|
|
| נשלח ב-6/3/2006 19:51 |
|
| |
פיינער יוד
איך מיין אז מען דארף מאכען א דיבעיט צווישען פרידמאן מיט טירנויער, צו פארשטיין דעם מקור פון איוסר אויפן סקול דיסטריקט.
בכלל הייב איך אן צו טראכטען אז ריח"מ איז א באהאלטענע אהרוני און טוט כסדר פעולות זיי זאלען זיין אויף ליצנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2006 20:36 |
|
| |
קען מיר איינער מסביר זיין, וואס דא גייט פאר, וואס איז יעצט געשען אז ר' ישראל חיים האט יעצט באשלאסן צוריק צוהן זיין היתר פארן סקול דיסטריקט, חמלה ואמונה שטייט דאך שוין אפאר יאר, נו וואס איז יעצט געשען, 11 יאר האט מען געמעגט עובר זיין און יעצט פלוצלינג האט עקספייערט זיין היתר, לכתחילה מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר, האט דאס צוטוהן מיט ראזענוואסער, דאס איז דאך די איינציגע זאך וואס איז לעצטענס געשען, רבותי, תורה הוא וללמוד אני צריך,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2006 20:43 |
|
| |
א גיטע ארטיקעל בנוגע דעם ענין, פון "אישהחסד" אין ח.א.ס., איך בין זיכער אז זיי ועלן עס אויסמעקן בקרוב ווי זיי טוען געווענליך ווען איינער שרייבט עפעס וואס שמעקט זיי נישט, לייג איך עס דא למשמרת.
איך פארשטיי נישט וויאזוי די כלל פון "מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי" איז אינגאנצן בטל געווארן, און מ' איז מכחיש השמש בצהרים.
די סקול דיסטריקט איז געשטאנען שוין אפאר יאר פאר די מערכה דערקעגן האט זיך אנגעהויבן, ערשט ווען עס איז אראפ געשטימט געווארן אין סופרים קאורט, דעמאלס איז אין דעילי נוס געשטאנען די מכלומרשטע סטעיטמענט וואס האט אנגעצינדען די פייער, און פלוצים האט מען אנגעהויבן צו טרעפען מינות וכפירה און עס איז געווארן א גאנצע איבערקערעניש ווי מ' האט אריין געשלעפט קאשויער רב ז"ל, ר' מאטעלע, ועוד,
קאומא האט דאן געמאכט א נייע געזעץ פאר'ן סקול דיסטריקט וואס האט פארלאנגט נייע וואלן, און ביי יענע וואלן איז געווען איינס פון די שטערקסטע מלחמנת פאר און קעגן.
רבינו שליט"א איז דאן געווען אין שערען ספרינגס און איז ספעציעל געקומען צו פארן אויף איין נאכט צו די אסיפה וואס מ' האט פארופען, צוערשט האט גערעדט הגה"צ ר' מ"מ טירנויער שליט"א וועלעכער האט שארף אראפ געריסן די אוסרים, און ספיציעל ר' דניאל ביטון וואס האט געסטראשעט אז ער וועט אריין ווארפן די קרן הצלה געלט אין ים, רמ"מ האט חוזק געמאכט דערפון, ואכמ"ל.
אויך ר"א האט גערעדט, און נאך אנדערע (איך געדענק נישט ווער).
דאן האט זיך אויפגעשטעלט רבינו שליט"א און געהאלטען א פלאם פייערדיגע דרשה וואס כמוהו לא הי' ואחריו לא יהי'.
ער האט געזאגט בתוך הדברים "איך בין א יוד מיט א ווייסע בארד, איך בין שוין אסאך אדורך אין מיין לעבן אבער איך האב קיינמאל נישט געזאגט וואס איך גיי יעצט זאגן, ווער עס וועט וואטען יא וועט געבענטשט ווערן מיט בני חיי ומזוני וכל טוב, און איך בין נישט מקנא ווער עס וועט וואטען פארקערט עכלה"ק (בערך).
די ווערטער האבן געמאכט א מוראדיגע השפעה דעמאלס, מיינער א קרוב (בני יואל געשטימט) וואס וואינט אין ראפשיץ האט מיר דעמאלס געזאגט א מזל אז איך קען נישט וואטען ווייל יא וויל איך נישט וואטען צוליב די אוסרים און ניין ווילל איך אויך נישט צוליב דעם רבינ'ס ווערטער.
דער רבי איז געשטאנען דעמאלס בראש המערכה, אינדערצייט וואס ר"א האט געהאלטען אפאר דרשות אין כולל מסביר צו זיין דעם ענין בטוט"ד, (ד"א קיינער האט אים נישט אפגעווענט בדברים של טעם) האט דער רבי געשטורעמט ביי יעדע געלעגענהייט, די אלע דרשות קעגן ר"א לייטנער, ר"י ראטה, מ"ב בעק ימש"ו (לשון רבינו) איז געווען בנוגע דעם סקול דיסטריקט.
