די פאפירן זענען אויסערגעווענליך, א הערליכע חזרה אויף מערסטנ'ס טעמעס, אבער זייער קלאר ארויסגעברענגט און זייער זאפטיג אהערגעשטעלט.
עטליכע הערות:
- פון זיינע ערשטע ווערטער זענען מאנכע זיך טועה כאילו ער ווייסט קלאר אז מען האט צוזאמגעשטעלט די צוויי קעיסעס פאר די זעלבע פיר ריכטער וואס זענען דן אויף די באראש אפיעל. דאס איז א טעות, ער זאגט בלויז אז קהל יטב לב איז דא אויף ביידע זייטן פונעם געריכט, וויבאלד זיי זענען די וואס אפעלירן און די וועלכע ווערן אפעלירט. [מ'קען עס קלאר זען שפעטער ווען ער רעדט וועגן דעם פאלשן בריוו וואס יענקל כהנא האט אריינגעגעבן אין געריכט כאילו דער רבי באשטעטיגט זיינע וואלן, ווי ער שרייבט אין פוטנאוט 5 קלאר אז "מ'זאל געבן דעם באווייז אויך פאר די ריכטער וועלכע זענען דן אויפן באראש אפיעל"].
- שוין צום וויפילטן מאל זענען די זאליס ממש באגאנגען זעלבסטמארד, און זיי האבן נישט אפגעענטפערט דעם בריוו וואס די אהרונים האבן אריינגעגעבן מכלומר'שט אין נאמען פון רבי'ן קעגן שאול פערלשטיין, אויף וואס אונזער לויער רייט יעצט אן רחמנות, ממה נפשך, אדער איז דער רבי יא בעה"ב אדער איז ער נישט בעה"ב ?!
- צי קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די לעצטע דריי וואכן איז מער רואיג ווי אין די לעצטע פאר יאר...?!
המשך מארגן אי"ה.
 |
|
|