| נשלח ב-28/2/2006 06:59 |
|
| |
וועט זיין א סטעי וואס האלט איר?
דאס האלט דרייניץ גענומען פון די זאליס נייע פורום DRYNITZ א. וועט סאטמאר באקומען דעם סטעי צו נישט? ב. אויב סאטמאר באקומט נישט דעם סטעי, וועלען די ארוינים איבערנעמען ראדני פיזיש? ג. אויב בערעלע ווערט באשטעטיגט דורכען קאורט אלץ פרעזידענט פון קהל יטב לב, און עס וועט כסדר זיין מלחמות צווישען כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיטען נידערגעשעצטען פרעזידענט, ווער וועט שנעלער מיעד ווערען און אויפגעבען? ביטע לאזט אייך הערען אייער מיינונג.
KJfireman איך האלט אז ס'איז דא שוואכע טשענסעס צו באקומען א סטעי (לאמיר זאגן 30%) אבער אפילו מען באקומט נישט קיין סטעי, זענען דא פארשידענע מהלכים, און ס'איז א ווייטער גאנג אז ר' אהרן זאל איבערנעמען די קהלה, למעשה שפיר איך אז דער עולם איז זייער שטארק פאראייניגט ווי קיינמאל פריער, און מען איז גרייט אויף אלעמען. כ"ק דער רב שליט"א קען רעכענען אויפן מאקסימום שטיצע פונעם ציבור.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 07:03 |
|
| |
נאך פון דארט
DRYNITZ מיין מיינונג (איז קיין מיינונג) א. מסתבר אז נישט אבער איך האף נאך אויף ישועת ה' כהרף עין אז עס וועט נתהפך ווערען לב המלכות ושופטיו. עס איז קלאר אז טאמער באקומען מיר נישט קיין סטעי וועט ארויסקומען א חילול כבוד שמים, עס וועט אויסקוקען פאר די פליישיגע אויגען אז העברת פי ה' -ח"ו- תצלח, אז א הייליגע קהלה קען ווערען באצווינגען דורך מרימי יד בתורת משה וכו', ווי אויך וועט עס ברענגען פארשידענע נאכפאלגען וואס וועט פארשוועכען דעם אייבערשטען'ס, כלל ישראל'ס און ערליכע אידען'ס כבוד ביי די גויים.
אבער רעאליסטיש גערעדט, איז מער מסתבר אז מיר זאלען נישט באקומען קיין סטעי נאכדעם וואס 3 שופטים האבען שוין געשטימט דערקעגען אין 3 עקסטערע פעלער. איך וואלט געגעבען די שאנסען אויף 70-30% קעגען אונז. ב. ניין, איך האלט אז עס וועט קומען צו מהומות און דער בית המדרש וועט עטליכע מאל אויסזעהן אזוי ווי תשנ"ט, ווען מען האט אריינגעשריגען אינמיטען דאווענען און אינמיטען די תורה וכו', עס וועט זיין אפשר געשלעגען, דער חילול השם וועט זיין גרויס. דער פאקט איז אז דער ציבור איז היינט דבוק אין דעם רב שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 07:06 |
|
| |
נאך פון דרייניץ דארט דער פאקט איז אז דער ציבור איז היינט דבוק אין דעם רב שליט"א הונדערט מאל מער און שטערקער ווי תשנ"ט, דער ציבור איז גרייט צום קאמפ און די ארוינים וועלען נישט קענען איבערנעמען דעם ביהמ"ד פיזיש. קאפווייטאג וועט זיין אסאך אבער נישט מער ווי דאס. ג. בערעלע, דער פאקט איז אז רוב ציבור אין וויליאמסבורג בכלל און אין בית המדרש בפרט איז אנשי שלומינו תלמידי וחסידי כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און בערעלע וועט מוזען דעקען דעם בודזשעט און האבען קנאפע שליטה אין בית המדרש. עס וועט איהם נמאס ווערען, און מען וועט איהם מוזען צושטעלען א לייטישע וועג ארויס, מיט א שטיקעל מכלומפרשטע פשרה, ער זאל קענען טרומפייטערען אין בלאט אז ער האט געוואונען און מיט דעם וועט ער זיין צופרידען און זיך אפלאזען פון אונזער קהלה קדושה. ביטע לאזט אייך הערען אייער מיינונג.
