בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הלכות מקוה (ביטע ליינען!)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2006 21:31 לינק ישיר 
הלכות מקוה (ביטע ליינען!)

איך האף אז די אלע וואס לייענען דא גייען אין מקוה טעגליך (אדער לכה"פ כמעט טעגליך...), איז נעמט עטליכע מינוט, און לייענט ווי אזוי זיך אויפצופירן אין מקוה, און גיט דאס איבער אייערע חברים, "ספרעד דע ווארד"...








א) קומסט אן אין מקוה, מוזט נישט רעדן. אויב ווילסטו יא עפעס רעדן, שריי נישט הויך, נישט יעדער מוז וויסן וואס דו האסט גע'חלומ'ט ביינאכט.




 



ב) טוה זיך אויס איידל, מאך זיכער אז דו פארנעמסט נישט א גאנצע באנק. רעכן זיך מיט א צווייטן.





ג) ס'איז נישט קיין שיינע זאך זיך צו נעמען קראצן די הויט פון די פוס בפני כל קהל עם ועדה. ס'קען פארעקלען מענטשן.


ד) אויב ביסטו נישט ריין אדער פארשוויצט, נעם א שאוער בעפאר דו גייסט זיך טובל'ען. אנדערע אידן מוזן זיך נישט טובל'ען אין
דיינע שמוץ.





ה) אין בור, דריי דיך אויס צו א וואנט און פארברענג ווי אזוי דו ווילסט.




ו) בשעת דו טובל'סט זיך, טוה עס רואיג. א גרויסער עולם, ווען מ'טובל'ט זיך, הייבט אן די וואסער צו שטורעמען מיט מעכטיגע כוואליעס... וואס שפרינגסטו אזוי? פארוואס דארפן די אנדערע מענטשן זיך ווארפן רעכטס און לינקס ווייל דו ווילסט יעצט זיך טובל'ען מיט גרויס התלהבות? צו מאכן א טעסט ווי אזוי דו ביסט, גיי אין א רואיגע מקוה און גיב צוויי-דריי טבילות, און הייב אויף דיין קאפ און קוק זיך אום. איז די וואסער נאך אלץ רואיג ווי בעפאר, אדער עס האט זיך צושטורעמט? אויב איז די וואסער צעווילדעוועט, דאן דאפסטו זיך אויסלערנען טובל'ען!




ס'איז ידוע דער הייליגער ר' ישראל סאלאנטער ז"ל מייסד תנועת המוסר האט אמאל געזעהן א מענטש לויפן פארטאגס צו סליחות, אויפן וועג לויפנדיג האט ער אריינגעהאקט אין עטליכע מענטשן, צובראכן און שאדן געמאכט יענעמ'ס כלים, און געשריגן אויף מענטשן וואס האבן אים געשטערט זיך יאגן, האט ר' ישראל געזאגט אויף דעם מענטש אז יצא שכרו בהפסדו, ער האט מער שאדן געמאכט ווי אויפגעטון. אנדערע מענטשן דארפן נישט ליידן אז דו ביסט אין גרויס התלהבות!


ז) ווישסט זיך אפ מיט דיין האנטוך, פיין און וואויל, אבער אויסבלאזן די נאז דערין איז שוין נישט קיין שיינע זאך. קודם כל קען דאס פאר'מיאוס'ן ביי מענטשן; דערנאך, אנדערע מענטשן קענען נוצן דיין האנטוך אויף דער ערד נאכדעם וואס דו פארלאזט דעם מקוה (כנהוג אצלינו), נו, מה דעלך סני לחברך לא תעביד, דו וואלסט זיכער נישט געוואלט אריינטרעטן אין יענעמ'ס אויסגעבלאזענע נאז האנטוך, טא אויב אזוי טוה דאס נישט פאר קיין צווייטן. פאר דעם קען מען נוצן טישאס אדער טוילעט פאפיר. בפרט אין מאנכע מקוואות ווען דו האנטוכער גייען אויס נוצט מען איבער "גענוצטע" האנטוכער... קאמענטארן זענען איבריג.*:namespace prefix = o />*:namespace prefix = o />





המשך יבא... איר קענט צולייגן הלכות, הגהות, אדער פירכות!



תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 24/02/2006 21:37:56

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 24/02/2006 22:43:36



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2006 21:01 לינק ישיר 

און ווען דו גייסט זיך וואשען אין טוש (שויער), בלאז דיר נישט אויס דאס גאנצע נאז דארט, דער וואס גייט נאך דיר דארף זיך נישט אויסגליטשן אויף דיין צואת האף.... אין קלייט איז דא צו קויפן "טישו" ספעישל פאר די נאז אויך איז נישט קיין חוב זיך אויסרייסן די האלבע בארד אין בור המקוה, ס'איז דא גענוג זופ, דארפסט נישט מוסיף זיין דיינע לאקשען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2006 23:55 לינק ישיר 

לגבי אפווישען די נאז אין האנטוך האלט איך אז ווי באלד איך צאל מקווה געלט מעג איך טאן מיט די האנטוך ככל אשר לבי חפץ,
נאר וואס דען עס איז מענטשליך צי לייגן די האנטוך אין די קאסטן וואס איז מיוחד דערפאר כדי נישט צי פארעקלען אנדערע,

רבי שמעק וואס איז א חילוק אויב איך וויש אפ מיין צואת האף אין די האנטוך צי צואה כמשמעו? עס איז די זעלבע עקל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2006 23:17 לינק ישיר 

שלמה זלמן איך בין סורפרייזד אז דו האסט אפילו ניט קיין שעים אזוי צו שרייבען ס'דא א קבלה פון בעשטה"ק אז איין טבילה קען נישט שאדן די ספה"ק זאגען אז מקוה ברענגט צו גאר גרויסע טהרת הגוף והנשמה, ס'טאקע דא ווייניג מענטשן ואס האבען נישט קיין מענערס, דאס איז קיין סיבה נישט זיך צוריק האלטן פון גיין אין מקוה וועגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2006 23:36 לינק ישיר 

טשעפלין.

על פי הלכה מוז מען נישט גיין אין מקווה יעדן טאג / וואך / חודש, נאר איינמאל ערב יו"כ.
די גאנצע מקווה געגייעכץ איז נאר א חסידישע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 02:48 לינק ישיר 

ר' דשובוי נישט אזוי פשוט.

זעה די גמרא ברכות כ"ב ע"א. אויך סימן פ"ח און שלחן ערוך אורח חיים.

טבילת עזרא איז נישט אוועק צומאכען. הגם על פי הלכה קען מען טרעפען א היתר.

לכל הפחות תשעה קבין איז זיכער וויכטיג. תוקן על ידי - aaatozzz - 06/03/2006 2:50:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2006 02:52 לינק ישיר 

ר' שלמה זלמן שווימען גייסטו יא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הלכות מקוה (ביטע ליינען!)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext