שקל שלם
אבער ווען יעדע דירה קאסט 100 טויזענט פאר די לאט פער דירה
און נאך 50 טויזענט פאר וועד הקרי' - אלץ ת"ת, סוער, וואסער , אינפרוסטרוקטור פאר יעדע לאט
פער דירה
און נאך בערך 40 טויזענט צו טראגן 'קעריען' די לאון פארן קויפן די פראפערטי פאר יעדע לאט פער דירה
און נאך 40 טויזענט פאר די קאנטראקשען לאון, פאר יעדע לאט פער דירה
און נאך בערך 70 א סקווער פיס צו בויען, צב"ש 2500 סקווער פיס קומט אויס בערך 175 טויזענט לאט
פער דירה
דאס קומט אויס צו 405,000 א דירה פון 2500 סקווער פיס, פאר א דאלער פראפיט, און גלייבט מיר
אז די קאסט וועט זיין מער
ממילא "מוזן" זיי "בלית ברירה" בעטן א מינימום פון 450,000 א דירה, און זאל הייסט א האלב
נארמאלער ביזנעס אינוועסטמענט מוזן זיי בעטן 475,000 א דירה
איז די פראגע צוריק איז דא 200 אידן אין קרית יואל וואס האלטן ביים קויפן דירות פאר "זיך" פאר
475,000, און איך זאג פאר זיך, ווייל די מארגעדזש, מיט טעקס, קאנדאמיניום, און מעינטענענס פאר
אזא דירה וועט אויסקומען צו מינימום 3,000 א חודש, נו זאגט ווער וועט טרעפן צו פארדינגן אפילו
א שיינע 2500 סקווער פיס אין צענטער פון שטעטל, א נייע דירה פאר 3000 א חודש בלויז עס זאל זיך
דעקן
קום איך צוריק צו מיין מיינונג, עס גייט זיין די דורכפאל פון ריעל עסטעיט אין קרית יואל
 |
|
|