בית פורומים כל העולם כולו

באמבע? בריוו פון ריח"מ קעגן סקול דיסטריקט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2006 00:51 לינק ישיר 

א רב וואס איז מודה אז ער האט יארן געפסקעט
להיפוך פון די תורה, ווייל מען האט עם געסטראשעט,
איז פסול צו זיין א רב ביי אידישע קינדער,
מאן יימר לן אז יעצט איז יא אמת וואס ער שרייבט,
אפשר איז ער יעצט אויך געצווינגען צו שרייבן וואס ער שרייבט,
ער איז דאך אליין מודה אז ער שרעקט זיך פאר סטראשונקעס,
און איז גרייט מהיפך צו זיין דעם דעת תורה, ווען ער איז אין געפאר
פון סטראשן, טאמער וויל ער באמת תשובה טוהן, זאל ער אויף געבן
זיין רבנות, נעמען א תהילים'ל זיך שטעלן אין א ווינקל, און בעטן ביים
קל רחום וחנון זאל עם מוחל זיין פארן מכשיל זיין אידן כנגד התורה,
על פי הלכה האט ער ליידער פאלוירן זיין נאמנות, מען ווייסט נישט
ווען עם יא צו גלייבן און ווען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 01:04 לינק ישיר 

ווי איז ער געווען די לעצטע 6 יאר ווען די טעראר איז שוין געווארן צובראכן?

האט עס אפשר צוטון אז משה גבאי פלעגט באקומען וועידזשעס פון סקול דיסטריקט אלס באורד מעמבער און מ' האט עס געסטאפט לעצטענס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 01:10 לינק ישיר 

אין ח.ש.ש. ברענגט  "איש החסד" ארויס א גיטע פאינט, איך בין עס דא מעתיק.

איין זאך קען מיר עמיצער מסביר זיין.

דער דיין שליט"א שרייבט אז ר' לייבוש האט עס געוואלט מאכן אין וומסב"ג, און ער האט עם געזאגט נישט צו מאכן.

ווייסט איינער וואס ר' לייבוש האט געוואלט מאכן? א עקסטערע סקול דיסטריקט אין וומס"ב, ווי ווייט איך ווייס איז גאנץ נ.י. סיטי איין דיסטריקט, איך גלייב נישט אז ער האט געוואלט אויסשניידן וומ"ס פאר א עקסטערע דיסטריקט, א זאך וואס איז נאך נישט געווען, און וועט נישט זיין קיינמאל, סא וואס איז די פשט פון די ווערטער, איך גלייב אויך נישט אז דער דיין שרייבט ליגענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 01:38 לינק ישיר 


עס  איז קלאר אז דער וואס האט פון אים ארויסגעשלעפט דעם בריוו האט פשוט געוואלט מאכען ליצנות פון הרב פרידמאן אויף זיינע עלטערע יארען, פארן חוצפה פון מאכען שבת פאר זיך אין נישט מחזק זיין רז"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 01:38 לינק ישיר 

צים הויכגעשעצטע אנוועפענער רב; מיר זעהן אז די דיין האט געוואלדיג מסירת נפש אין ענין פין כח הפועל , ער זאל חס וחלילה נישט נכשל ווערען אין טריפהנע געלטער מיר וואלטען זייער געוואלט וויסען צי ער וועט עומד בניסיון זיין אין צריק געבען דאס געלט וואס ער האט באקימען פין אביגדור יאקאבאוויטש וויא יעדער ווייסט דאס געלט וואס אביגדור האט געגאנבעט איז געקימען פין די ביזנעס וואס האט באלאנגט צי אנדערע מענשען, עס האט באלאנגט אויך צי מענטשען וואס האבען אינוועסטעט זייער אפגעשפארטע געלטאין ALOU בכדיי צי האבען פין וואס צי לעבען אויף די עלטעטרע יארען וכדומה דאס געלט וואס ער אין זיינע קינדער האבען באקימען איז לחלוטין געגנבהטע געלטער אין זיי זענען מחייב דאס ציריקגעבען פין וועם מהאט דאס געגנבהט וזה לך האות : אויב איז זיין פסק איז נישט קיין פאליטישע פסק,אין ער האט צריקגעצויגען זיין פסק וויל ער איז א דחיל חטאין , וויל ער האט שטארק מורה פין די עבירה פין כח הפועל בניפעל, דאן לאזן מיר זעהן צי ער וועט מקיים זיין והשיב את הגזילה אין צריקגעבען דאס געגנבהתע געלט וואס אביגדור האט עם געגעבען צי די פין וועם מהאט דאס געגנבעט!!!!!!!! אויך איז אינטערסאנט אז אנווערפענער שרייבט אז עפעס א קליפה האט עם געמאכט דעם דיין פסקענען פאלטש בענין סקול דיסטריקט , אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס פאר א קליפה האט עם געמאכט פסקענען פאר 25 יאר אז דער ערוב איז כשר', אין ייודען האבען פאר זיינע אויגען געטראגען אין שבת? נאר היינו טעמה דשופר והיינו טעמה דמגילה דער אזויגעריפענער פסקים זענען פאליטישע פסקים וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 01:48 לינק ישיר 

