| נשלח ב-7/3/2006 17:50 |
|
| |
מלחמה הירש און המספיק
ששון ושמחה אין קרית יואל, אויף טישן און בענק. די שטילע מלחמה צווישן מאיר הירש און מאיר ווערטהיימער האט אויסגעפלאצט אין גרויסן. מענטשן באקומען אימעיל פון ביידע זייטן, ווייל קיינער וויל נישט זיין א שייגעץ.
המספיק האט אריינגעכאפט א "עיקול" פון התאחדות, אז ווילעדזש זאל נישט טארן בויען בית השחיטה, אבער ווילעדזש פייפט אין באבנס באבע. המספיק פייפט צוריק און האט אנגעהויבן צו בויען זייער "דעיי-העביל" געביידע לעבן מענדי ברייערס שאפ אויף בעיקערטאן. דער עולם שמוסט המספיק בויט אן א פערמיט.
יעצט וועט זיך ווייטער אנהויבן א פייט ווער מיינט אמת'דיג די ספעציעלע קינדער און ווער נישט. קרית יואל האט שוין לאנג נישט געהאט דעם וויכוח... ווער עס געדענקט...
ווי האט זלמן לייב וואלדמאן אמאל געזאגט, נישט דא קיין בעסערער מענטש צו מאכן סדר ביי די אהרונים נאר מאיר ווערטהיימער.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 07/03/2006 18:00:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 18:17 |
|
| |
יא די מעשה איז אמת היינט צופרי האב איך באמערקט א המספיק ארבייטער כאפן בילדער ביים בית השחיטה אין קרית יואל, און עס האט מיר אנגעצינדן א רויטע לייט. וואס גייט פאר? נאכפארשנדיג האב איך געהערט אז די באקאנטע פייט צווישן המספיק קאמפאני און ווילעדזש/סעגעדין/הירש קאמפאני האט זיך שטארק פארערגערט די לעצטע פאר וואכן, דין תורות פון אלע זייטן. המספיק האט פאריגע וואך באקומען א "עיקול" פון התאחדות הרבנים אז דער ווילעדזש/קהל טאר נישט בויען ביי בית השחיטה, ווייל המספיק דארף קענען דורכגיין געהעריג אויף דינוב קארט. למעשה פייפן זיי זיך אריין אין עיקול. די גאנצע זאך איז ווייל המספיק וויל בויען א שיינע גרויסע בילדינג לעבן מענדי ברייער'ס שאפ, אבער ווילעדזש פייט דערקעגן מיט ציין און נעגל. די דין תורה צווישן די צדדים ציט זיך שוין א יאר אדער מער, און לויט ווי איך הער וויל נישט די ווילעדזש לאזן ענדיגן די דין תורה ווייל זייער מפלה וועט זיין אפישעל. די דין תורה, ביי פרייוועט זבל"א, האט נישט געוואלט מסכים זיין צו ווילעדזש טענות קעגן המספיק. אבער ווילעדזש ציט און ציט ווי א גומי שטריק. עכ"פ די פייט ווערט ערנסט, ווייל מאיר ווערטהיימער, א באקאנטער קאפ-שטיק און כמו-לאיער, האט געזאגט עד כאן. ער האט דעם עיקול, און ווייל די ווילעדזש פייפט זיך אן האט ער אויך אנגעהויבן צו בויען אן א פערמיט און אויב ויואל משה מעג בויען אן א פערמיט מעג יעדער. איך הער פון חברים אז אסאך יונגעלייט האבן עפעס אימעיל שטאף, פיקטשעס, וואס האט סירקולעיטאד אויף אימעיל, וואס איך פראביר דערווייל צו פארשאפן. איינער פון די וואלדמאנס האט שוין יארן צוריק געלאכט, אז קיינער וועט נישט שטעלן די אהרונים אין פלאץ אווי מאיר ווערטהיימער... כהאב מורא ער האט גערעדט ערנסט... די ווילעדזש מיינט אז דער ווערטהיימער וועט זיך לאזן שפייען אין דער פנים? דער איקער איז אז די פייט איז ב"ה נישט ציוושן אידין
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 22:56 |
|
| |
די מחלוקה איז שוין א אלטע, ס'איז שוין געגאנגען בליט ביי המספיק אין אפיס ווען די ווילעדשז האט זיך איינגעבראכען דורך א פענסטער, איין פארטאגס, נאך א חתונה ביי מאיר ווערטהיימער אין שטיב. מאיר איז געקומען צו לויפען און מ'האט זיך געראנגעלט פאר א האלבע שעה, ווען די סטעיט פאליס איז אנגעקומען זענען די מאיר'ס אריבער צום רב אין שטוב, די רב האט נישט גענומען קיין צד, נאר געשיקט צו דין תורה...
