|
|
| נשלח ב-10/3/2006 04:38 |
|
| |
איך בין מוחה ברבים אויף דעם בזיון פון איינעם פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו, נישט קיין נפקא מינא אין וועלכן מצב ער געפינט זיך היינט.
אפגעזען פון דעם - בארעכטיגטן - ווייטאג אקעגן זיינע מעשים, סיי מיטן דרייען די תורה ווי א טרענדערל און מודיע זיין ברבים אז ער האט נישט קיין אייגענע מיינונג, אדער לפחות אז ער איז געגאנגען אונטערשרייבן אויף די האקעלסטע זאכן אקעגן זיין פריוואטע מיינונג, און בעיקר דאס וואס עס איז תלוי בצווארו דאס וואס די סאטמארע מחלוקה איז נאכנישט געשליכטעט געווארן ביי קיין דין תורה, און ער האט במישרין פאראורזאכט א שרעקליכן זלזול הן אינעם ענין פון מסרב זיין לדי"ת און הן אינעם ענין פון גיין בערכאות, בארעכטיגט דאס נישט צו מבזה זיין דעם מענטש פערזענליך.
אפילו אויף ר' אברהם לייטנער, וואס האט יא א קלארע מיינונג אין יעדן ענין - כאטש א פארקרומטע, און אויף וועמען רבינו שליט"א האט שוין געלאזט הערן זיין פונקטליכע מיינונג, וואלט איך זיך אויך נישט געטרויט צו רעדן, זיכער נישט אויף אזא איד וואס איז אין די גוטע צייטן זיינע געווען באמת א ריזן תלמיד חכם, ווי עס זענען מעיד אלע וועלכע האבן מיט אים גערעדט אין לערנען, טראץ וואס ער איז א מענטש אן קיין "ביינער" און ס'איז "שרשיו מועטין", איז דאס ווייט נישט קיין פתח צו עובר זיין אויף דעם שרעקליכן איסור פון בזיון תלמיד חכם.
פאר זיינע מעשים וועט ער אפגעבן דין וחשבון, פאר אייערע מעשים וועט איר אפגעבן דין וחשבון !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 17:37 |
|
| |
בא ללמד, מיינסט עס ערנסט? פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו?, זענען מיר טאקע אין אזא ביטערן דור שפל? און אפילו אז יא, טיט דאס דען בארעכטיגן, אנצונעמען א פול מויל מיט וואסער ווען א דיין מאכט אן א חילול השם מסוף העולם עד סופו, וואלט דען דער רבי זי"ע און להבחל"ח דער רבי שליט"א, אויך אפגעשוינט א דיין וואס מאכט אזא ביטערן חילול השם,מיט מאכן ליצנות פון די תורה הקדושה און פון רבנישע היתרים ואיסורים?, להיפוך, אויב איז עס אמת אז ער איז א גרויסער תלמיד חכם, איז קלאר אז דער רבי זי"ע וואלט ארויס געקומען א קעגן עם בחרב ובחנית,
בא ללמד, במקום שיש חילול הם אין חולקין כבוד לרב, דער רבי זי"ע וואס האט זיך כסדר צוריק געהאלטן און זיך נישט מטפל געווען מיט יעדן מאן דהוא, און האט נאר קלאר געזאגט זיין מיינונג, און נישט אנגעגרייפט יענעם, אבער אויב איז יענער געווען א אזוי גערופענער גדול בתורה און א תלמיד חכם, איז דער רבי ארויס געקומען אקעגן עם מיט די שארפסטע לשונות, נאר כדי צו פארמינערן דעם חילול השם,
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט א רב אדער דיין וואס האלט אנדערשט ווי איך, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות, ס'זענען אלץ געווען רבנים און אפילו גדולים וצדיקים, וואס האבן געמאכט א טעות, אבער דאס האט נאך נישט געגעבן קיין היתר זיי צו באשמוצן און בארעדן, אלע סאטמארע חסידים האבן געהאלטן אז דער לעצטער בעלזער רבי זי"ע, איז געווען א קדוש וטהור, און האט נאר געמאכט א געוואלדיגן טעות בענין הבחירות הטמאות, האט דען עמעצער געוואגט פוגע זיין בכבודו? זיכער אז נישט, דער רבי אליין אין ויואל משה שרייבט דעם לשון יראים ושלמים זענען געכאפט אין ציונות, דער רבי זי"ע האט פשוט אויף געוויזן זייער טעות און נישט פוגע בכבודם געווען,