צו קומען זאגן היינט פאר די וואס געדענקען אז דער רבי האט נישט געוואלט נאר ר"א האט אים אינטערגעהעצט איז אזוי אבסורד און לעכערליך ממש חוץ מגדר אנושי, די אלע מעשיות אז דער רבי האט געזאגט פאר דעם און יענעם פרייוואט איז אויס געזויגן פון די פינגער קעגן די אפענע פאקטן וואס טויזענטער יודן האבן געהערט און געזען.
איך בין געווען ביים רבי'ן אין שטוב אין מיאמי אפאר יאר דערנאך ביי של"ס, עס איז דארט געווען ר' חיים יושע, ר' מענדל ט"ב ר' א"י גלאנצער, און ר' משה יוסף הארטמאן, און נאך (שוין, מ' וועט כאפן ווער איך בין) ווען עס איז געווארן א שמועס וועגן דעם ענין (ווייל ר' משה יוסף איז דער מנהל פונעם סקול דיסטריקט), האב איך אליין געהערט מפ"ק אפאר מאל "ווען איך וועל ארויף קימען אויף יענע וועלט און מ' וועט מיך פרעגן וואס האסטו אויף געטון, וועל איך אנווייזן אז איך האב געהאלפן די קראנקע קינדערלעך, עכלה"ק.
בנוגע ריח"מ צוריקצו איז כדאי נאך זאגען אז דעמאלס איז ארום געגאנגען א שמועה אז רז"ל פילאפף האט מבטל געווען זיין חתימה ברבים זאגענדיג אז ער איז געווען געצווינגען צוליב פרנסה, האב איך געהערט פון א חשוב'ן רב אז מ' טאר עס נישט גלייבן ווייל אין אדם משים עצמו רשע, דאס זעלבע קען מען זאגן יעצט אויך.
שפעטער שרייבט ער איך האב פארגעסן איין פראגע,פארוואס האט ר' משה טובי' קיינמאל נישט פארציילט אין פובליק די מעשה דעמאלס ווען די מערכה איז אנגעגאנגען?, עס איז ארויסגעקומען אזויפיל קונטרסים און עס איז נישט געשטאנען אין ערגיץ.
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 06/03/2006 20:53:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2006 22:55 |
|
| |
דער ר' ישראל חיים מנשה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א פאלנער פאליטיקער, זיין יא איז קיין יא, און זיין ניין איז קיין ניין, ברצותו מתיר וברצותו אוסר, דער שלחן ערוך שפילט דא אינגאנצן נישט קיין ראלע, ער מאכט פראסט און פשוט ליצנות פון די תורה און דערנאך קען ר' זלמן לייב פיליפ וויינען מיט דמעות שליש אז מען האט צובראכן דעם כח התורה, טאמער וויל ער, איז ער מתיר אפילו די עבודה זרה (סקול דיסטריקט בלע"ז), נאר ווייל משה גבאי מיט לעיזער קעסטענבוים האבן עם אזוי געהייסן, און אויב הייסן זיי אסר'ן דעם בלאט, איז עס תיכף אסור, ביי נחמן בראך איז ערכאות מותר, ביי יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין איז ערכאות אסור, ארעסטירן 26 בחורים און יונגעלייט בעצם היום טוב איז מותר, סקול דיסטריקט בשנת תשס"ו איז אסור, ווייל דאס איז דאך דער ציווי פונעם משתמש, און וואס טיט מען דען נישט פאר אפאר דאלאר,
ניין, לא מסתפינא, איך האב נישט קיין מורא צו זאגן און שרייבן דעם אמת, "במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב", דער ר' ישראל חיים מיט זיינע אזויגערופענע חברי הבית דין, האבן געמאכט צושאנד און צושפאט די תורה הקדושה, די תורה איז ביי זיי א שפילצייג, זיי ווארפן זיך מיט דעם ארום, און אויף אלעם האבן זיי א שיינעם תירוץ, "עת לעשות לה' הפרו תורתיך" ווער זייער ה' איז, ווייס איך נישט, אבער "הפרו תורתיך" האבן זיי מקיים געווען במלא מובן המלה, מען דארף היינט צו טאג נישט לערנען, (ווייל מען טאר דאך חלילה נישט קענען מער לערנען ווי דער רב אליין), מען קען זיין א געזינטער עם הארץ און נאך אלץ זיין א "גאב"ד'ל", דער עיקר איז צו קלאפן און צו שטויסן, אזוי וועט זיך ארום עם ארום נעמען אפאר שונאי סאטמאר, און אולי יחוס, אפשר וועט מען זיך קענען בויען א שטיקל מלוכה'לע,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 00:35 |