DRYNITZ
kjfireman
איך האב נישט באמערקט ווען איך האב געשריבען מיין תגובה אז די האסט שוין געשריבען ענדליך, זייער ענדליך, ווען איך וואלט געווען א בעל גאווה וואלט איך געזאגט great minds think alike, אבער אזוי ווי איך בין נישט ק
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 07:12 |
|
| |
און דאס האלט עקשטיין
ekstein
איך פערזענליך גיב נישט קיין גרויסע טשענסעס פארן סטעי אבער דאס אז כ"ק הגאב"ד סאטמער שליט"א פירט די קהילה ביד חזקה וואס אלע שטייען גרייט באחדות אין ככל היוצא מפיו יעשו איז א פאקט וואס די אהרונים קענען זיך נישט מיט דעם שלאגען אדרבה ווי מער זיי קנאקען באקומט דער רב נאכמער חסידים
ווי אזוי זאגט מיר איינער וואס דער חילוק פין א איז ארוני איז א חסיד פין ר' אהרן איז נישט קיין רבותא ווייל ער דארף נאר פארקויפן פאר עם אביסעל קלאטשעריי אין לאזען לאזט אלעס טוען צו די תורה לאזט יא צו נישט אלע איסורי התורה ווען עס פעלט אויס פאר די פארטיי איז עס מותר
אבער דא ביים הייליגען רב קען אפילו איך- וואס שוין גענוג א חסיד -פין כ"ק גאב"ד סאטמער שליט"א שוין נישט מיטהאלטען דאס חסידות פינעם עולם וואס
וועןדי סארט ווערן חסידים -טראגט עס א א קאמפ פין ארטהדאקסן מיט די פרייע אין דער עולם איז אש להבה ווי מען האט געזען דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת ווי טויזענטער עידען זענען געשטאנען אי עם גאס רעגן אין געווארט צו קענען הערן דעם תפילת כהן גדול ביי גשם אין דער קאמף איז מען גרייט אויף אלעס (נישט קיין חילוק וואס איצי מיט בערלע פורים מאכען צווישען זיך )
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 07:26 |
|
| |
איך האף אז נישט און איך זאג יעדן טאג א פאר קאפיטליך תהילים אז די זאליס זאלן נישט באקומען א סטעי און אלע ארוינים ווערן געבעטן אזוי צו טון
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 07:39 |
|
| |
איך האף בעזהשי"ת אז זיי גייען נישט באקומען קיין סטעי , אבער יעדער זאל אריין נעמען אין קאפ אלעס קען זיין ! אפי' זיי גייען יא באקומען א סטעי איז עס נאר חיי השעה צוקענען לאכן אפאר מינוט אזוי ווי זיי האבן געמיינט נאך ר' זלמן לייבס דרשה . [אזוי ווי מיינס א חבר א זאלי. האט מיך אנגערופען גלייך נאכן דרשה זונטאג ביים גענעראל פארזאמלונג אזוי פרייליך ווי ער איז געווען דער טאג וואס ער איז א חתן געווארען . אז דער רב האט גערעדט מוראדיג. פרעג איך אים וואס ? ענפערט ער די קענסט דיך נישט פארשטעלן ליגעל זאכן . פרעג איך אים זאג שוין ? עס איז געווען מיט א צעטיל . די לויער האט עס געמאכט. ער האט געליינט צעטיל ביי צעטיל ווארט ביי ווארט וואס די לויערס האבן 3 טעג בארבעט אין ראזענוואסער קען יעצט גיין צום נתנה תוקף . ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן פאר שמחה 3 טעג שפעטער טרעף איך אים אין ער האט מיך שוין נישט אויסגעזעהן אזוי העפי ......] זיי גייען בעזהשי"ת דאס נישט געווינען דארט אין עס מיז נעמען מערסטנס 45 טעג אויב זיי באקומען א סטעי , איך גלייב אז עס וועט דויערן בערך א יאר צוזעהן אלע מחוצפים אין חיות ארויס פין ראדני ר' זלמן לייב וועט בערך זיצען דארט נאך 6-8 חדשים נאך די פסק אויב מיר געווינען דערנאך ווען ער וועט זיך פילען אומבאקוועם וועט ער גיין אין ברכה סימה פאר אביסל אין איך האף אז זיינע מענטשן וועלן זיך צוזאם האלטן מיט אים אין חלילה נישט בלייבן אדער זיצען ביי אונז אין קריכען אויף די נערווען אין אויב יא וועלן מיר טוהן אלע זאכען אויפן איידעלער אופן זיי צוזאמען מאכען .........