דין תורה האט געפסק'נט אז מאיר האט געווינען...
די שאלה איז נאר וועלעכע מאיר...
ב"ה פאר דעים !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 07:47 |
|
| |
מצורף קובץדא אין די קרעטשמע האט צורקולירט דער אימעיל (איך הער עס איז דא נאך....עס וועט נאך אפירקומען..... דא אין קרעשטמע קומט אפיר אלסדונג.... ), געשיקט געווארן פון מאיר ווערטהיימער פערזענליך, פאר אלע צייטונגען אין פובליקאציעס, און פאר צענדליגער ביזנעסער אין יחידים.
מיט דעם אימעיל איז מיט געקומען די הזמנה ועיקול, קעגן מצה בעקערי אין בית השחיטה, פון התאחדות הרבנים, און אויך א פסק "זמני וחלקי" פון דעם זבל'א דין תורה בראש הרב ר' אברהם ברוך ראזענבערג שליט"א.
אויף די דאקומענטן זעהט מען :
אז מאיר ווערטהיימער האט דערקלערט א פולשטענדיגע הייסע בלוטיגע קריג קעגן קהל יטב לב אין קרית יואל, און פרובירט אפצושטעלן אלע לעבנס וויכטיגע קהל'ישע אינסטוטוציעס.
אז מאיר ווערטהיימער האט פרובירט צו באקומען א עיקול אויפן בית השחיטה אין מצה בעקעריי פון דעם זבל'א בית דין, און האט דאס נישט געקענט באקומען.
אז מאיר ווערטהיימער, האט זיך צוזאמען געשטעלט מיט דעם קארופטירן זאלי איצא גליק (לייען: משה גבאי), און צוזאמען ארקעסטרירט א עיקול אויף דעם בית השחיטה, און אויף דעם מצה בעקערי, וואס האט -זעלבסט פארשטענדליך- נישט קיין שום תוקף, ווייל עס איז דא א אנגייענדיגע דין תורה מיט שטרי בירורין כדת וכדין.
אז דער פאררעטער מאיר ווערטהיימער, האט ארום געשיקט דעם עיקול פאר אלע צייטונגען, פאר "דער איד", "דער בליק", דער ציונוסטישער "המודיע", פאר צענדליגער ביזנעסער אין יחידים, אלס מיטן ציהל, צו פארשעמען (פאר פערזענליכע "געלד" אינטערעסן), די הייליגע קהלה קדושה, "קהל יטב לב" אין קרית יואל, אז זיי זענען ח"ו מסרבים לדין, פונקט ווי די זאליס, וואס דאס איז איצא'ס (לייען: משה גבאי'ס) אגענדע, מיט ארויסגעבן דעם הזמנה ועיקול.
דא איז דער אימעיל געשיקט פערזענליך פון מאיר ווערטהיימער צו אלע צייטוגען, פאר "דער איד", "דער בליק", דער ציונוסטישער "המודיע", און נאך אנדערע ......
כאפטס אריין א וואדקע

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 08:02 |
|
| |
מצורף קובץדא איז דער עיקול פון איצא גליק (לייען: משה גבאי), ווי ער איז מעקל דעם בית השחיטה מיט די מצה בעקעריי.
מיט גילעכטער זעהט מען אז די מ'כלומר'שטע לעכערליכע טענות פון מאיר ווערטהיימער איז די רויעך, גערוך, און שטויב, וואס וועט זיין ביים מאכן סיי וועלכע עקסענטשען צום מצה בעקעריי, בית השחיטה, וועט קראנק מאכן די 12 קינדער פון אונזערהיים.
(איי.......... די גאנצע שערוריה איז יעצט צושטאנד געקומען ווייל ווערטהיימער וויל צובויען צו זיין אונזערהיים א עקסטענשען......., און אויך עקסטערע וויל ער אויפבויען א פרישען בנין הארט דערנעבן........, איז די קשיא מרפסין איגרא
די רויעך, גערוך, און שטויב, פון די ווערטהיימער טראקטארן זענען אפשר מינעראלן, וואס וועט גאר געזונד מאכן די קינדער ?.