מדברי הרב אברהם גרענד שליט"א
HE IS A
FAKE PHONY  FRAUD




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 03:51 לינק ישיר 

איך הייב אן ערענסט צו טראכטן אז מענדלדרעי, איז לכאורה גערעכט, אפאר רשעים און לצים, מאכן לצנות פון א חרוב איד, און שלעפן פון איהם ארויס קריאזע חתומות, וואס מאכן איהם נעבעך ללעג ולקלס, די אידן וועלן בראטן אין גהינם פארן מבזה זיין א תמימות'דיגער תלמית חכם.

הזהרו בגחלתן!

לאזט געמאך דעם איד, ער האט שוין גענוג מיטגעמאכט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 05:25 לינק ישיר 

דער דיין וייסט אז די רבי שליטא האט במפורש געזאגט אז דער סקול דיסטריקט איז מותר ,

פין וויא האט ער גענימען די היתר ארויסציקימען א קעגען זיין אייגענע מרא דאתרא די רבי שליטא?

פארוואס ריט דער דיין נישט איין, פארוואס איז ער א טראבעל MAKER .?

ווען דער דיין נעמט די פעדער אין זיין האנט אין שרייבט אינטער אן איסור אויף א ענין וואס די
רבי האט מתיר געוועה ,גייט ער ארויס א קעגען רבין שליטא , ער נישט קיין נעבעך וייל ער מאכט
דאס במזיד

פארוואס לאזט ער זיך אויפהעטצען פין זיינע קינדער וואס א טייל רעדען אפען א קעגען רבין שליטא,
ספעציעל דער וואס איז אן איידעם אויף HEWES ST.

די מכלומפורשטדיקע אוסרים האבען אויסגעטיילט צרות פארן רבין מיט די סקוול דיסטריקט צי אנע
סקול דיסטריקט

זיי האבען זיך אנגעטשעפעט אין סקול דיסטריקט בכדיי אויפציהעצען די ווילדע טאליבאן עלעמענטען וואס
האבען זיך באזעצט אין מאנארוי

די רבי בעל דבריי יואל זיע האט זיך אויך א סאך אנגעליטען פין די SUPER פרימע וואס האבען זיך
איינגערעט אז זיי פארשטייען ייודישקייט בעסער פין רבין זיע

דער באשעפער זאל אפהיטען ווען די ייודישע וועלט וועט ווערען אנגעפירט דארך עקסרעמיסטען
וויא הר' בעק<הר' לייטנער וכדומה

תוקן על ידי - wassa_dif - 08/03/2006 9:25:43



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 06:56 לינק ישיר 

איך האלט אז די אהרונים זאלן אריין שיקן דעם בריוו צי די אפעלאט דשאדשעס, מיט די טראנסקריפט פון רבין'ס דרשה א טאג איידער די סקול דיסטריקט וואלן, אלס אן עקזעמפל ווי דער "טשיף דשאדש" איז זיך גענצליך מחולק מיטן "גרענד ראביי", ממילא איז א אפענע באווייז אז סיז מעגליך אז דער "טשיף דשאדש" איז נישט און איינקלאנג מיטן "גרענד ראביי" לגבי די "עקספאלשן" פון בערל פר"מ. און דאס איז קלאר אז דער גרענד ראביי איז העכער פונעם "טשיף דשאדש"..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 11:01 לינק ישיר 

