בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז: יחזקאל בראך'ס לאט גייט זיין די דורכפאל צום געדענקן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2006 18:32 לינק ישיר 
אנאליז: יחזקאל בראך'ס לאט גייט זיין די דורכפאל צום געדענקן

איך וויל דא אנעלעזירן און באהאנדלן פארוואס - לויט מיין מיינונג - גייט דער אפקויפער פון
יחזקאל בראך'ס לאט דערלייגן דעם קאפ

אדרבה לאמיר הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן

די אונטערלאגע ווי פארשטענדליך צו דעם איז עטליכע פאקטן

וויפיל פרישע משפחות קומען צו יערליך אין קרית יואל, אינערליך דאס הייסט פון חתונות

וויפיל משפחות מופן קיין קרית יואל יערליך, פון טאהש, וויליאמסבורג, מאנסי

וויפיל משפחות אין קרית יואל האבן שוין געקויפט אייגענע דירות

וויפיל פון די משפחות וואס האבן נישט קיין אייגענע דירות, מאכן שוין חתונה אדער האלטן ביים
חתונה מאכן קינדער

וויפיל געלט דארף מען האבן אראפצולייגן פאר די אומ-אפציעלע דאון פעימענט פאר א דירה 2-3 יאר
פאר עס איז פארטיג

וואו האלט די פרייזן פון די דירות, ו

וויפיל דירות מען בויעט שוין איז די קומענדיגע 3-4 יאר, דאס מיינט, שוין אנגעהויבן צו ארבעטן
אויפן שטח

וויפיל איז די מינימום דירות / די דורכשניט / די מאקסימום דירות, וואס מען קען בויען אלץ שטח,
ווען די אנעקסעישאן פראצעדור גייט אדורך

וויפיל געלט קאסט חודשליך א דירה, וואס די קאסט פון די דירה איז צווישן 350-450 טויזענט דאלער

וואו האלט די רענט מאקעט אין קרית יואל לגבי פרייזן

וואו האלט די רענט מארקעט אין קרית יואל לגבי וויפיל דירות זענען אוועליבעל

וויפיל גייט קאסטן פאר די עווענטועלע בילדערס וואס קויפן יחזקאל בראך'ס לאט יעדע דירה פאר מען
גייט אראפהאקן די ערשטע בוים, איז עס 50/75/85/95 טויזענט דאלער

וויפיל גייט זיי קאסטן יעדע דירה, פאר אינפרעסטרוקטור, סוער, וואסער, גאסן, וועד הקרי' און
נאך פאר יעדע דירה, איז עס 45/55/65 טויזענט פער דירה?

וויפיל קאסט א יאר צו פינאנצירן בערך 20,000,000.00 - צוואנציג מיליאן - דאלער וואס יחזקאל
בראך בעט פארן שטח - לויט די שמועות - וויפיל קאסט עס אויב האבן זיי עס פאר 5% / 7.5% / 10%
פראצענט א יאר, וואס עס איז מן הסתם מער נענטער צו 10 פראצענט אויב נישט מער, עס קומט אויס
בערך צווישן 1 ביז 2 מיליאן א יאר

וויפיל צייט, וועט געדויערן ביז די אנעקסעישאן פלענער גייט דורך, א האלב יאר, א יאר,
אנדערהאלבן אדער צוויי יאר

וויפיל צייט וועט נעמען ביז די לעגאלע געפעכטן צווישן די ווילידזש, מיט די קאונטי, ארומיגע
מונאצעפעליטעטן וועט זיך ענדיגן איבער וואסער, סוער, ראוד'ס און ענווייראמענטאלע אישו'ס

וויפיל צייט ווען געדויערן ביז מען וועט קענען אנהייבן בויען דירות אויף דעם שטח

וויפיל יאר וועט נעמען ביז דירות וועט ווערן פארטיג

לויט דעם סך הכל פון יארן וואס וועט נעמען די אנעקסירן, אנהייבן בויען, ענדיגן בויען,
געוואנדן אין די פראצענטן צו פינאנצירן דעם שטח איז פארן דורכשניט פון 1.5 מיליאן א יאר, און
א דורכשניט פון 4 יאר ביז די דירות וועלן זיין פארטיג, רעדט מען פון פרישע 6,000,000.00 דאלער
וואס איז נאך דרייסיג טויזענט דאלער פאר יעדע דירה,