אבער ווען ס'איז געווען א חילול השם, איז ידוע אז דער רבי איז ארויס געקומען אפן און געזאגט לשונות וואס מען האט געווענדלעך נישט געהערט פון עם, איך בין נישט מדמה ר' ישראל חיים מנשה צו די דאזיגע פערשוינען (און דריבער שרייב איך נישט זייערע נעמען מען זאל מיך נישט באשייגעץ'ן פארן עם צו גלייכן צו זיי), אבער דער חילול השם איז יא גלייך, ווען א דיין בישראל קען אזוי אפן ארום דרייען מיט זיינע פסקי הלכות וואס יעדער וואס האט א מח בקדקדו זעהט אז דאס איז נישט קיין פסק הלכה, נאר אז דאס איז א קאפיטל פאליטיק, און דאס הייסט א חילול השם איום ונורא, ומה יאמרו הבריות, וואס וועלן אידן זאגן, מאי אהני לן רבנן?, אז זייער היתר איז קיין היתר און זייער איסור איז קיין איסור, וואס איז היינט מותר איז מארגן אסור און וואס איז היינט אסור איז מארגן מותר,
איך האלט דא אין מיין האנט א איסור וואס ר' ישראל חיים מנשה האט אינטער געשריבן אויף ר' אברהם לייטנער, היינט צו טאג טאנצט ער מיט עם ווי צוויי גיטע פריינד, איז דאס נישט א ליצנות און א חילול השם?, ער האט געאסרט די בני יואל, היינט זענען זיי ביי עם די נאנסטע מענטשן, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, ער האט מתיר געווען צו רופן נחמן בראך לערכאות (ווייל דעמאלטס האט זיך אזוי געלוינט) און היינט איז עס אסור, איז דאס נישט א ליצנות און א חילול השם?, העי, ר' ישראל חיים מנשה, וואס איז געשען מיט דעם היתר, קען דאס רבי בערל פריעדמאן שליט"א נישט נוצן?, ווען 109 מחשובי הנהלת קהל יטב לב קומען זיך צוזאמען און שרייען אז זיי ווילן גיין צו דין תורה זענען זיי א קשר בוגדים, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, א עירוב וואס האט עקזעסטירט 25 יאר און דער זעלבער דיין האט געפסקעט פאר די תושבים פון ראדני סטריט אז זיי זאלן נישט מאכן קיין עקסטערע עירובי חצרות ווייל קהל מאכט אן עירוב פארן גאנצן בלאק, און פלוצלינג ווערט דער עירוב בטול מעיקרו, און נאר כשר פאר גויים, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, דער מוסד שערי חמלה וואס איז געגאנגען פארן רבין אין לעבן אז עס זאל עקזעסטירן און וואס האט לכל הדיעות געראטעוועט אן א שיעור קינדער און גאנצע משפחות, איז געווען מותר פאר 15 יאר, און נישט נאר מותר נאר א מצוה גאר, און דא פאר אביסל פארשטינקענע פליטיק ווערט דער היתר בטל מעיקרו, איז דאס נישט קיין ליצנות און א חילול השם?, ר' ישראל חיים מנשה, וואס איז געשען מיטן סמכותו העליונה פנעם רבין שליט"א, איז דען עפעס א ספק אז דער רבי שליט"א האט לוחם געווען בדם לבבו אויפן עקזיסטענץ פון דעם מוסד, און געזאגט אז אויף יענע וועלט ווען מען עם פרעגן וואס ער האט אויף געטוהן אויף די וועלט, וועט ער אנצייגן אויף דעם מוסד שערי חמלה, ס'איז עם געגאנגען בנפשו, אז דער מוסד זאל עקזעסטירן, און יעצט ווייל דער רבי איז ליידער אין א מצב וואס קען זיך נעבעך נישט ארויס שטעלן פאר דעם, האט ער די העזה צו ווידערשפעניגן אונזער הייליגן רבי'נס פסקים, איז דאס נישט קיין חילול השם און א ליצנות פון די תורה.