|
| |
פארוואס פארשטייט עטס נישט דעם דיין
אביגדור יאקאבאוויטש איז מדבר מתוך גרונו
מיר וויסען אלע אז כח הפועל בניפעל
אין דער איינציגסטער סיבה וואס אביגדור האט געגעבען געלט צים דיין איז נאר בכדיי ער זאל מצער
זיין רבינו שליטא אין זיין זין הגהצ מוה ר אהרן
אין מיר מיזען זאגען אז דער דיין מאכט דעם דשאב בשלימות
ער איז מצער וויא ער קען די רב'ס משפחה
האט איינער געהערט אין די לעצטע 25 יאר ווען די אינשיי דלא מעליי אביגדור וחביריו האבען מצער
געוועהן אין גערודפ' ט רבינו שליטא אז דער דיין זאל זיך אפילו איינמאל אנעמען פארן רב (חוץ
ווען די פאליטיק מיט ז"ל האט געזאגעט אז ער דארף טוישען דעם דאטשיק)
אבער דער דיין האט געהאט א פאליסי קיינמאל נישט ארויסצישטעקען זיין נאז ווען עס קען שאטען זיין
אינקאם פין אביגדור אין פין די אנדערע אינשיי דלא מעליי וואס האבען כסדר פאר 25 יאר מצער
געןןעהן רבינו שליטא!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 00:48 |
|
| |
איך האלט אז דער הויפט ציל פון ריח"מ מיט דעם בריוו איז צו באשטעטיגן באהאלטענערהייט די נייע טענה אז דער רב איז געווען דער וואס האט אנגעדרייט אלעס. און דאס איז ביי מיר נאך די גרעסטע רשעות. ווער נאך ווי ער ווייסן וואס דער רבי האט באמת געוואלט, און ווער עס האט אים דאן טעראריזירט, טיטולירנדיג "ראחובער פערד".
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 01:31 |
|
| |
די בריוו איז היינט אנגעקומען אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 01:52 |
|
| |
דעמאלטס אין יענע ביטערע נסיעה, ווען די קאר האט געמאכט א U-TURN פון די עריפארט צוריק קיין ראסס סט. האט געהערשט א געפערליכע שטיל שוואגעניש אין קאר, פאר א קנאפע האלבע שעה, ביז ווען די חברה האבן זיך אנגערופען צום דיין זאל זיין געזינט און שטארק, "אינז וועל מיר ווייזען פאר די אהרונים (וואס האבן צושטערט די גאנצע פלאן) אז זיי האבן גארנישט אויפגעטון!!! מ'דארף נישט ווערן גאב"ד העדה מ'קען זיצען דא אין אמעריקע און טוהן די זעלבע זשאב"
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 03:38 |
|
| |
איך זע איר האט אלע דא פארפאסט דעם עיקר, די אמת'ע באמבע וואס ליגט דא באהאלטן!
דער גאנצער בריוו איז ארויסגעקומען נאר צוליב די צוויי איינגערינגלטע שורות אז ר' לייביש לעפקאוויטש האט געפאלגט דעם דיין מיט צען יאר צוריק.
דער ציל איז צו גיין דערמיט אין געריכט און אויפווייזן אז ר' פר"מ האט יא געהאט א ווארט אין די מוסדות, והא ראי', ר' לייביש האט אנגענומען זיין מיינונג אין די נושא, אפילו ווען עס איז געווען אקעגן די שטעלונג פון רבי'ן וואס האט געהעריג מתיר געווען דעם סקול דיסטריקט!
דאס איז די איינציגע זאך וואס שטעקט אונטער דעם בריוו, און נאר דערפאר האט מען עס יעצט ארויסגעגעבן, כאטש דער פראגראם פון חמלה ואמונה שטייט שוין באלד דריי יאר!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 22:41 |
|
| |
נעכטן נאכט האט מיר געזאגט איינער פון גדולי פוסקי דורינו, וואס איז אנגענומען ביי רוב היימישע קרייזן אז א איינגעזענער פוסק און רב, האט ער מיר געזאגט אז רבי ישראל חיים מנשה האט מיט זיין בריעף אריין געקלאפט דעם לעצטן נאגל אונעם ארון פון כח הרבנים ודיינים, און פון היינט מאל וועט זיין א ליצנות סיי וואס א היתר אדער א איסור פון רבנים, זייער ווערט איז געווארן רעדוצירט צו זערא, און דאס אלעס וועט פארשריבן ווערן על חשבונו פונעם סאטמארען דיין רבי ישראל חיים מנשה שליט"א. עד כאן לשונו, קאמעטארן זענען איבעריג.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 23:48 |
|
| |
.