אויב לייגט מען צו וויפיל געלט עס וועט קאסטן צו פינאנצירן די קאסט צו בויען די דירות, רעדט
מען פון פרישע צענדליגער טויזענטער פאר יעדן דירה

דעריבער לויט מיין אפשאצונג נעמענדיג אין באטראכט, די אלע נקודות, איז דאס גאראנטירט פאר א
קאלאסאלע דורכפאל וואס וועט אפקליגן ווער ווייסט ווי ווייט

איך האלט אינמיטן צוזאם שטעלן אלע פאקטן, און געבן א מער קראנטע, דעטאלירטע אנאנליז, אבער
ביזדערווייל לאמיר אלע צוזאם ברענגן ווי מער פאקטן

נו, געגאנגן








דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 18:37 לינק ישיר 

איין זאך האף איך אז דו פארשטייסט אז דו וואס טראכטן דאס צו טוהן זענען נישט קיין חדר יונגלעך און זענען נישט ניי אין דעם פעלד און די אלע זאכן וואס די רעכנסט דא אויס ווייסן זיי אויך און אז זיי מאכן נאך אלץ אזא החלטה ווייסן זיי וואס זיי טוהען נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 18:48 לינק ישיר 

מסכים 100% אז זיי זענען ביזנעס לייט, און דוקא אלע וואס ווילן קויפן זענען ברוך השם היימישע נגידים, ס'רוב פון זיי קרית יואל איינוואינער אבער פארט האלט איך אז די לופט פון די ריעל עסטעיט פרייזן אין קרית יואל פארבלענד זיי די מחשבה, און בפרט אז זיי 'ווילן' גלייבן אז די לופט איז מער פון לופט און אז די לופט/אדער פאקט וועט אנהאלטן פון די צווייטע זייט, איז קלאר ווי דער טאג, אז זיי האבן נישט אלע פאקטן, ווצב"ש, וויפיל אינגעלייט אין קרית יואל האבן שוין דירות, וויפיל פון די וואס האבן נישט קענען זיך ערלויבן צו קויפן פאר 350-450 טויזענט, וויפיל פון זיי מאכן שוין חתונה/כמעט חתונה קינדער און פארדעם אליין קענען זיי נישט קויפן, ווייל אז די דירות גייען ווי וואסער קען מיינען איינס פון צוויי, אדער אז עס פארקויפט זיך זייער גוט, מיינט אז מען דארף זיך נעמען צו בויען און מאכן א לעבן, אדער קען דאס מיינען אז די אלע וואס האבן געוואלט/געקענט קויפן האבן שוין געקויפט דעריבער, לאמיר דאס באהאנדלן, אין מיין פריוואטע מיינונג, האלט איך אז אויב וועלן זיי האבן "אלע" פאקטן וועלן זיי אנדערש האלטן, על כל פנים איבערטראכטן וועלן זיי זיך זיכער נו, ווער האט א מיינונג, אבער וויכטיגער ווער האט קראנטע פאקטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 18:55 לינק ישיר 

איך וואלט שוין צוגעלייגט א זייטיגע נקודה.

וויפיל געלט גייען יחזקאל און משה מאונראוער מאכן אויף די לאט.

דאס אפקויפן די לאט האט געקאסט 1.8 מיליאן דאלער.

לאמיר צורעכענען 1.5 מיליאן דאלער יעדעס יאר, איז אכט מאל 1.5 פרישע צוועלף מיליאן דאלער.

אריינרעכענען די 2.5 מיליאן דאלער וואס האט געקאסט פאר יחזקאל די קאמפיינ'ס אין קרית יואל, און נאך נדבות פאר די זאליס (נישט אריינגערעכנט דאס געלט וואס י.ח.ק. האט אים אנגעזעצט ביי סאסמאן).