אבער מיט איצא (לייען: משה גבאי) דארף מען נישט האבען מער ווי דעם.........
דער ציהל הייליגט די מיטלען ..........
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 8:07:00

|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 08:27 |
|
| |
מצורף קובץדא זעהט מען דעם פסק זמני וחלקי, דאטירט "חמשה עשר בשבט"
מען זעהט:
א די צדדים זענען, מאיר הירש, ליפא גראס, בערל פאלאטשעק (נישט, קהל יטב לב, ווילידזש).
עס איז דא א אנגייענדיגע דין תורה בזבל'א וזבל"א, אויף אלע "המספיק" קארפארעישענס, אין "אראנדזש", "ראקלענד" "קינגס", קאונטיס.
אז מאיר ווערטהיימער האט געבעטן א עיקול אויפן בית השחיטה, אז דער בית דין זאל מעקל זיין פון צו בויען אויף סיי וועלכע זייט פון בית השחיטה, (מיטן אומגעלונגענעם פרואוו, אפצושטעלן דעם יעצטיגען קאנסטראקשען, וואס מען טוט יעצט פארברייטערן, אויפ די לינקע זייט, ווי מען שלאגט די כפרות ערב יום הקדוש ), מיט די טענה אז המספיק האט איזמענט רעכטן זיך צו באנוצן מיט דינוב קאורט, אבער דער בית דין האט גע'פסק'נט אז דער בית השחיטה קען יא צובויען , חוץ אויף דעם איזמענט, וואס דאס מיינט צו אז מען קען נישט בויען אויף דעם ברייט פון דינוב רד, אבער אוודאי מעג מען צובויען אויף די זייטן, פונעם בנין..
אבער אז מען פארלירט......... וואס איז דער פראבלעם......... מען זעצט זיך צונויף מיט איצא גליק (לייען: משה גבאי), און מען ארדערט זיך, א עיקול מיט וואס צו ליארעמען.
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 8:53:50

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 08:39 |
|
| |
שוין אפאר טעג וואס מאיר ווערטהיימער שיקט אימעילס צו דער איד מיט שמוץ קעגן מאיר הירש.
דאס ווייזט קלאר פאר יעדן איינעם ווער מאיר ווערטהיימער איז און וואס זיין ציל איז!
אויב האט ער א פראבלעם מיט מאיר הירש פארוואס גייט ער צו די זאליס?
לא בחנם הלך הזרזיר אצל העורב.... אלא מפני שהוא מינו...
תוקן על ידי - גוטזאגער - 08/03/2006 8:54:43
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 08:44 |
|
| |
די מצה בעקעריי איז א קהל'ישע אינסטיטוציע, עס איז צרכי רבים. מאיר ווערטהיימער קען נישט און טאר נישט אפשטעלן קהל פון פארברייטערן די מצה בעקערי, נאכדערצו נאכדעם וואס ער האט איבערגענומען קאנטראל פון המספיק דורך שווינדל, נאכ'ן ארויסרוקן פון דארט די לעגאלע באורד מעמבערס.
אונזערהיים פארמאגט גאנצע 12 קינדער (פאר וועלכע ער שארט מיליאנען פון די גאווערמענט). זאל מאיר נעמען די 12 קינדער און זיי אריבערטראגן ערגעץ אנדערש.
מאיר ווערטהיימער'ס גאנצע ציל איז אונטערצוברענגען מאיר הירש, אזש אז ס'גייט אים נישט אן צרכי רבים.
ער האט קודם פרובירט צו גיין צו די זבל"א בי"ד בעטן פון זיי אן עיקול קעגן פארברייטערן די מצה בעקערי, ווייל ס'גייט מכלומר'שט אריין אין זיין לאט.
ווען זיי האבן בשו"א נישט געוואלט געבן קיין עיקול אויף די איצטיגע קאנסטראקשען, ווייל ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט זיין לאט, איז ער געלאפן צו זלמן לייב טייטלבוימ'ס בי"ד און באקומען פון זיי אן עיקול, איינס צוויי, אבער מיט אינגאנצן א נייע טענה:
אז דער רויעך שטערט פאר די קינדער!