תוקן על ידי - אנטוערפןרב - 07/03/2006 23:49:22
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 23:52 |
|
| |
חסדי ה' כי לא תמנו! ענדליך נאך צען יאר איז די דיין שליט"א ב"ה באפרייט געווארן פון די תפיסה וואו ער איז געווען איינגעשפארט אין די לעצטע צען יאר, ווען די פארשאלטענע רשעים האבן אים געצווינגען צו אונטערשרייבן קעגן די תורה און קעגן באשעפער, מהאט אים ממש טעראריזירט מיט די געמיינסטע מיטלען וואס נאר מעגליך, ביז זיין רעבעצין האט זיך אויסגערעט פאר עמיצן אז איר מאן איז ממש קראנק געווארן פון די שרעקליכע טעראר וואס די רשעים און פארדארבענע חברה האבן געמאכט אויף אים (איך מיין טאקע אז בערך יענע צייט האט די דיין אנגעפאנגען דאווענען ביי זיך אין ביהמ"ד וועגן די חולשה תרתי משמע). ערליכע אידן האבן אלעמאל מיטגעוויינט מיטן דיין במסתרים תבכה נפשם ווען יעדע ערליכע איד האט געזען און געוואוסט אז די דיין עסט זיך אויף פאר צער אז פון אים איז ארויסגעקומען אזא מכשול, און דעס איז די סיבה פארוואס ער האט זיך אונטערגענומען אלס תשובת המשקל אז ער וועט ארבעטן מיט אלע כוחות אונטערצוברענגען איינמאל פאר אלעמאל די פארשאלטענע קליפה פון מאנראו, וואס ער טוט ב"ה מיט גרויס הצלחה און אפענע סיעתא דשמיא. ערליכע אידן איבעראל האבן אפגעאטעמט ווען מהאט געהערט אז די דיין האט זיך ב"ה געקענט באפרייען פון די אייזערנע קייטן פונעם שטן וואס האבן אים ארומגענומען די לעצטע צען יאר, איך האלט אז מוואלט די טאג געדארפט באשטימען א "יום משתה ושמחה" פאר אלע ערליכע אידן איבער די וועלט, אז מהאט שוין ב"ה זוכה געווען אז ערליכע אידן קענען זאגן זייער אמתע דעת תורה אן צו דארפן זיך דערשרעקן פון די פארדארבענע און פארשאלטענע קליפה וואס הייסט ר' אהרן טייטלבוים!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 00:26 |
|
| |
אנטוערפןרב A1
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 00:30 |
|
| |
משל למה הדבר דומה:
א רעסטוראנט אייגנטימער וויל אויפנעמען א וועלטס בארימטער קעכער וואס איז באוויסט אז ער קאכט די געשמאקסטע עסן שוין 35 יאר, דער אייגנטימער פרעגט זיך גוט נאך איבער דעם קעכער, ער באקומט די בעסטע רעקעמענדאציעס, זיינע עסן זענען עפעס לעילא, ער איז ווערד אלע געלטער.
אבער, איין פראבלעם, דער קעכער האט אין די לעצטע טעג מוסר מודעה געווען, אז אין דעם רעסטוראנט ווי ער האט געקאכט די לעצטע 15 יאר פלעגט ער אריינלייגן א סם אין די זופ, וואס דאס ברענגט א שרעקליכע קרענק, אז ווען מ'ווערט 65 יאר באקומט מען פלוצלינג א הארץ אטאקע און מ'שטארבט, און די סיבה פארוואס ער האט עס געטאן איז ח"ו נישט ווייל ער האט געוואלט איינעם שעדיגן, נאר בלויז ווייל דער אייגענטימער וואס פלעגט איהם צאלן דאס געהאלט איז אן ארכי-רוצח, אין ער האט איהם געסטראשעט אז אויב ער לייגט נישט אריין דעם סם זאגט ער איהם אפ פון זיין פאסטן, ממילא האט ער נישט געהאט קיין ברירה, אבער מהיום והלאה, וויבאלד דער נייער אייגנטימער איז ב"ה א פיינער מענטש און צווינגט נישט צו פאר'סמ'ען מענטש, קען מען זיין רואיג אז ער וועט זיכער נישט טאן אזא געמיינע זאך.
וואלט איר אויפגענומען דעם קעכער? אויב יא, איז ריח"מ פר"מ א פערפעקט קאנדידאט פאר ראב"ד סאטמאר.
וואלט איר געגאנגען עסן אין דעם רעסטוראנט ווי דער קעכער קאכט? אויב יא, קענט איר גיין צו ריח"מ פרעגן חייבי כריתות שאלות.
תוקן על ידי - קושקע - 08/03/2006 1:19:32
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 00:51 |
|
| |
קושקע מוראדיג איך האף אז און די קושקע האט ער נישט געלייגט סם
|
|
|
|
|