סאיז אינטערסאנט צי באמערקען אז היות דער רבי שליטא האט ברבים געזאגט אז די סקול דיסטריקט איז מותר לכתחילה אין די וואס זענען מתנגד צים סקול דיסטריקט זענען אינטערגרובערס וואס לעבען פין מצער זיין אנדערע רח"ל אין די רבי שליטא האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט אקעגען די וואס זענען עם מצער אין דעם ענין פין סקול דיסטריט במילא פרעגט זיך א שאלה , פארוואס האט דער דיין נישט געזעהן דאס דארעך שמיסען מיטען רבין ביפאר ער קימט ארויס מיט זיין איסור בריף צי די רבי איז מסכים מים זיין איסור א קעגען סקול דיסטריקט?' פארוואס איז פארן דיין חשובער די דעה פין בעק אין ר לייטנער אין פארוואס איז נישט דא א מחאה פין "גרויס קהל" אין פין ר' ז"ל א קעגען דעם וואס דער דיין איז אפען ארויסגעקימען מיט א פסק א קעגען די מרא דאתרא רבינו שליטא איז שוין נישט דא אין די ג"רויס קהל" אבער צווישען די רבינס וויליעסבורגער קינדער ,דער אבד וומס וויליעמסבורג אפילו איינער וואס זאל זיך אנעמען פאר דעם רבינס כבוד דער מרא דאתרא, סאיז א חרפה אין א בושה!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 17:23 לינק ישיר 

I think the whole idea about this letter is, that they want to put the ruv in a spot, if he don't ansewr nothing they will say what's about your father's Kuved, in the other hand if he do say  something there is not a better thing for them that they shleped in the ruv in politic's.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 17:30 לינק ישיר 

נחמי' קרויס דער גבאי פונעם דיין
זאגט אז דער בריעף איז מזויף
און אז דער דיין האט דאס קיינמאל נישט
אינטערגעשריבן, איך האב עם געפרעגט
פארוואס דער דיין קומט נישט ארויס מיט
א מחאה אז מען האט מזייף געווען דעם
בריעף, זאגט ער אז דער דיין האט געזאגט
אז יעדער פארשטייט אז עס איז פאלטש
און מען דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 19:14 לינק ישיר 

זאג פאר דעם נחמי' קרויס,
זאל זאגן פאר כבוד הדיין שליט"א,
אז ער זאל נישט, און טאר נישט
פראווען קיין עניוות, דא איז נישט די רעדע
פון זיין אייגענעם כבוד, דא רעדט מען פון
כבוד התורה, מען האט געמאכט צו שאנד
און צו שפאט יעדן פסק פון רבנים, אויב איז דא
א מציאות אז א רב אדער דיין זאל עפעס מתיר זיין
אדער אסר'ן און יארן שפעטער דאס מבטל זיין,
פאר סיי וואס פאר א טעם, דאס איז די גרעסטע
השפלה פאר די תורה, קיינער וועט מער נישט
אנעמען קיין שום היתר אדער איסור, אדער קיין
שום הדרכה פון קיין רב, ער וועט זאגן, OK אין
אפאר יאר וועט ער זיך טשענזשן זיין מיינד,
דער דיין האט א פליכט ארויס צוקומען מיט א מחאה
און א גילוי דעת, אז וואס מען האט געשריבן בשמו איז
א זיוף גדול, און אז די תורה איז א ניצחית,
שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת,
ער דארף זיך אנעמען אויף כבוד התורה וכבוד הבורא יתברך שמו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 20:00 לינק ישיר 

איך הער זאגען אז עס איז דא א חתימה פון דיין צו גיין צו די בחירות, ער האט א גאנצע הסבר פארואוס היינט מעג מען שוין גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 00:53 לינק ישיר 

1) נאך איין זאך וואס שטייט נישט ר' מנשה שרייבט אונטער "חדש" משבט אנשטאט "חודש".

2) לויט ווי איך הער האט ר' מנשה פריעדמאן ערלעדיגט ביים ראב"ד פון פאסט אפיס צו שיקן די פאסט פאר ביליגער, אלס הכרת הטוב פאר די 7 יאר וואס מנשה האט געארבעט ביטער שווער ביים סאטירען די פאסט אין פאסט אפיס.

לויט ווי מבינים זאגן טאמער ר' מנשה וואלט געבליבען אין פאסט אפיס וואלט ער היינט געווען דער פאסט מייסטער (ראב"ד בלע"ז).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע? בריוו פון ריח"מ קעגן סקול דיסטריקט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.