אוי זענען דאס זיסע פערדן, ממש א קוש צו געבן.
איך האב מיך געקייקלט פון לאכן ווען איך האב אפגעליינט דעם בריוו.
פּיני, עצה טובה קמ"ל You can't fight city hall
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט שיקן א בריוו פאר וולאדימיר פוטין אז דו ביסט נישט צופרידן מיט די FBI און דו ווילסט דעריבער אז די רוסישע SVR זאל איבערנעמען זייער ארבעט.
גדלי' סעגעדין איז אין קרית יואל מער בעל הבית ווי דזשארדזש דאבעליו בוש. ער קען געזעצליך באשליסן צו צונעמען דיין הויז און דארט בויען א שאפינג סענטער.
און איך האב גוטע נייעס פאר דיר, פובליק סעיפטי "וועט" אויפגעלייזט ווערן, און אויף איר פלאץ וועט אויפגעשטעלט ווערן די נייע
קרית יואל פאליס דעפארטמענט.
נ.ב. פאליס טשיף משה לייב וויטריאל האט צוגעזאגט אז ער גייט דיר שיקן א שיינע גרויסע פאליס סטיקער אז דו זאלסט עס קענען ווייזן פאר אלע יונגעלעך און דיין חדר. קענסט זיין העפּי
תוקן על ידי - ווארהייט - 01/03/2006 1:38:36
|
|