אלעס צוזאמען איז ארום 16 מיליאן דאלער. און אויב עס איז אפשר אביסל איבערגעשאצט, קען מען עס שטעלן אויף מינימום 12 מיליאן דאלער.

און וויפיל וועט ער באקומען דערפאר ?

די יעצטיגע פרייזן לויפן ערגעץ ארום 15 מיליאן דאלער, וואס מיינט אז ער גייט ארויס כמעט "אל-פארי", ד.ה. אן קיין שאדן און אן קיין ריוח.

ווער עס קען ביזנעס ווייסט אז אן אינוועסטמענט פון 10 מיליאן דאלער וואס האט אין אכט יאר געברענגט נאר פופציג פראצענט איז ריין הפסד, ווייל א גוטע אינוועסטמענט וואלט פילפאכיג פארדאפלט דאס געלט.

א געזונטע לעקציע פאר אלע וועלכע פלאנען אויף ווייטער זיך ארומצושפילן אקעגן די "יונגלעך" פון ועד הקרי', און גיין מיט די "ערפארענע" פיני'ס למיניהם...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:02 לינק ישיר 

איך מיין עס וואלט כדאי געווען צו מאכן א געהעריגן סדר פון די אלע פראגן וואס זענען געפרעגט געווארן, און צוביסלעך פרובירן מאכן ארדענונג.

1) וויפיל יונגעלייט האבן א יאר חתונה אין קרית יואל ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:24 לינק ישיר 

ענעלייזער

איך האב דורך געליינט אלע פאראגראפן
און ווי עס קוקט אויס לוינט זיך עס נאר פאר וועד הקריה

1) וויפיל קעש האבן זיי?
2) וויפיל לאטס האבן זיי?
3) וויפיל יאר צוריק האבן זיי געקויפט די לאטס איך רעדט נישט דוקה ארום ק"י ווי באקאנט האט וועד הקריה לאטס ביז מאנטיסעלאו יעצט יט די אלע שוועריקייטן ביזטו מודה אז און 20  יאר ארום וועט מען מאכן שיין און היבש פאראפיט דערויף אזוי ווי די וואס מען האט געקויפט פאר 20 יא צוריק
געלט איז דא גענוג צייט צו ווארטן איז דא גענוג ווייל געב א קוק עיס פארם וואס די זלונים האבן געוויינט יעצט וואס גייט שנעלער אנגעפילט ווערן?
4) די וועד הקריה האט דער רבי געמאכט אז עס זאל זיין א קאנטראל ווי אזוי מען בויעט דעם שטעטל
שטעל דיך פאר ווען יעדע דעוועלאפער טוט עפעס אנדערש וואלט עס געווען א חורבן און די ווילעדזש וועט אויף די פריאוואטע נישט האבן קיין ווארט ווייל גיי הייב אן מיט אידעלעך זיי וועלן שרייען איך בין אין גלות
יעצט וועד הקריה גייט צוזאמען מיט די ווילעדזש ד.מ. אז די רעגירונג קען גרינגער טוהן די אלע זאכן טעקס. וואסער .סוער. אנקסיג. ועוד ועוד
ועוד חזון למועד......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:31 לינק ישיר 

