היסטארישע באזוך: רז"ל אין קווינס ישיבה
אין כל העולם כולו (די מאגאזין...) איז די וואך אריינגעשיקט געווארן מיט גרויס שמחה בילדער פון די היסטארישע באזוך וואס איז פארגעקומען לכבוד חודש אדר אין קווינס ישיבה, ווען זיי האבן אראפגעברענגט א בארימטן פורים רב אונטערצוהאלטן די בחורים, וואס לויט ווי מ'געט איבער זעט מען אים נישט אין ישיבה פון אדר ביז אדר.
אויף די בילדער זעט מען אז די פורים רב מאכט עס אזוי גוט, אז ער זעט אויס ממש ווי א עכטער רב!
אויך די בחורים שפילן צו אז ס'גייט א רויעך, און ס'קומט ארויס הערליכע בילדער וואס זעט אויס כמעט ווי א באזוך פון א גרויסן רב אין די קווינס ישיבה.
מ'שמועסט אז כל העולם כולו האט געוואלט נאכמאכן די שמועס פון דער בליק מיט וועלעבאוטער רב, און זיי האבן זיך נאכגעפרעגט ביי דער בליק וואס האט זיי געשיקט צו זייער א ענליכן קאנדידאט, די בילדער ענדלען טאקע ממש צום שטוינען...

|
|