ביי מיר איז 70% אז סאטמאר גייט באקומען א סטעי, די נארמאלע שכל זאגט אזוי, און אויך די מציאות פון אלע יארן ביז היינט ווען די אהרונים האבן קיינמאל נישט באקומען קיין רשות אריינצוגיין. אפילו אויב ח"ו עס וועט נישט געלונגען צו באקומען קיין סטעי, איז הונדערט פראצענט אז די אהרונים וועלן נישט קענען אנפירן די ביהמ"ד אליינס, זיי האבן נישט די געלט סארסעס ווייל רוב מעמבערס וועלן ווייטער צאלן מעמבערשיפ דארט וואו די רב שליט"א און די דיינים שליט"א וועלן הייסן. אויסער דעם, איך גלייב נישט אז די רב שליט"א וועט בלייבן אין ביהמ"ד און דאווענען אונטער איין דאך מיט מוסרים און רשעים, אבער סוועלן זיכער זיין טויזנטער פון אנ"ש וואס וועלן דירעקט קומען און מאכן זיכער אז בערעלע און אלע איבריגע מוסרים און הולכים בערכאות קענען נישט אנפירן די בהימ"ד. מוועט טון וואס שטייט אין שו"ע אויף איינעם וואס איז א מתפלל בחזקה, און בערעלע וועט יעדן טאג דארפן לויפן אין קאורט ארויסנעמען ריסטרעינינג ארדערס קעגן מענטשן, וואס וועט אים זיין כמעט אוממעגליך, אונז האמיר שוין געזען ביי יאסי בראך אפילו אונז זעמיר געווען בעה"ב אבער אונז האמיר אים נישט געקענט ארויסטראגן נאר פאר א שטיק צייט און דעס אויך מיט גרויס צרות. סאיז זיכער אז בערלע ועט נישט קענען דערהייבן די פרעשור, און ער וועט מוזן זיך אראפזעצן בעטן די רב שליט"א זאל קומען מאכן ארדענונג, און דעמאלץ וועט שוין די רב זיין געהעריג בעה"ב ביז די אפיעל וועט צוריקדרייען די פאררוקטע פסק פון ראזענוואסער. אין ערגסטן פאל וועט די רב נישט קומען אין שול ביז נאכדעם וואס סאטמאר וועט צוריק געווינען די אפיעל, און דעס איז שוין די ערגסטע און ווייטסטע וואס מקען זיך פארשטעלן.
 |
|
|