בא ללמד פונקט קאפויער ער האט געקויפט דעם שטח פאר בערך 2 מיליאן דאלער ער האט באקומען פון די אינשורס קאמפאני 1 מיליאן דאלער פאר די פייער וואס איז געווען דארט בערך 2002-2003 יחזקאל האט ברוך השם נישט געדארפט בארגן די 2 מיליאן דאללער צו קויפט דעם שטח וואס 1 דערפון האט ער שוין צוריק באקומען, בלייבט מען ביי 1 מיליאן דאלער יעצט וויל ער 20 מיליאן און העכער און אויף וואס בויעט ער זיין פרייז, ער הייבט אן ביים הימל, און קומט אראפ וויפיל די אינוועסטערס זענען גרייט צו געבן און ער איז דער וואס זארגט זיך פאר קרית יואל, איר געדענקט נאך אוודאי זיינע ליטראטור לאמיר פרעגן רבי זיגי, איך האב פאר אייך א פלאן, איר זעהט דאך אז די שטח קען מען באקומען די וועלטס געלט, פארקויפט האלב פון די שטח פאר 10 מיליאן דאלער, וואס איר מאכט גאנצע 1000% פראפיט אויפן גאנצן שטח, און די איבעריגע גיבט אוועק פאר 1-2 מיליאן דאלער - אויך נישט שלעכט - אז מען זאל נאר בויען דארט 'אפארדעבל' האוזינג, ווייל סוף כל סוף 30 פראצענט דארף סייוואו גיין פאר אפארדעבל, לויט די נייע געזעץ איז אנשטאט דעם וואס דער בילידער וועט צאלן 20 מיליאן וועט דארף אפנעמען פון די 70 פראצענט בערך 140 דירות די צוואנציג מיליאן, וועלן זיי דארפן צוטיילן 10 צווישן 100 דירות אזא פנים טראגן די כלל ישראל פארזארגער, דא ווילן זיי געבן די הימל, און די ווילידזש/וועד הקרי' טוט נישט גענוג, און דא שטעלט זיך ארויס זייער מיאוסער פרצוף פנים אינעם גאנצן טראכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:34 לינק ישיר 

העלפ פליז וועד הקרי' איז נישט משוגע צו צאלן 20 מיליאן דאלער פארן געלט גיייציגן זיגי בראך און משה מאנראוער וועד הקרי' איז אויך נישט משוגע נישט צו אנארקענען אויב איינער קויפט און וויל בויען וועלן זיי מוזן האנדלן מיט אים דעריבער לאז ארויס וועד הקרי' פון פיקטשער אבער רבותי צוריק צו די פאקטן 1 - וויפיל אינגעלייט האבן חתונה א יאר, תירוץ: בערך 150 קען זיין עס איז אביסל ווייניגער אדער אביסל מער, אבער בערך אזויפיל און פאר די חשבונות איז בערך אויך גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:42 לינק ישיר 

ווייטער..

דו שרייבסט : וויפיל דירות וועט געבויעט ווערן?

גערעכט יעצט איז דא א שרעקליכע סור פלוס פון דירות און די פרייזן גייט אראפ שיסן עד דיוטא התחתונה
סיי קויפן סיי רענט אפילו אין וומס שטייט שוין די פרייז א שטיק צייט
יעצט תשל"ד האט דער רבי געוואלט האבן ווי עס שטייט און רצון צדיק 300 תושבים שרייבט ער דארט אז דער 300'טער תושב איז ארויס געקומען גראד פארן הסתלקות ס'ממיינט 6 יאר און דאך האט מען דעלמאטס שוין געהאט שטח פאר 10 אדער מער מאל אזויפיל ווי גרויס ק"י איז דעלמאט געווען
וואס האט מען דעלמאט געטראכט ? אז עס לוינט זיך נישט ווייל קוק וויפיל וועט נאך געבויעט ווערן ? זאוי ווי די זאגסט יעצט?
און היינט איז יעדער מודה אז טאמער וואלט מאונפילד האומס דעלמאט עס נישט פארקויפט וואלט זיי היינט געהאט מער וויפיל ועד הקרי' האט יעצט?
נו! זאל מען עס יעצט קויפן צו נישט?
און טראכט אריין אפילו לאמיר זאגן 20 מיליאן , לוינט זיך עס נאך אויך ווייל וויפיל דירות עס וועט געבויעט ווערן ארום און ארום וועט יעדער ווי פארשטענדליך וועלן וואוינען דארט ניין סאו א דירה אויב אויף לעמבערג וועט קאסטן א דירה 300.000 און דא 450.000 ווי וועט איבער בלייבן מער דירות?
יעדער נארמאלער מענטש וואס זעהט די עצי תמרים יונגעלליט שטיין ווארטן אין די קעלט אויף פארעסט פאר היטשעס וועט טראכטן 2 מאל ווי צו קויפן קעגן איבער פייער גאראדזש אדער אויף חברון  אדער אויף דעי לאט
שטימט?