ניין, בא ללמד, נישט איך בין מבזה ר' ישראל חיים מנשה, ער אליין האט זיך מבזה געווען, ניין איך האב נישט מבזה געווען, רבי אלעזר המודעי האט עם מבזה געווען, קיק וואס עס שטייט:
משנה, מסכת אבות פרק ג' משנה י"א, רבי אלעזר המודעי אומר, המחלל את הקדשים, והמבזה את המועדות, והמלבין פני חברו ברבים, והמפר בריתו של אברהם אבינו עליו השלום, והמגלה פנים בתורה שלא כהלכה, "אף על פי שיש בידו תורה ומעשים טובים" אין לו חלק לעולם הבא:.
*:namespace prefix = o />
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 12/03/2006 17:43:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 18:17 |
|
| |
היינט ביים מיטונג וואס איז פארגעקומען במעמד 468 רבנים, "להצלת כבוד חתימת הרבנים שליט"א" האט מען מחליט געווען אז: מהיום והלאה בכדי איינצושפארען די אלע פראבלעמען און ליצנות פון די תורה הק' און פון זיך אליין, וועט אויף יעדע בריוו פון ביד"צ ד'סאטמער אדער פון התאחדות, האבן אן עקספערעשען דעיט, דאס הייסט אז די איסור אדער היתור אדער מחאה גייט אן ביז יענע דעיט. און ווען יענע טאג קומט אן ווערט די בריוו בטל כעפרא דארעה. ר' איצא גליק איז שטארק דאנקבאר געווען פאר די געוואלדיגע אויפטו עם צו שפארן האלב ארבעט, ווייל ווען די בריוו קומט אן צו יענעם דעיט עקפייערט עס פון זיך אליין און ס'פעלט נישט אויס צו דריקן נייע בריוו אז די אלטע איגרת ראשונות זענען שוין נישט בתקפו... למשל די היתר פאר'ן עירוב אויף ראדני וואלט באקומען 30 יארע פון תש"ל ביז תש"ס... די היתר אויפן סקול דיסטריקט 10 יארע, ועוד ועוד. דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט א פריילכע שטימינג צום געוואלדיגן אויפטו זיך ווינטשענדיג איינער דעם אנדערען,
"א פרייליכען פורים" 
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 19:48 |
|
| |
איך וועל זאגן אפאר פונקטן וואס איך האלט שוין ביי מיר אין בויך זייט די קאנטרעווערסיע האט אויסגעבראכן, אבער פשוט מחוסר זמן האבעך נישט געהאט א געלעגנהייט צו ארויסברענגן.
1. דורכאויס די גאנצע רבנות פון רבינו שליט"א האט די רבי קיינמאל נישט געוויזן אזא עמאשן און פעשען צו אן ענין ווי "שערי חמלה" צו העלפן די קראנקע אומבאהאלפענע אידישע קינדערלעך, די שטערקסטע ווערטער און רצוניות האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט ווען ער האט גערעדט פון דעם ענין, 100 מאל מער ווי די גאנצע בני יואל פרשה, חלב, בעלז, א.ד.ג., איך בין געווען אין ביהמ"ד הגדול ווען רבינו שליט"א האט גערעדט די באוויסטע דרשה א טאג איידער די "סקול דיסטריקט" וואלן, האט ער בערך געזאגט אזוי: "איך בין שוין אן אלטער איד, איך האב שוין אסאך מיטגעמאכט, ליידער איך האב איך נישט קיין אייגענע זכותים, אבער, רבותי, לאמיך אייך זאגן, איך האב זכות אבות, איך האב געהאט גרויסע טאטעס אין זיידעס וואס די וועלט האט געציטערט פון זיי, איך וועל איצט איינמאל ניצן די זכותים, איך וויל וואונטשן בזכות אבותי הק' די אלע וואס וועלן שטימען פאר די סקול דיסטריקט זאלן קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו און קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער, און פארקערט וויל איך נישט זאגן" איך געדענק נאך ווי היינט ווי דאס גאנצע געפאקט ביהמ"ד איז געשטאנען ווי פארגליווערט, א סקרוך האט דורכגענומען די ביינער, מ'האט באמת געשפירט ווי א צדיק הדור בלוטיגט פאר רחמנות אויף אידישע קינדער אין סיז באמת א שעת הכושר צו געהאלפן ווערן מיט אלע ישועת, איך געדענק ווי אידן האבן יענעם טאג פון די וואלן זיך געשפירט באמת גליקלעך אז מ'האט אזא הבטחה פון א צדיק.