תוקן על ידי - גוטזאגער - 08/03/2006 9:10:37
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 13:20 |
|
| |
ארענדאר, וואס איז מאיר הירש האט דיר אויפגענומען פאר זיין לויער טוען וכדו', איך ווייס פונקטליך די מעשה מיט אלע דיטעלס, מאיר ווערטהיימער, איז קיינמאל נישט געלאפן צו די זאליס, דאס איז דיין אייגענע פראוואקאציע און דיין מוסיע וואס מאיר הירש האט ארויפגעלייגט אויף דיר און אויף נאך אנדערע שרייבערס, צו אנדרייען א מעשה אז מאיר ווערטהיימער לויפט צו די זאליס, למעשה לאכט די גאנצע גאס פון די פריוו, ווייל יעדער איינער ווייסט, אז נאר אדאנק מאיר ווערטהיימער און עמרם כהן, איז היינט דער רב שליט"א רב דאהי אין קרית יואל, און נישט דורך מאיר הירש, וואס איז פארפיינטעט, אין רוב שטעטל, סיי ביי די ארוינים אין זיי ביי די זאליס. און זאג נאר די בלאט זענען אויך זאליס?
מאיר הירש, האט פארלוירן מיט א פעסטקייט די דין תורה די פסק פון די בית דין פון בזבל"א, נאר וואס דען ער פייפט זיך אן, און אגב, וואס א חוליק וועלכע בית דין שיקט אן הזמנה, אז משיקט אן הזמנה דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה, און זאג נאר דו ביסט א דאקטאר, דו ווייסט פונקטליך וואס סאיז יא געזונט פאר די קינדער און וואס נישט.
זאג מיר נאר פארוואס פליצלינג איז מאיר הירש געווארן אינטערסירט אין המספיק, הא? פיפצן יאר האט ער עס נישט געוואלט אנקוקן, ער האט עס אזוי צוגעווארפן צו מאיר ווערטהיימער, זאגנדיג, מיט דעם קען ער זיך האלטן, ווייל ער האט געמיינט אז סאיז נאר א קאפ ווייטאג, למעשה ווען ווערטהיימער האט דאס אזוי שיין אויפגעבויט, און ער האט אנגעהויבן צו מאכן שיין געלט דערפון , והננו ער איז דא ער דארף עס. דאס הייסט נישט מען אין נישט ווייניגער ווי א פראסטער און פשוטער גנב, אומפארגינער וכדו', די פראבלעם זיינער איז אז ער האט זיך אנגעהויבן מיט ווערהיימער, וואס קען די ווילידש מיט אלע געזעצן בעסער ווי גדלי' סעגעדין אליינס, און אז גייט איינמאל אין קארט, לייגט מען ארויף קייטעלעך אויף אסאך אירע אין ווילידש, און ער מאיר וורטהיימער ווייסט דאד אויך נאר אזוי ווי ער איז א איד, און ער איז נישט אינטערסירט אז מזאל ארעסטירן אידן, טוט ער עס נישט, אבער אז מאיר הירש וועט ווייטער זיין א ווייס גיי, וועט ער נישט האבן קיין אנדערע ברירה נאר דאס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 15:03 |
|
| |
מצורף קובץטאגליכט
איך ווייס פונקטליך די מעשה מיט אלע דיטעלס, מאיר ווערטהיימער, איז קיינמאל נישט געלאפן צו די זאליס, דאס איז דיין אייגענע פראוואקאציע און דיין מוסיע וואס מאיר הירש האט ארויפגעלייגט אויף דיר און אויף נאך אנדערע שרייבערס, צו אנדרייען א מעשה אז מאיר ווערטהיימער לויפט צו די זאליס
ווער האט פערזענליך געשיקט דעם אימעיל פאר דער איד!!!
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 15:33:17

|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 15:50 |
|
| |
ארענדאר ביזט טאקע אזא נאר, אדער דו מאכסט זיך נאר?, אז דו ווילסט קען איך דיר שיקן אן אימעל וואס וועט שטיין אויבן פרעזידענט בוש'ס נאמען, מיט א די URL פון די ווייט האוז, וואס שיקט אן אימעיל פאר די על קאידא, אז מען דארף אינטער ברענגן אמעריקע, א נאמען אויף אן אימעיל אדרעסס מיינט נישט גארנישט, קענסטו מיר אפשר איבערזאגן מאיר ווערטהיימער ס אימעיל אדרעסס?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 15:54 |
|
| |
נאך פון טאגליכט
מאיר הירש, האט פארלוירן מיט א פעסטקייט די דין תורה די פסק פון די בית דין פון בזבל"א, נאר וואס דען ער פייפט זיך אן.
פון דעם פסק דין "זמני וחלקי" ו וואס דער בית דין האט געשריבען פאר בלויז 3 וואכן צוריק, זעהט מען אז דו שרייבסט שקר.