יעצט וויפיל יאר וועט געדוירן אנעקסינג?
וויפיל יאר וועט געדוירן די פייפליין?
7 יאר איז גענוג? אויב יא לוינט זיך עס נאך אלץ לענית דעתי אפילו פאר 20.000.000 און כ"ש פאר ווייניגער
ווייל יחזקאל בראך אלץ א יחיד וועט בקרוב דערשטיקט ווערן פון דעם וועט ער עס מוזן געבן ווי פריער און וויפיל מען וועט אים געבן
און לאמיר זאגן נאך איין זאך אבער דאס בין איך נישט אזוי 100 %  וואס געזעהט אז זיי וועלן געווינען די וואלן 3.5 יאר ארום?
זיי וועלן אויסלויפן פון געלט ביז דעלמאט און ביז זיי וועלן קענען בויען דארט ווייל וואסער וועלן זיי בקומען סך שפעטער לכבוד ן שטערן די פפייליין כ'מיין התגרות באומות.. און ד זעלבע מיט סוער און וואסער לויט ווי זיי שטייען איון די גויאישע פאליטיק מיט די פן ירבה חברה און קיין געלט האבן זיי אויך נישט....
איך מיין אז עס גענוג ועוד חזון..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:47 לינק ישיר 

ענעלייזער ביסט 100% גערעכט דעיס איז וואס איך האב געזאגט ועד הקרי' האט אנגעבאטן זיגי צו ארבעטן צוזאמען ער האט נאר נישט געוואלט
אויב דער טיפש וואלט עס יא אנגענומען וואלט קיינער שוין נישט אזוי שנעל אינוועסטירט און די אלע פלעצער ארום וואס די זאגסט אז עס בויעט זיך איבעראל פארשטייסט אליין
נו !מיט ועד הקרי' לוינט זיך עס פעסט!
דערלייגן גייט נאר די אלע וואס ווילן בויען ארום און ארום

תוקן על ידי - העלפ_פליז - 24/02/2006 19:46:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:53 לינק ישיר 

און חברה פארגעסטס נישט פונעם כלל פון ריעל עסטעיט

"דריי זאכן דארף מען האבן לויקעישן און לויקעישן און נאכאמאל לויקעישאן"

און רעכענטס אויס ווועלכע פלאץ איז די מערסטע אין צענטער פון שטאט היינט צו טאג?

און אז זיגי וועט ארבעטן מיט ועד הקרי' וועט ער מאכן סך מער ווי 20 מיליאן מיט די עפארדבל דירות אינאיינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:57 לינק ישיר 

העלפ וועד הקרי' האט געקויפט 'עיס פארם' פאר 13,500,000 מיליאן פאר 140 אקער קומט אויס 96 טויזענט פאר א אקער , זיגי בראך וויל 20-25 מיליאן פאר 22-26 אקער דאס קומט אויס איבער 1,000,000 פאר א אקער איז די חשבון פשוט, פאר וועד הקרי' איז דא קיין געשעפט, נאכמער עס געהערט סייוואו פאר א איד, וואס פלאנט עס צו בויען פאר א איד, די איינציגע סיבה פארוואס צו באצאלן אזעלעכע פרייזן, איז פאר א בילדער - בעסער געזאגט א שפעקולאט - וואס טראכט און מיינט, אז די פרייזן אין קרית יואל ערלויבט נאך 200 דירות פאר 450 טויזענט דאלער אין די קומענדיגע 5 יאר, און אויך מוז ער זיין א גרויסער אפטעמיסט צו האלטן אז די אנעקסעישאן גייט פארטיג זיין איינס צוויי, און אויך גלויבן אז די מיינונגס פארשידענהייטן מיט די קאוטי און טאונס וועט גאר גרינט אוועקגיין, און לעבן אונטערן רושם אז די וואסער פייפליין שטייט שוין אונטערן טיר, און סוער וועט די קאונטי זייער פילטערינג סיסטעם ווערן ארלעדיגט, און קרית יואל וועט קענען באקומען א גרויס חלק עס דארף אלעס שטימען, אבער טראץ דעם וואס דער אינוועסטער/בילדער איז זיכער פיל מער מצליח אין געשעפטן בכלליות וואו מיר, דאך וואלט איך נישט איינגעלייגט מיינע פאר אפגעשפארטע דאלערס אין אזא געשעפט וואס איז גאראנטירט צו קראכן, און קראכן גרויס, און קראכן הילעכיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:01 לינק ישיר 