אגב, וויל איך ציגעבן א קליינע אינצידענט, וואס ברענגט ארויס די גדלות פון רבינו שליט"א, און די אמתע רחמנות אויף אידישע ברודער, איך ווייס נישט צו יעדער ווייסט די מעשה, אבער איך בין דארט געווען בשעת מעשה, וועל איך עס מיט-טיילן, א טאג נאך די וואלן איז רבינו שליט"א געווען אויף א ברית פון אן אייניקל אין פליישמאנס, נאכן ברית איידער די סעודה, איז רבינו שליט"א געווען אין זייער א גוטע גיסטע, נאכן היסטארישן שטארקן געווינס פון די וואלן אין קרית יואל לטובת די סקול-דיסטריקט, האט נאך רבינו שליט"א געהאט א שטיקל חרטה געפיל אז אפשר דאך וועט שאטן זיין הקפדה אויף די מיעוט אידן וואס האבן געשטימט קעגן די סקול דיסטריקט, האט ער ארויסגענומען געלט פון טאש אין אריינגעלייגט אין פושקע אז ער נעמט אראפ יעדע הקפדה, אז קיין שום איד זאל נישט האבן קיין צער א דאנק זיין הקפדה. כאטשיג די אידן זענען געווען זיינע בלוט-שונאים האט ער דאך זיך נישט געשפירט אז א איד וועט אפשר ח"ו אומגליקלעך זיין א דאנק זיין הקפדה.
אלנספאל, צו זאגן אז רבינו שליט"א האט געהאט ספקות און שערי חמלה, איז אדער אראפ פון זינען, אדער מוז גלייבן אז דער רבי איז ח"ו א געזונטער לץ אדער אן אקטיור, עפ"ל.
2. דער דיין'ס לעצטערע בריוו'ן ציפט זייער שטארק דאס הארץ, ווייל ליידער פארשעמט ער סאטמאר, ווי נישט ווי איז ריח"מ אלס געווען די JEWEL CROWN פון סאטמאר, ליידער יעצט שטעלט זיך ארויס אז ער איז א FLIP FLOP, א שוואכלינג אן קיין שום קאנוויקשן לאזט זיך בייגן ווי א לולב, און דאס האט נאך געברויכט צו זיין "דער סאטמארער דיין", נישט אומזינסט האט מען איהם פון די געציילטע מאל אין די היסטאריע פון די עדה החרדית איהם "אנידערגעשטימט" פון זיין גאב"ד ירושלים, נישט ווייל ער איז אן עם הארץ, נישט ווייל ער איז ח"ו א בעל עבירה, נאר פשוט ער האט נישט די כשרונות פון זיין א רב אדער א מנהיג, די וועד הפועל פון עדה"ח זענען נישט דוקא אלע אהרונים, זיי האבן גוט געוויסט אז דער מענטש וועט נאר זיין א דיזעזסטער און ברענגן בושות פארן עדה, ער וואלט פונקט גוט געווען צו א רבי'לע אין שטיבל מיט 3 מנינים, בערך דאס וואס ער איז טאקע יעצט. ער ווערט פארגלייזט פון וואס זיינע שטיצערס זאגן איהם, בעיני ראיתי, פאר בערך 10-12 יאר צוריק ביי עפעס א דינער אין "עטרת אברהם" (די פענסי זאל איז דעמאלטס נאך נישט געווען - דאכצעך פאר "ייטב לב"), איז די זאל איז נאך געווען כמעט ליידיג, אבער דער דיין איז געזעצין אויוון-אן רואיגערהייט, פלוצלינג האט דער דיין געגעבן א שפרינג אויף ווי א בעיבי אין זיך גענומען ווינקען אין שרייען מיט זיין הייזעריקע שטימע "וויגדער!! וויגדער!!", גארנישט ער האט געזעהן אביגדור י"ב אריינקומען אין דאס האט מען אינטערגעקיצטל, כאמעך באמת געשעהמט. איך האלט באמת אז ער איז נישט קיין שלעכטער מענטש ער האט ח"ו נישט פיינט קיין איד, און איך האב נאך אלס די פולן רעספעקט פאר איהם, ווי נישט ווי איז ער נישט קיין ליידיגייער, זיין פראבלעם איז נאר ער איז א תמימות'דיגער מאמאראשער איד, וואס זעהט אלעס שווארץ און ווייס, ער זעהט נישט קיין קאלירן.
3. אפי' לו יצויר סיז יא דא א הסבר צו ריח"מ'ס FLIP FLOP, איז קלאר אז ער איז זיך גענצליך מחולק מיט רבינו שליט"א, ממש מקצה אל הקצה, איז נישט דא קיין פראגע אז דער רבי איז העכער ווי דער דיין, און מ'טאר נישט נאכגיין נאכן דיין שליט"א און דעם ענין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 19:57 |
|
| |
איך האב גיהערט אז דער גאצער בריף פון דיין איז פאלטש אזוי האט מיר געזאגט מיין חבר א זאלי, קען מען דאס מברר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 21:06 |
|
| |
מקוה איד, שפתים יושק.
יענקעלע, ביזט פארט נישט גערעכט.
בנוגע חילול השם ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט, עס איז א קלארער רמב"ם [וואס ר' אלישע הורוויץ האט שוין מערערע מאל ציטירט ברבים], אז עס איז א פליכט אויף א תלמיד חכם צו מברר זיין זיינע מעשים כדי די בריות זאלן נישט מרנן זיין אויף אים [ווער עס איז פארט נישט איבערצייגט קען גיין פרעגן אלטר משה גאלדבערגער...].
עס איז אויך ריכטיג אז רביה"ק זי"ע וואלט אים זיכער מרחק געווען פאר אזא מעשה, און דאס זעלבע מיט כ"ק רבינו שליט"א.
אבער דאס איז פארט נישט קיין היתר פאר אנשים פשוטים ווי אונז זיך צו באנוצן מיט זלזול אויסדרוקן, אדער גאר ערגער, אקעגן איינעם וואס איז - געווען, ליידער - פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו, און איך שטיי אונטער יעדעס ווארט וואס איך שרייב !
אפילו ווען רבינו שליט"א האט גערעדט אויף ר' אברהם לייטנער, אין די שפראך וואס איז אים באמת געקומען, איז דאס פארט נישט קיין היתר כללי פאר יעדן מאן דהו צו רעדן אויף אים כל דבר אסור.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 17:30 |
|
| |
עס איז שוין באלד צוויי וואכן וואס רבי ישראל חיים מנשה האט פון גארנישט צוריק געצויגן, רבי ישראל חיים טיטס א טובה, כאטשיג עפעס ציטס צוריק, אפשר דעם היתר צו רופן ר' נחמן בראך אין קארט, אדער גאר פון די ירושלים'ער ראביסטעווע, עפעס, ציטס צוריק, מיר קענען שוין נישט ווארטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 21:40 |
|
| |
די דיין פריעדמאן איז קיינמאל קיין תלמוד חכם נישט געווען, צו זיין א דיין דארף מען נישט זיין קיין גרויסער מר בר רב אשי.
אדרבה זאל איינער ברענגען זיינע פסקים ותשובת צו אויף חושן משפט אורח חיים יורה דעה, אויסער א צי מיט די נאס קען ער פאקן פאסט אין לעקן סטעמפס אזוי ווי ער האט געטאן אין די יונגע יארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 03:23 |
|
| |
It's interesting
The Bnay Yoel rabunim say that the School District is Chazer Treif
Friedman says, he is removing the heter since there is now Chemlu Ve'eminu
It's like he is saying that he is removing his heter on McCdonalds, since we now have Gotliebs
|
|
|
|
|