שרעקליכע פירצה: עקסערסייז
ב"ה לא אלמן בישראל. עס איז שטענדיג דא עסקנים וואס ארבעטן ביטער שווער שלא על מנת לקבל פרס, און זעען פאראויס די פירצות וואס כלל ישראל שטייט אויס, און נאך פאר איינער כאפט זיך, איז שוין דא צעטלעך אנגעקלעבט איבעראל אז מען זאל שטיין גרייט מיט א וואכזאם אויג, און נישט חלילה נאכגעשלעפט ווערן.
זעט אויס אז די ביז יעצטיגע אנשיקענישן זענען שוין געלייזט געווארן.
ארטיסטן זענען שוין מער נישט בנמצא.
ווערצבערגער פארקויפט מער נישט קיין ציוניסטישע צייטונגען.
עירוב טראגערס זענען שוין נישט דא.
קיינער גייט מער נישט צו ערכאות של עכו"ם.
ממש אכשור דרא.
איין געפערליכע עוולה איז נאך יא פארהאן, וואס די רבנים האבן שוין פאראויס געזען נאך מיט א פופצן יאר צוריק. און דאס איז אז פון די נידריגסטע חברה האבן באשלאסן צו עפענען א פלאץ וואס מען וועט מאכן עקסערסייז.
דאקטוירים שרייען שוין יארן אז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס פעלן אויס פארן געזונט איז צו מאכן שווערע איבונגען. און כאטש אז אויך אונזערע פריערדיגע גדולים, ווי דער רמב"ם און נאך רעדן אויך פון די וויכטיגקייט דערפון, איז עס זייער זעלטן צו זען ביי אונזער עולם אז מען זאל דאס גורס זיין.
האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע פיינע ביזנעסלייט און זיך דערטראכט צו א המצאה פון אריינברענגען ביי אונזער עולם דעם מושג פון מאכן עקסערסייז, וואס וויבאלד מיר האבן זייער אן אנגעשטרענגטן סדר היום פארגעסט מען דערפון, און ווען מען צאלט איין א סכום פילט מען זיך פארפליכטעט און מען מאכט שוין צייט.
וואס זאל איך אייך זאגן, נאך פאר איך נעם עפעס שרייבן, מאך איך אליין ריסערטש און איך בין אראפגעגאנגען צו די עקסערסייז פלעצער, און געזוכט וואס עס קען זיין שלעכט דערמיט אז מען הענגט אזעלכע גרויסע פלאקאטן, אבער איך האב נישט געזען די געפערליכע תוצאות וואס די רבנים האבן שוין אזוי לאנג פאראויס געזען.
אין מיינע אויגן איז אזא צעטל א בזיון פאר די וואס האבן דאס אונטערגעשריבן, וואס פאר עס וואלט זיך געעפנט אזא פלאץ וואלט מען נאך געקענט מיינען אז זיי ווייסן די גרויסע מכשולות וואס ווארטן אפ פאר כלל ישראל מיט אזעלכע מקומות אבער יעצט ווען יעדער קען זיך איבערצייגן די ערליכע אטמאספערע וואס הערשט אין די פלעצער, פארוואס פארשפרייט מען אזעלכע פאשקעווילן?
 |
|
|