. די רבנים האבן נישט אונטערגעשריבן מדעת עצמם, מען האט זיי פארדרייט א קאפ.

ה. ער איז שוין דא געווען אסאך מאל, ומה יום מיומיים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:27 לינק ישיר 

אלע פיר קשיות האבן איין תירוץ מען איז "נישט" מוחה קעגן לופליאנסקי מען איז "יא" מוחה קען אהרונים, וואס לופליאנסקי גייט זיך געפינען אין א בילדינג וואס געהערט פאר די אהרונים איך פארגין פאר די קנאים - געציילטע טעג פאר פורים - אביסעלע פאן, זיי האבן שוין לאנג נישט געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 19:29 לינק ישיר 

ס'איז נאריש צו קוקען וואס מ'האט נאך נישט אויפגעטון, ווען ס'איז דא א ליסט מיט זאכן וואס מ'האט שוין יא אויפגעטון.
פארשטייט זיך אז ס'גייט נישט על רגל אחת, די פרייע זענען דאך די רוב אין ירושלים.
סוף כל סוף האבן די היימישע עסקנים אין ירושלים שוין געהאט אסאך טובות פון עם, ווי למשל פערמיטס צו בויען בתי מדרשים וכדומה. וואס פון א פרייע מעיר וואלט מען קיינמאל נישט געהאט.

וועגן דעם ווייסט מען דארט עם צו עפרישיעטען.
פאריאר פורים איז אנגעקומען א שיינע גרויסע משלוח מנות צו עם אין שטיב פון די סאטמערע עסקנים וואס דארפען אויך אנקומען צו זיינע הילף. (כ'האב עס געהערט פון איינעם וואס האט עס געזען אליין)

א ציוני בלייבט ער אזוי ווי סיי וועלעכע גערע אדער בעלזע יונגערמאן, נאכמער ווייל ער איז אריין און זיך מחבר געווען מיט רשעים. (כמבואר בויאל משה חומר הענין)
דאס צו מ'מעג אריינגיין ארבעטען מיט רשעים ווען מ'קען אויפטון פאר יודישקייט, דאס איז שוין א אלטע מחלוקה צווישען כ"'ק אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל און אלע אנדערע גדולים, אבער דעיס אליין איז נישט קיין סיבה צו גיין מוחה זיין ווען למעשה האט ער יעצט גארנישט ראנג געטון, און מ'זיכט נישט עפעס אויפצוטין, און ווען מ'וועט יא וועלן עפעס אויפטון און מאכן א מחאה קעגען יענע פירצה, וועט יעדער לאכן אז די סאטמערע שרייען שוין ווייטער.
אזוי ווי די משל אין מדרש פון די פאסטעך וואס האט געשריגן א וואלף ! און ווען מ'איז געקומען אים העלפן האט מען נישט געזען קיין וואלף, אזוי האט ער געטון איין מאל און נאכאמאל ביז מ'האט זיך שוין אויסגעלערענט אז ער שרייט סתם אין די וועלט אריין, איינמאל האט זיך געמאכט אז ס'איז טאקע געווען א וואלף און ער האט געשריגן א וואלף ! א וואלף ! און קיינער איז עם נישט  געקומען צו הילף. און די וואלף האט עם צופליקט אלע זיינע שאף.
והמבין יבין הנמשל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 21:13 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט - ווער קען מיר מסביר זיין?

לאפליאנסקי איז דאך נאר א שליח ציבור פון אלע אגודאים. אויב אזוי, וואלט דאך געווען ראטזאם - אז תיכף נאך די פראטעסט פון תועבות אין ירושלים, זאל מען מאכען א פראטעסט אין פראנט פון בעלזא בית מדרש.

נאך ניתוחי מתים - און פראנט פון קלויזענבורג

נאך וואס די קנאים שלאגען פאליציי און כאפען צירוק - און פראנט פון וויזשניץ
וכו' וכו'.

וואס עפעס נאר לאפליאנסקי??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2006 21:34 לינק ישיר 




היינטיגע קנאות איז בהכרח געבויעט אויף שקרנות דא האט איהר דעם שקר הגדול פון נישט ווייניגער ווי 12 רבנים

וז"ל לשונם השקרית פונעם פלאקאט, וואס אונזער נבוכדנצר האט פריער ארויף געלייגט און איך ברענד דא דעם רעפארט ווי א קאורט אין מדינת ישראל האט געשטראפט לופוליאנסקי פאר טוהן פונקט פארקערט וואס די רבנים המשקרים זאגען!!!

"היא [הוא - וואס א נפקא מינא היא-הוא מיר רעדען נישט קיין איווריס אדער אפשר איז ער גאר אן אשה? מי יודע?] הגבר שהתפאר בעת התמנותו שיחזיק ידי עוברי עבירה וכל אנשי תועבה יוכלו לבצע זממם הרע בלי מונע. "


http://news.bbc.co.uk/2/hi/middle_east/4624843.stm


Jerusalem gay march ban set aside




The event has been held for the last three years



A Jerusalem court has ruled that the city's annual gay parade should be allowed to take place next Thursday as originally scheduled.

The decision overturned a ban on the event by the city's council, which had said the event would be "provocative" and set off unrest.

The judge ordered Jerusalem's mayor to personally pay 30,000 shekels ($6,600) to the city's gay and lesbian centre.

He said this would cover the group's legal costs and underwrite the event.

In addition, Judge Mussia Arad ordered the council to pay and additional 30,000 shekels to the group, and to line the parade route with banners representing the group in advance of the event, as the city customarily does for other parades and cultural events.

In her ruling, the Jerusalem district court judge said the city did not have the right to prohibit the parade, arguing that the mayor could not act with prejudice against a group of people because he disagreed with their views.

The event has been held for the last three years and previously passed off peacefully, albeit under heavy security.

'Sodom' fears


Three months ago, Christian, Jewish and Muslim religious leaders held a news conference calling for gay festivals in Jerusalem to be banned.

They said a gay parade through the city could spark violence. One Muslim cleric suggested gay events in Jerusalem would attract divine wrath similar to that which destroyed the biblical city of Sodom.

Several weeks ago, Jerusalem's gay and lesbian centre - Jerusalem Open House - postponed an international gay event, Jerusalem WorldPride 2005, that had been scheduled for August and would have coincided with Israel's planned Gaza pullout.


הכותב השורות הללו איז געווען ביי א פאר עמערגענסי מיטינגס בפקודת הרב אלישב ביי אגודת ישראל ווי אזוי מ'זאל העלפען דעם מעיאר אבער די שקרני הדור טענה'ן אז דער אמת איז ביי זיי...

די שאלה איז צו איינע פון רבנים וואלטן אפשר צו שטייער געגעבען פאר הרב אורי צו באצאלן זיין קנס?

יא "הרב אורי" א טאטע פון 12 קינדער א איש החסד אהוב למעלה ונחמד למטה א מקדש שם שמים איז א דארן פאר זיי אין די אויגען

תוקן על ידי - yohcee718 - 26/02/2006 21:39:10



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2006 22:03 לינק ישיר 

איך מיין אז איידער מ'זעצט זיך אוועק באטראכטן די שאלות, וואס זענען באמת ווערט אין באטראכט צו נעמען, דארף מען קודם פרעגן א אנדערע שאלה:

צי וואלט דער פראטעסט פארגעקומען ווען דער דינער וואלט געווען אין מנורה ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פראטעסט קעגן לופליאנסקי זונטאג אין ב"פ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.