איך האלט אז עס לוינט זיך פאר 20 30 עשירים צו אינוועסטן דארטן און עס אפקויפן אפילו פאר 20 מילאן
איי ועד הקרי' וועט נישט לאזן ? אז מען וועט ארבעטן מיט זיי וועלן זיי קענען באשטיין אבי  זיגי טוט נישט אליין וואס ער וויל אוודאי וועלן זיי זיך רעגן אויף דעם שגץ שטיק פון ער האט געטוהן אבער עס לוינט זיך נאך אלץ
 נאר קען זיין אז זיי וועלן ווארטן ער זאל זיך אליין דערשטיקן דערמיט און ער וועט עס במילא אויפגעבן

און אויסער דעם האסטו נישט גוט גערעכנט ער האט עס געקויפט פאר מינימום 3.5 מיליאן + צאלט ער אינשורענס , טעקס, היבש אסאך + לויערס פאר די וואלן + די קאמפיין און שוחד פאר די זלונים קומט אויס מיליאנען
וויפיל ער האט געפלאנט צו מאכן דערפון וועט ער שוין נישט מאכן חוץ אויב ער וועט יעצט גיין ארבעטן מיט ועד הקרי' וואאס וועט שוין בעטן יעצט אביסל מער קאנסעשאן'ס

תוקן על ידי - העלפ_פליז - 24/02/2006 20:00:48



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:08 לינק ישיר 

ער האט עס געקויפט פאר 2 מיליאן

דער אינשורנס אגענט האט מיר געזאגט אז ער האט באקומען איבער 1 מיליאן פאר די פייער

וויפיל טעקס מען צאלט פאר א ליידיגע לאט, גיי אין טאון און קוק

די אלע פאליטישע געלטער האט נישט קיין שייכות מיט די פראפערטי, עס האט שייכות מיט דעם וואס ער
הייסט בראך אויף די לעצטע נאמען און איז א ברודער מיט נחמן בראך אויך א גביר וואס משוגעת איז
וויכטיגער ווי הנאה האבן פון לעבן

תוקן על ידי - אנאלעזירן - 24/02/2006 20:07:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:09 לינק ישיר 

ווי פארגלייכסטו עיס פארם צו דעם איך האב נישט קיין נערווען איבער צו זאגן יעדע זאך
אז דו וועסט האבן 2 אפשאנס
200טויזענט אין עיס פארם 500 טויזענט און די לאט
וועלכע וואלסטו געקויפט?
אויב וואלסטו געקויפט אין עיס פארם מיסטו זיין א גרויסער זאלי כ'מיין משוגענער
נעקסטע זאך וואס איך האב שוין געזאגט אפילו די אנעקסינג מיט די אלע שוועריקייטן נעמען 10 15 יאר ביזנעס , אינוועסמענט גערעדט לוינט זיך עס נאך אלץ
אויב פארשטייסטו צו ביזנעס
און אויב דו קוקסט אויף צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 20:11 לינק ישיר 

איך האב גערעדט פון וועד הקרי', זיי דארפן מאכן לאנג טערמיניגע חשבונות לאקעישאן לאקעישאן איז גוט פאר א בילדער וואס וויל היינט בויען, און לויט מיין מיינונג איז עס לימידעט פאר א צאל דירות, ווייל 1000 דירות אין פריים לאקעישאן פארשטייסטו איז נישט קיין חשבון, 10 איז יעדער מודה אז יא, די פראגע איז אויב 200 איז נישט צופיל פאר דעם אויסדרוק לאקעישאן, איך האלט לויט די מארקעט איצט אין קרית יואל, איז 200 היבש צופיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז: יחזקאל בראך'ס לאט גייט זיין די דורכפאל צום געדענקן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext