|
|
| נשלח ב-15/3/2006 22:53 |
|
| |
איינער ווייסט וויאזוי מען קען זיך סובסקרייבן ארויפצוקומען אויף מאיר ווערטהיימער'ס ליסטע.
אויך ווערט ווערטהיימער געבעטן ארויפצולייגן אויף היידפארק די דאקומענטן פון די מסירה פון וואס ער רעדט.
קיינער אין קרית יואל ווייסט נישט פון קיין מסירה צו זאגן. ער שרייט און פארפירט מסירה, זאל ער זיי מוחל ארויפלייגן דא אויף היידפארק די פרוף אז מען האט איינעם גע'מסר'ט.
אידן אין קרית יואל ווייסן פונקט פארקערט, אז מאיר ווערטהיימער האט אומלעגאל ארויסגעווארפן א לעגאלער באורד (זיינע בעלי בתים, די שלוחא דרבנן וואס דער רב שליט"א האט געשטעלט) אבער קיינמאל קיינמאל קיינמאל האט מען אים געמסרט דערויף.
ווען יא וואלט שוין לאנג פארשוואונדן געווארן דער פראבלעם וואס הייסט מאיר ווערטהיימער.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 23:14 |
|
| |
פייפליין, ווערטהיימער, גאזעט, וכל שום חניכא דאית לך
ווען מיר גייע ווען אין געריכט, א זאך וואס ווערטהיימער, זיינע שותפים, פנחס יאקאבאוויטש,
מענדל שווימער, מאיר שניצלעך, משה גבאי, האבן געטאן, האלטן אין איין טוען, פלאנען ווייטער צו טאן
וואלט שוין מאיר ווערטהיימער געווען א 'פארגאנגענער' פראבלעם
ביזדערווייל פילט ער זיך אן די טאשן מיט 450,000 א יאר, אלץ צוליב די קליינע קינדערלעך, ער
האט א פעטן 401K, נאר צו העלפן די טייערע שעפעלעך, די זייטיגע געלטער ממה שגנב, אז די קליינע
קינדער זאלן דאס קענען אויסהאלטן
רויטער פערד מיט די ווייסע ציין, וועמען מיינסטו פאפסטו, ווען ר' מאיר הירש, וואלט
ארויסגעגעבן וואס דו - חסיד פון רב שליט"א.... - האסט שוין אפגעטאן, וואלט שוין יעדער געוויסט
דיין אמת'ן פרצוף פנים
אדרבה, גיי אן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 23:20 |
|
| |
מר. ארענדאר
דו באשולדיגסט עמרם כהן אז ער איז געווען אינוואלווד אין די גניבה?
ער האט אויך פארדינט געלט פון המספיק ?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 23:26 |
|
| |
וואס מיינט דאס? די לעצטע וואך זעהט מען עמרם כהן שמועסן היציג מיט מאיר ווערטהיימער ביי מנחה מעריב אויך האב איך געזעהן יענע טאג ווי ווערטהיימער רעדט צום דיין מיט א שמייכעל קוקט אויס אז ער האט געוואונען ביים מיטינג מיטן רב יענע וואך?
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 15/03/2006 23:25:40
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 23:42 |
|
| |
ווער האט געשמייכלט, דער רויטער אדער להבדיל דער דיין שליט"א?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 00:08 |
|
| |
מאיר וו האט געשמייכלט נאכדעם האט ער געדאווענט מנחה מיט א שמייכעל פון אויער צו אויער האט ער זיך ארומגעדרייעט ווי א ... איך ווייס נישט צי ער האט פארלוירן יענע טאג ביים רב צי ער האט געוואונען איינער ווייסט וואס עס איז געווארן דארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 00:34 |
|
| |
ווערטהיימער האט שוין געווינען עט ליעסט 150 מאל
איין קליינער פראבלעם האט ער, אז ער האט נאך נישט געווינען די דין תורה
צוריק צו די פראגע, פארוואס האט ווערטהיימער גענומען נכסי ציבור, וואס איין ארבעטער אליין -
מאיר ווערטהיימער - קען ארויסנעמען א געהאלט פון א האלב מיליאן דאלער, און דאס פארוואנדעלט
פאר נכסי יחיד
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 01:29 |
|
| |
פאקטיש
וואס זאגט דער רב? ווער איז גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 01:29 |
|
| |
די שמוציגע פרשה פון דעם גזלן און גונב את הרבים עמרם כהן איז ווי פאלגענד:
ווי עס ווייסט זיך ווערט אנגעפירט אין המספיק, א פלאטע ווענס וואס טראנספארטירט די דיסעיבלד קינדערלעך, ווי עס פעלט זיך אויס, דער פראגראם איז גערופן געווארן מיטן נאמען "מסע" ( MASA ).