נאך פון טאגליכט
וואס א חוליק וועלכע בית דין שיקט אן הזמנה, אז משיקט אן הזמנה דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה.
די תורה האלט אנדערש ווי דיר !
ווען מען האט אונטערגעשריבען שטרי ברוררן ביי א בית דין, וועגן א סכסוך, קען מען נישט גיין צו נאך א בית דין זוכן הזמנות מיט עיקולים, ווייל מען פארלירט.
נאך פון טאגליכט
און זאג נאר דו ביסט א דאקטאר, דו ווייסט פונקטליך וואס סאיז יא געזונט פאר די קינדער און וואס נישט.
שוטה
א דאקטאר דארף מען זיין, זיך נישט צו קייקלען פאר גילעכטער פונעם טיפשות פון די טענה, אז די קאנסטראקשען פונעם בית השחיטה\ מצה בעקעריי, וועט קראנק מאכן די קינדער, אין די צייט וואס מאיר ווערטהיימער וויל טון די סאמע זעלבע זאך, בויען א נייע געביידע, און צובויען צו די עקזיסטירענדע האום.
אפשר זאל די מצה בעקעריי רופן די אונזערהיים צו דין תורה, אז די קינדער גנב'נען מצות און עס איז דא נזקי שכנים .
כאפטס אריין א וואדקע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 16:02 |
|
| |
טאגליכט
דאס איז דער מאיר ווערטהיימער אימעיל אדרעס, קענסט עם בעטן אז ער זאל דיך ארויפלייגן אויף זיין אדרעס ליסט צוזאמען מיט "דער איד" דער בליק" "המודיע" און נאך.
[email protected]
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 16:06:23
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 16:06 |
|
| |
קענסטו מיר אפשר מסביר זיין פשט אין סעיף א'?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 16:13 |
|
| |
נאך פון טאגליכט
מאיר הירש, האט פארלוירן מיט א פעסטקייט די דין תורה די פסק פון די בית דין פון בזבל"א, נאר וואס דען ער פייפט זיך אן.
פון דעם פסק דין "זמני וחלקי" ו וואס דער בית דין האט געשריבען פאר בלויז 3 וואכן צוריק, זעהט מען אז דו שרייבסט שקר.
זאג נאר אפשר ביסטו מיר מסביר סעיף א'
נאך פון טאגליכט
וואס א חוליק וועלכע בית דין שיקט אן הזמנה, אז משיקט אן הזמנה דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה.
די תורה האלט אנדערש ווי דיר !
ווען מען האט אונטערגעשריבען שטרי ברוררן ביי א בית דין, וועגן א סכסוך, קען מען נישט גיין צו נאך א בית דין זוכן הזמנות מיט עיקולים, ווייל מען פארלירט.
יא יא אבער דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע זאכן מיש נישט אויס די דין תורה ווער סאיז בעה"ב, און די דין תורה איבער בויען, איי וועסט מיר פרעגן פארוואס סאיז דא פסק פון די בזבל"א בית דין , פשוט ווייל מהאט עס אויך ארויף געברענגט דארטן אויפן טיש, האט מען שוין אויך גערעדט דערפון, אבער אמתן אריין איז דאס אן עקסטערע דין תורה
נאך פון טאגליכט
און זאג נאר דו ביסט א דאקטאר, דו ווייסט פונקטליך וואס סאיז יא געזונט פאר די קינדער און וואס נישט.
שוטה
א דאקטאר דארף מען זיין, זיך נישט צו קייקלען פאר גילעכטער פונעם טיפשות פון די טענה, אז די קאנסטראקשען פונעם בית השחיטה\ מצה בעקעריי, וועט קראנק מאכן די קינדער, אין די צייט וואס מאיר ווערטהיימער וויל טון די סאמע זעלבע זאך, בויען א נייע געביידע, און צובויען צו די עקזיסטירענדע האום.
אפשר זאל די מצה בעקעריי רופן די אונזערהיים צו דין תורה, אז די קינדער גנב'נען מצות און עס איז דא נזקי שכנים .
זאג נאר דו ווייסט וואס סמיינט איזמעט? נאכדעם וואס דו וועסט וויסן וועל איך רעדן ווייטער מיר דיר, און אגב פון שרייבן שוטה און משוגענער וכדו', וועסטו נאךגערעכט נישט ווערןץ
כאפטס אריין א וואדקע
 |
|
|
|
|
|