ראדני אין אלע בתי מדרשים פין קהל יטב גייען זיין טעראר פריי ! אזוי ווי היכל יחיאל מיכל אין קאנטרי אין אזוי ווי 13 הופער עס גייט זיין זייער פיין צוגעשטעלט ! א יעדע זאך ווערט געטוהן אין גייט געטוהן ווערן דורך די באזעסענע אין ערוואקסענען ראשי הקהלה אין דיינים אונטער די הנהגה פין כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א ! יעדער איד פין וויליאמסבורג גייט קענען פאלגען זיין דיין! אין זיך פירען וויאזוי זיי הארץ באגערט אין דינען דעם באשעפער ! מען גייט בעזהשי"ת נישט ארויפצווינגען אויף קיינעם א מיינונג !
אין עס וועט זיין א גרויסער קידוש ה' וואס וועט אפקלינגען אין די גאנצע וועלט אין יעדער וועט איינזעהן אז מען קען נישט טרעטן אויף די הייליגע תורה ! * אידען דארפן גייען צי דין תורה ווען מען האט א סיכסוך אין נישט טעראזירן דעם בי"ד פארן שיקען א הזמנה ביז ער זאל זאגן גייטס אוועק פין דא איך קען נישט פארנעמען טעראר, * מען קען נישט נעמען א אלטע טאטע פין 90 יאר א רבי אין א מנהיג ישראל אין מאכן לצנות פין אים ווייל ער איז אלט אין ער האט נישט קיין כוח צי פייטן אלייענס פאר זיין RIGHTS וואס ער האט געהאלטן זיין גאנז לעבן ,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 07:57 |
|
| |
איך געב יא א גרויסע טשענס פאר א סטעי, ווייל די באראש פסק וועט העלפן פאר א סטעי, אזוי ווי עס גייט לכוראה גיין צו די זעלבע פיר ריכטער,
און אויב ח"ו עס וועט נישט זיין קיין סטעי וועלן מיר פייטן ביז מיר וועלן קענען פארן ביהמ"ד, ארוינים פון ראדני וועלן מיר נישט אזוי שנעל גיין
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 08:16 |
|
| |
מען בעט יעדער זאל מתפלל זיין אין געבן צדקה אז אלעס זאל זיין סוקסעספול אהן קיין שום שטערונגען די זאליס האבן מיט די צייט אין דורך זייערע שקרים געברעינוואשט אסאך מענטשן אין תלמידי חכמים אין אפי' דיינים ליידער אין עס פעהלט אויס רחמי שמים ווייל זיי רייסען איין , עפעס א זאלי האט זיך אויסגעדריקט מיר פלאנען זיי אלע אפצושחטן ל"ע אין צוטרעטן אויף אידישקייט ל"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 16:10 |
|
| |
מיין אפשאצונג:
א) סאטמאר וועט זיכער נישט באקומען קיין סטעי, ווייל סאטמאר האט עס קיינמאל נישט געבעטן, סאטמאר האט געבעטן א קלעריפיקעישאן איבער זייערע רעכטן.
לגבי די שאלה צו די זאליס גייען באקומען א סטעי, איך האב געפלאנט צו מאכן א גורל מיט א מטבע צו זען אויף וועלכע זייט עס גייט אראפפאלן, אבער איך האב באשלאסן אז עס גייט אריין אין אביזרייהו פון "לא תנחשו", דערפאר ווייס איך נאכנישט...
לבי אומר לי אז זיי גייען נישט באקומען קיין סטעי, נישט נאר ווייל פיר ריכטער האבן זיי שוין אפגעווארפן דעם פארלאנג, נישט נאר ווייל אונזערע טענות זענען ב"ה פעלזן פעסט, נאר בעיקר ווייל לידיעתי האבן זיי פראבלעמען געהעריג צו נוצן זייערע קאנטאקטן אין געריכט [וואס דאס איז די הויפט סיבה פארוואס זיי האבן דערווייל נאכנישט קיין סטעי].