בשנת תשנ"ח , האט דער "גוזל את הציבור ומועל בהקדש" מאיר ווערטהיימער -מיטן בייזוויליגן ציהל צו גנב'ענען זייטיגע געלטער פון המספיק- איינגערעדט די באורד, אז די סטעיט פארלאנגט אז מען זאל מאכן א אייגענע עמביולעט קארפארעישען אונטער המספיק, און ווערטהיימער האט בשתיקה, געמאכט א קנוניא מיט דעם שותף לדבר עבירה און אריינגעשריבען אז עמרם כהן איז דער בעל הבית פון די קארפארעישען.
אנפאנג תש"ס איז מסע געווארן באשטעטיגט דורך די סטעיט DOT , מיט די לייסענס אלס א פולשטענדיגע עמביולעט סערוויס, און דער "גוזל את הציבור ומועל בהקדש" מאיר ווערטהיימער האט געמאכט א געשוואלענעם קאנטראקט מיט עמרם כהן,און די גע'גזל'טע המספיק געלטער, איז אנגעקומען צו די היים אדרעס פון דעם גזלן עמרם כהן, אויף 3 זענטע רד.
די סכום פון דעם קאנטראקט פון די גזלנים און מועלים בהקדש, איז דעמאלטס - בשנת תש'ס - באשטאנען פון דעם יערליכען געשוואלענעם סומע פון 102,000.00 א יאר, און עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער "גניבה" קאנטראקט, שטייגט יעדעס יאר מיט ריזיגע ציפערן, און עס דינט אלץ איינע פון די אומצאליגע זייטיגע קוועלער , פון וואנעט דער גוזל את הציבור ומועל בהקדש מאיר ווערהיימער, רוקט אריין אין די קעשענע יערליך, (חוץ די אפיציעלע אסטראנאמישע געהאלט ), פרישע הונדערטער טויזענטער דאלארן.
מיט אט די געלטער, האט מאיר ווערטהיימער באצאלט, דעם גזלן און עזות פנים עמרם כהן, אז ער זאל עם צוהעלפן מיט די ענגילטיגע גניבה פון המספיק, און דעריבער איז זעלבסט פארשטענליך אז דער גנב און רויבער עמרם כהן, איז א פולשטענדיגער שותף לדבר עבירה, אין די גניבות וגזילות פונעם ציבור.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 01:36 |
|
| |
אין מיינע אויגן אלס פשוטער ליינער - קוקט מיר אויס רוב תגובות פון די קעגנערס פין מאיר וו. אביסל קאמוניסטיש געשטימט / אפגעזען ווער עס איז גערעכט וואס דאס איז שוין תורה'דיגע אישו ביי אונז אידן / איז אבער נישט קיין נפ"מ וויפיל געלט מאיר וו. אדער אפילו ע.כ. נעמען ארויס פון דארט - ווייל אויב האט ער דאס רעכטע בעלות מעג ער פארדינען אפי' א מיליאן, כל זמן ער שטעלט צופרידן זיינע פאציענטן - אין אויב איז מאיר ה. בעה"ב זאל ער זאגן זיין מיינונג דערין , וע"ז אנו דנין.
אבער סתם זיך נעמען פראקלאמירן יענעם'ס פריוואטע פארדינסטן אין דורך דעם אויפהעצן מענטשן'ס געמיטער דורך ערוועקן טבעיות'דיגע קנאה דאס האט קיין שום פשט נישט !!! סיי תורה'דיג אין סיי מענטשליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 01:37 |
|
| |
ארענדאר, אנטשולדיגט, איך בין נישט זיכער אז איך האב דיך פארשטאנען.
חוץ די האלב מיליאן דאלאר א יאר וואס ער פארדינט אויף די בוקס, רוקט מאיר ווערטהיימער ארויס נאך איבער 100 אלפים פער יאר דורך אנגעבן פאר די גאווערמענט אז ער פירט אן אן עמביולעט סערוויס.
איז דאס וואס דו האסט געשריבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 01:41 |
|
| |
שקל שלם, ביסט נישט גערעכט. מען רעדט נישט דא פון וויפיל געלט איינער פארדינט אויפ'ן סטאק מארקעט וכדו'
מען רעדט דא פון שטייער צאלער געלט, וואס דו, איך און אלע ניו יארקער איינוואוינער צאלן. דארפסט וויסן אז אויב מאיר ווערטהיימער וואלט נישט גענומען די געלט פאר זיך אין טאש אריין, וואלט די געלט געגאנגען פאר'ן ציבור, צי פאר די מוסדות אדער פאר די נעבעכדיגע קינדערלעך.
אגב וויל מען אויך אז דער עולם זאל בעסער פארשטיין פארוואס מאיר ווערטהיימער האט געפונען פאר וויכטיג צו נעמען נכסי ציבור און עס פארוואנדלען אין זיין אייגענע ביזנעס, שלא על פי תורה ולא על פי חוקי המדינה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 01:48 |
|
| |
מצורף קובץדא איז דער סערטיפיקעט אוו אינקאפארעישען, פון די ניו יארק דעפארטמענט אוו סטעיט
מען זעהט אויך די ערשטע "מסע" קאנטראקט מיט המספיק
http://www.dos.state.ny.us/

|
|
|
|
|