אכן נודע הדבר!
אכן נודע הדבר!!! יעצט בין איך שוין ענדליך דערגאנגען די גרויסע סוד! יעדער איינער וואונדערט זיך שוין אזוי לאנג וואו סאיז פארשוואונדן געווארן אלע גרויסע זאלי ניקס, ווי פאליש, פייערמאן, קרןהתורה, געזעגענען, דרייניטץ, עקשטיין, איחודמעמבר, אא"וו וואס זיי האבן איינגעכאפט א שטימעניש שוין א לאנגע צייט, אלץ האבן זיי צוגעזאגט אז סאיז פלעין נישטא קיין נייעס אבער יעצט ווען סאיז דא מעיזשאר נייעס האט מען נישט געהערט פון זיי. אויך האבן לעצטנס אפאר ניקס פארשטעלט פאר אהרונים אנגעהויבן שרייבן זייער אסאך אין דעי פארום, ווי אייןסאטמאר, moshe06, און נאך אפאר וואס איך וויל נישט אויסרעכענען האבן זיך גענומען שרייבן דא נאנסטאפ. יעצט זעט שוין יעדער אז די זאליס האבן זיך אנגעגרייט שוין לאנג, נאכן זען אז חדשות אנ"ש סאטמאר איז דורכגעפאלן, צו עפענען א נייע פארום מיט א נייע פנים, וואס זיי האבן שוין אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה נאך גלייך ווען זיי האבן געעפנט חא"ס, אויך אונטער א נייע פרעמדע ניק וואס קיינער קען נישט, און אלע אלט באקאנטע זאליס האבן גראד אנגעהויבן צו שרייבן דארטן, וואס ווייזט קלאר אז זיי ווייסן הונדערט פארצענט אז סאיז זייערס א מענטש, והא ראי' אז קיינער פון די אהרונים האט נאכנישט געשריבן דארט ווייל מווייסט נישט זיכער ווער סאיז! און וועגן דעם האבן זיי אנגעהויבן דא נוצן זייערע כלאמפערשטע אהרונים ניקס, אז יעצט וועלן זיי קענען ווייזן אז אויך אהרונים קומען שרייבן אין אונזער פארום. רבותי, לאטס ענק נישט פארפירן, דעס איז די זעלבע יענטע מיט א אנדערע שלייער, און די זעלבע טעפל מיט א נייע שטערצל, די זאליס ווילן ענק פארנארן צו קענען טון וואס זיי האבן געוואלט מיט אונז טון פון אנהייב, אבער אונז גייען זיך נישט לאזן פון זיי! קיין איין ארהוני זאל נישט שרייבן אין די נייע זאלי פארום!!!
 |
|
|