דא ווערט מקויים דער מאמר הגמרא, "סדנא בסדני יתיב, מדויל ידי' משתלים", זיי עסן אויף די קאשע וואס זיי האבן זיך זעלבסט אפגעקאכט. זייער אנמאכן דעם שרעקליכן חילול ה' אין מערערע זמנים, דורך לויפן צו די פרעסע און אויפבלאזן די סאטמארע מחלוקה ווייט אויסער יעדן פראפארץ, אלעס ווייל עס האט זיי אויף די מינוט אויסגעפעלט צו ווייזן פאר זייער עולם - און בעיקר פאר די "אויגן" אין געריכט וועלכע פאלגן נאך אזוינע אנטוויקלונגען - אז זיי זענען די פולקאמע געווינער, האט למעשה ארויפגעברענגט גאר א שטארקע אויפמערקזאמקייט צו די קעיס, און אויסגעדרייט אהין דעם "ספאטלייט", וואס דאס איז היינט לכאורה די מערסטע נאכגעפאלגטע קעיס אין ברוקלין, און מעגליך אין די גאנצע סיטי, אזוי אז יעצט קומט זיי אן מיט די גרינע גאל - ב"ה - צו נוצן די טאקטיקן מיט וועלכע זיי האבן זיך ביז היינט פארזיכערט מיט א זיג.
און דאס איז אין מיינע אויגן די וויכטיגסטע נקודה פארוואס מיין געפיל זאגט מיר אז זיי גייען נישט באקומען קיין סטעי.
פארשטייט זיך אז אינצווישן דארפן מיר מתפלל זיין ווי ווייט מעגליך אז אין די גורל'דיגע שעה זאלן די ראשי הקהילה האבן הצלחה אין זייערע אונטערנעמונגען, וחפץ ה' בידינו יצליח.
וואס זיכער איז, אז ווילאנג עס איז נישט געקומען קיין ענטפער קען עס געריכטעט ווערן לכאן ולכאן, מיר קענען גארנישט נעמען פאר זיכער - פארגעסט נישט, אין גיבור כמתייאש.
ב) אויב עס וועט טאקע נישט זיין קיין סטעי, און די פאליציי וועט פולשטענדיג קאאפערירן מיטן געזעץ, דארף צו נעמען מאקסימום צוויי טעג ביז ווען די ערליכע ראשי הקהילה וועלן איבערנעמען פולשטענדיג קאנטראל אויף אלע בנינים וועלכע זענען גענצליך אונטער דעם קאנטראל פון די קהילה.
די זעלבע פאליציי וועלכע האבן געמאכט רז"ל פאר רב, די זעלבע קענען יעצט מקיים זיין דעם "והשיב את הגזילה אשר גזל", און ערמעגליכן פאר דעם וועלכער איז באמת רב אין די קהילה צוריק איבערנעמען זיין תורה'דיג פארדינטע פאזיציע.
די מינוט וואס די פאליציי נעמט איבער די לייצעס, איז סתם נארישע גערעדעכץ אז "מ'וועט זיך נישט לאזן", "בלוט וועט זיך גיסן" אא"וו, דאס זענען די זעלבע שרעק טאקטיקן וואס די זאליס פרובירן נוצן אין געריכט צו פארפעסטיגן זייער טענה אז מיר זאלן נישט באקומען קיין סטעי, און האט פונקט אזויפיל האפט ווי ...
די בנינים וואס זענען אונטער די מוסדות אדער אנדערע פריוואטע נעמען איז שווער פאראויס צו זאגן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן. און איז שוין א באזונדערע שפעקולאציע.
ג) דאס איז שוין יא א שטיקל מעגליכקייט, אז רז"ל זאל רעזיגנירן צום פאקט אז ר' בערל איז פרעזידענט אין סאטמאר, נאר ער וועט בלייבן אין ביהמ"ד מיטן חשבון אז דער רב וועט קיינמאל נישט אריינקומען אין ביהמ"ד ווי לאנג רז"ל איז דארט [א סברא וואס איך האב שוין געהערט פון מערערע זאליס], און אינצווישן וועט ער פרובירן צו ארבעטן אז ער זאל געווינען אין אפעלאט געריכט.
אבער עס איז ביי מיר נישט קיין ספק ווער עס וועט שנעלער מיד ווערן...
דום לה' והתחולל לו.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 28/02/2006 16:12:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 17:27 |
|
| |
בא ללמד, א ערשט קלאסיגער ארטיקל,  
מיין מיינונג איז אויך, אז זיי וועלן נישט באקומען קיין סטעי, דורך ליינענדיג די פאפירן מיט א OPEN MIND (ווי ווייט מעגליך), זעט מען ווי די אהרנישע פאפירן רעדן פון געזעץ, קלארע דייטליכע דיבורים, אפענע פאקטן מיט הוכחות, און די זאלונישע פאפירן איז פיל מיט HEARSAY, מעשה'לעך, מיט הרגשים, וואס געווענדלעך ארבייט נישט ביי די אפעלעט דיוויזשאן,
אבער ווי געזאגט, ביז ס'איז נישט ענטגילטיג, דארף מען ווייטער מתפלל זיין, אז דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו, און בזכות רבינו יואל בן רבינו חנני' יום טוב ליפא זי"ע זאל העלפן אז די רשעים זאלן חלילה נישט האבן קיין שליטה אויף די מוסדות הקדושים וואס דער רבי זי"ע האט אויף געשטעלט בדם לבבו, און זאל מקוים ווערן דער פסוק, אשר החילות לנפול לפניו לא-תוכל לו כי-נפול תיפול לפניו,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:33 |
|
| |
איך זע אז מ' רעדט נאר פינעם סטעי, ווער ווייסט גייט מען יעצט אויך דן זיין צו מ' נעמט אן די אפיל צו נישט?.
און אויב נישט דאן ווען יא?
און אפילו איר האלט אז זיי האבן שוואכע טשענסעס פאר א סטעי, וואס זענן זייערע טשענסעס אז מ' זאל אננעמן זייער אפיל?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:42 |
|
| |
ווילי_יונג שרייבט אין נייעם זאלוני פורום:
1. מיין מיינונג איז אז "יא" איך האלט אז דער אפעלאט איז גענוג באקאנט מיט די ארוינים צו וויסן אז זיי קענען שאדן מאכן אויף הונדערט מיני וועגן לעגאל צו אומלעגאל.
2. קיינמאל נישט. איך בין נישט אזוי זיכער מיטן אפיס ווי איך בין מיטן בית המדרש. דער בית המדרש איז פול 100% מיטן רב'ס מענטשן און זיי קען מען פין דעם מקום קדוש נישט רירן.
3. קיין ספק אז בערעל דער זקן וכסיל וועט מיד ווערן פארן אנפאנגען. אבער לאמיר נישט פארגעסן אז נישט בערעל איז די זאך דא, ער איז א זייטיגע שמאטע אזויווי יענקי יאקאבאוויטש מיט דוד נתן דייטש ער האט קיין מיינונג אין די גאנצע געשעפט, עס איז יצחק ראזענבערג מיט ארון טייטלבוים וואס זיי זענען ביידע עקשנים אבער האבן איין מעלה פאר אונז. זיי קענען נישט אליין פייטן, זיי שיקן זייערע קיען פייטן פאר זיי אין זייערע קיען ווערן פארלוירן 123 ווען זיי זעען וואספארא ציבור דער רב שליט"א האט מיט זיך.
יא עס וועט זיי א סטעי אויב נישט פין קארט דעמאלטס פין אונז אליין ווי אר הער טו סטעי
וואלט איך געוואלט פרעגן דעעם וילי_יונג עטלעכע פראגעס, 1- מיינסטו טאקע אז פאר די אפעלעט ריכטער גייט שטארק אן ווער עס פירט קהל יטב לב, צו ר' בערל פריעדמאן, צו יאנקעלע כהנא?, ווילי, די ריכטער גייען נאר, אדער באשטעטיגן אדער אפווארפן ריכטער ראזענוואסערס פסק, זיי אינטרעסירט נאר דאס געזעץ, און לויט רובא דרובא לויערס, אפילו די זאלונישע לויערס האלטן אז ראזענוואסערס פסק, איז פעלזן שטארק, און מען דארף פשוט א נס מן השמים אז זיי זאלן דאס אפווארפן, און ווילי זיסער, דו ביסט דאך א תלמוד חכם און ווייסט אז "אין סומכין על הנס",
2- ווילי, דערמאן דיך נאר פון לעצטן שמיני עצרת, בעפאר נידערמאן מיט מענצער האבן געכאפט דעם סעלפאן און אויסגענוצט זייערע קאנעקשאנס, (בעצם היום טוב, בפני עם ועדה), ווי לאנג האט געדויערט אז דער בית המדרש זאל ווערן זאלונים-ריין, הא? ווייניגער פון 10 מינוט !!!, אלזא, אויב פארלירט איר דעם סטעי, האט איר נישט קיין טשענס, אדער וועט איר זיין וואוילע אינגלעך, און פאלגן וואס מען הייסט אייך, אדער וועט איר אפרעכטן עטליכע טעג און נעכט אין חד גדיא, (פארגעס נישט, דער דיין פריעדמאן, ארבייט שוין פאר אונז, ער האט שוין באקומען שישי פון רבי יצחק ראזענבערג שליט"א אין מיאמי, און וועט אונז זיכער ערלויבן צו נוצן זיין היתר צו מסר'ן),
3- ווילי, פארגעס נישט אז דיין רב אליין איז געלאפן שמיני עצרת ווי א טשיקן, און זיך באהאלטן נעקסט דאר אינטערן טיש, סא, וואס וועט עם העלפן זיינע נארישע פאר נאכשלעפערס, אז ער אליין וועט גאנץ גיך מאכן א פליטה,
ווילי, וואקס אויף, און זיי ריאליסטיש, אויב קריגט איר א סטעי, דאן האט איר א צייטווייליגע געווינס, אבער אויב פארלירט איר און קריגט נישט קיין סטעי, דאן איז אייך ביטער...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:53 |
|
| |
איך קלער אז עס יא זיין אז ס'וועט זיין א STAY. און איך געב פאר די זאליס איצט גאנץ גוטע שאנסן. 1ׂ) ווייל וויבאלד די 4 ריכטער האלטן אינמיטן פארהאנדלען איבער די באראש קעיס, איז מעגליך אז זיי וועלן נישט מאכן קיין ענדערונגען ביז ווילאנג זייער פסק איבער די באראש קעיס קומט נישט ארויס,
2) עס קען זיי אימפאנירן צו לאזן דעם סטאטוס קווא ווי ביז איצט, כאטש באראש האט אויך נישט געזאגט וועמען ער לאזט אלס סטאטוס קווא.
3) אלענפאלס. אפילו אויב די זאלונים באקומען יא א STAY איז עס אויך נישט עק וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:55 |
|
| |
איין סאטמאר,
א אפיעל איז א "רעכט", יעדער האט א רעכט צו אפיעלן א דעסיזשאן פון קארט, יעצט איז מען דן דעם סטעי, אבער איינס פון די זאכן וואס די ריכטער קיקן, איז וואס פאר א טשענס זיי האבן צו געווינען ביים אפיעל, און ס'איז הא בהא תליא, אויב האבן זיי א גוטן טשענס צו געווינען דעם אפיעל, דאן האבן זיי א טשענס צו באקומען א סטעי, און אויב באקומען זיי נישט קיין סטעי, איז א סימן אז זיי האבן א שוואכן טשענס צו געווינען דעם אפיעל,
געדענק, צו געווינען ביים אפיעל, הייבט מען גלייך אן מיט א קליינעם טשענס, ווייל נאר א קליינער פראצענט קעיסעס ווערט איבער געדרייט דורכן אפעלעט קארט,
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 28/02/2006 21:05:06
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 20:57 |
|
| |
איך זע אז מ' רעדט נאר פינעם סטעי, ווער ווייסט גייט מען יעצט אויך דן זיין צו מ' נעמט אן די אפיל צו נישט?.
און אויב נישט דאן ווען יא?
און אפילו איר האלט אז זיי האבן שוואכע טשענסעס פאר א סטעי, וואס זענן זייערע טשענסעס אז מ' זאל אננעמן זייער אפיל?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 21:00 |
|
| |
יא. מקען עס זיכער אפיעלן. יעדע דעסיזשען און ארדער פון א ריכטער קען מען אפעלירן.
|
|
|
|
|